טעם הכרזת המולד לפני ברה"ח

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2728 מאל

טעם הכרזת המולד לפני ברה"ח

שליחה דורך משה געציל »

היות דער שבת האט מען געבענטשט ר"ח איז מיר געווען אינטערעסאנט געווען אז דעם שבת האט מען אין אסאך פלעצער געבענטשט ר"ח נאכען מולד, האב איך אביסעל געבלעטערט אין דעם נושא, און עס איז מיר אויס געקומען א שטיקעל קשיא, אבער היות איך האב שוין געטוהן אביסעל דערין לאמיר שרייבען קודם דעם טעם פארוואס מען ריפט בכלל אויס.

דער מנהג אין רוב מקומות איז אויס צורופען דער מולד פאר מ'בענטשט ר"ח, עס איז דא מקומות וואס מען איז דייקא מקפיד נישט אויס צורופען נאר יעדער קוקט פאר זיך, אין אוהב ישראל פרשת בא אויפען פסוק החדש הזה לכם ברענגט אז דער ענין פון דער מולד איז נישט כדאי מגלה צו זיין פאר די חיצונים ממילא זאל מען נישט אויסריפען בציבור, ער טייטשט אריין דערמיט דער פסוק אין אסתר מגדת את עמה ואת מולדתה אז דער לבנה אין יווניש ווערט אנגעריפען אסתהר איז פשט אין פסוק אז דער לבנה פארציילט נישט פאר די חיצונים איר מולד, אבער אין קרנות צדיק שרייבט ער אז דערמאנען דער מולד פארען בענטשען איז א תיקון אויף פגם הברית, איז משמע אז דער ענין איז דייקא יא אויס צוריפען און לכאו' דאס איז דער טעם פון רוב מקומות וואס מען רופט יא אויס.

אויף דער ענין בכלל צו וויסען דער מולד פארען בענטשען שטייט אין שער אפרים שער י' סי ל"ז "דנכון לידע אימת המולד שעיקר של שם חודש על חדושה של לבנה שהוא המולד וכן אומרים יחדשהו" עכת"ד, לכאו' איז מיר נתעורר געווארען אז לויטען שער אפרים וואלט מען דייקא געדארפט בענטשען ר"ח פארן מולד, איז וואס איז דער טעם וואס מען איז נישט מקפיד דערויף?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר