בלאט 1 פון 10

געדאנק: וועכענטליכע בלעטל דורך קאווע שרייבער

נשלח: מוצ"ש אפריל 06, 2013 11:46 pm
דורך חזקיהו המלך
כ'שטעל זיך פאר, אז פונקט ווי איך וואלט געוואלט וואלטן אנדערע אויך געוואלט א וועכענטליכע בלעטל וואס נעמט צוזאם די וועכענטליכע נייעס אין פאליטישע און אזוי אויך אנדערע געשעענישען אין די וועלט, אין א קליינע און באקוועמען פארמאט אן א בארג מיט עדווערטייזמענטס און אן לאנגע ארטיקלען וואס דרייען סתם א קאפ, וואס זאל ערשיינען וועכענטליך פרייטיג אין פי. די. עף. פארמאט אין מען זאל עס קענען ארויס פרינטען און האבן צו ליינען אויף שבת.

און אזוי ווי דא אין קאווע שטיבעל זענען ב"ה דא א שיינע צאל פון טאלאנטפולע שרייבער און יעדער מיט א אינטערעסע אין זיין תחום, וואלט אפשר געווען א גוטע עצה אז דורך א גוטע צוזאמען ארבייט זאל מען גרינגערהייט קענען צוזאמען שטעלן אזא וועכענטליכע בלעטעל,

למשל איינער וועט וועכענטליך שרייבן וועגן אמעריקאנע פאליטיק, א צווייטער: פין מיטל מזרח נייעס אין א דריטער: היימישע נייעסן, א פערטער: טעכנאלאגישע נייעס, אין אזוי ווייטער יעדער אין זיין תחום וואס ער האט ליב, אין אזוי אויך נישט קיין סטעדי שרייבער וועלען קענען שרייבן גאסט ארטיקלען און עס אריינשיקן, און אזוי אויך בריוון צו דער רעדאקציע,

נאכדעם וועט זיין איינער וואס טויג דערצו וועט עס שיין רעדאקטירן אין אויסשטעלען אין ארויף לייגען אויף א PDF (ערשט אויף צו אנהייבן וועל איך עס טוהן ביז ס'וועט זיין איינער וואס וועט עס איבערנעמען) און מען וועט עס קענען דאונלאודען לכבוד שבת,

און ס'קען זיין נאך א שלל פון אינטערעסאנטע נושאים וואס קענען באשריבן ווערן, אבער דאס איז דער געדאנק, כ'האף אז ס'קען זיך עפעס אויסארבעטן דערפון, מען בעט דער עולם זאל זיך ווארים אנרופן און נעמען א רובריק אין דעם נייעם "וועכענטליכע בלעטל" אויף א נושא וואס איז זיי אינטערעסאנט, אין אזוי צוזאמען וועט מען בס"ד קענען צאמשטעלן א שיינע זאך.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 12:43 am
דורך ברעט מענינג
ווער סע געט א לייק דא, זאל ביטע אנהייבן צי שרייבען ארטיקלעך

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 12:52 am
דורך נולד מאוחר
כפארשטיי נישט , די ארטיקלען וואס מיר ליינען דא איבערן וואך זאלן מיר ליינען שבת אודך, חזרה?
כ'טראכט אויף שבת זאלן מיר ארויסגעבען פרישע סחורה וואס איז נישט געשריבען געווארן דא איבערן וואך. אזא עלים לתרופה.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 1:05 am
דורך חזקיהו המלך
פין דאס רעדט מען דאך, ארטיקלען וואס וועלען ערשיינען נאר אינעם בלעטעל, די שרייבער וועלען עס אריינשיקען צים רעדאקטאר וואס וועט נאכדעם ארויף לייגען דעם אויסגעשטעלטען פי די עף,

אין עני איידיעס זענען וועלקאם,

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 1:34 am
דורך קאווע טרינקער
איך שרייב די סיפורי צדיקים קאלום

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 1:37 am
דורך זר זהב
איך די קלאסיפיידס

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 1:54 am
דורך sunbar
איך וועל עס ליינען.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 2:31 am
דורך שמעקעדיג
איך נעם די $2.50

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 2:38 am
דורך חזקיהו המלך
עניבאדי וואס וויל שרייבען איבער עני נושא איז וועלקאם, לאו דוקא די אויבען דערמאנטע קאלום, וואס דער עולם וועט שרייבען דאס וועט זיין די בלעטעל,

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 2:46 am
דורך זר זהב
כעל שרייבן מער באריכות איבער כאצימאטידית

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 2:50 am
דורך מורינו הרב
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך שרייב די סיפורי צדיקים קאלום



קאווע טרינקער, כאפ מיר נישט אויס... די סיפורי צדיקים שרייב איך.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 2:57 am
דורך [NAMELESS]
אנאליז איבער מדינת ישראל פאליטיק (אין אידיש).
אדער די וואך אין היסטאריע (קלענערע ארטיקל).
אדער אן אינטערעסאנטע זאך איבער די פרשה.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 3:01 am
דורך [NAMELESS]
ווען דארף מען עס אריינגעבן?
צו וועם?

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 3:40 am
דורך יאיר
איך נעם די מוסר און השקפה ארטיקל. אויב איז נישטא קיינער צו שרייבן די חינוך ארטיקלען בין איך גרייט דאס אויך צו נעמען אויף מיינע פלייצעס.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 3:48 am
דורך יואב
יאיר האט געשריבן:איך נעם די מוסר און השקפה ארטיקל. אויב איז נישטא קיינער צו שרייבן די חינוך ארטיקלען בין איך גרייט דאס אויך צו נעמען אויף מיינע פלייצעס.

אין אזא פאל וועט דאס שוין גארנישט זיין אזא בלעטל,
ליבערשט א פרישן בלאג,

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 3:50 am
דורך יואב
דאס וועט זיכער פאגרינגערן קול קורא'ס.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 3:52 am
דורך משה געציל
איך בין גרייט אריין צו לייגן וועכנטליכע וויכטיגע הלכות.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 3:53 am
דורך נולד מאוחר
כמיין מזאל אנהויבען חודשליך. וועכנטליך איז צי סאך אנציהויבען. מען דארף די עולם זאל נאך שריייבן דא אויך.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 3:56 am
דורך לעיקוואד
איך שרייב די לעטערס טו די עדיטור

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 4:04 am
דורך יאיר
לעיקוואד האט געשריבן:איך שרייב די לעטערס טו די עדיטור

איך וועל עס ענטפערן.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 4:14 am
דורך נולד מאוחר
סא עת לאהוב איז אויס?
כ'פארשטיי נישט מהאט אפגעשמועסט עפעס וואס איז דאס שפרינגעריי. ביז ווי לאנג די ערשטע פראדזשקעט איז נישט פארטיג הייבט מען נישט אן די נעקסטע.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 4:50 am
דורך [NAMELESS]
יאסעלע וואסער טרעגער און איינגעמיירעט וועלן שרייבן די מחאה דארט.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 11:10 am
דורך ידען
איך פרעג די שאלות..

ווער נעמט די תשובות?