בלאט 1 פון 4
מזל טוב! 4000 לייק'ס!
נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 2:32 am
דורך זר זהב
מזל טוב פאר שמעקעדיג פאר די 4000 לייקס. (דזשעלעס)
נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 2:35 am
דורך נולד מאוחר
ביסטו זשעלעס אויף שעפעלעך'ס לייקס?
מזל טוב שמעקעדיג
נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 3:40 am
דורך טעפל
מזל טוב ר' שמעקעדיג, איך ווייס נישט וואיזוי דיך צו באטיטלען, צו די רבי פונעם שטיבל צו די בעה"ב פון שטיבל, אבער איין זאך זיכער, דו העלפסט ארויס יעדען איינעם דא, איך בין בכלל נישט דזעלעס ווייל ס'קומט זיך דיר אזויפיל און נאך מער..
נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 12:46 pm
דורך שמעקעדיג
יישר כח וברוכים תהיו יעדער איינער ובראשם זר זהב.
זר זהב ולב זהב, מיט דיין גאלדן הארץ האסטו שוין געשאנקען מער לייקס ווי מיר, און דאס איז וואס קאונט.
באקמענע לייקס קען איך נישט איינקעשן, געגעבענע לייקס פארדינט מען גן עדן. (דזשעלעס)
נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 12:54 pm
דורך [NAMELESS]
שקויעך שמעקי פאר'ן שרייבן דא, אזוי האב איך דיר געקענט לייק'ן לכבוד דיין דערגרייכונג. מזל טוב. וועל דיזערווד!!!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 7:39 am
דורך I'm back
שמעקעדיג האט געשריבן:יישר כח וברוכים תהיו יעדער איינער ובראשם זר זהב.
זר זהב ולב זהב, מיט דיין גאלדן הארץ האסטו שוין געשאנקען מער לייקס ווי מיר, און דאס איז וואס קאונט.
באקמענע לייקס קען איך נישט איינקעשן, געגעבענע לייקס פארדינט מען גן עדן. (דזשעלעס)
[tag]שמעקעדיג[/tag], געב מיר דיין פעסווארד און איך וועל לייקן תגובות פאר דיר. טאמער ווילסטו נישט, מיינסטו נישט ערענסט אז ביסט דזשעלעס.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:18 am
דורך שמעקעדיג
פארשטייסט נישט,
יעדער לייקט דארט וואו ער פארשטייט אדער ער האלט עס פאסט,
ווי מער גאלדן די הארץ איז, אלץ מער לייקט מען. סתם איך זאל לייקן האט דאך נישט קיין פשט.
(בפרט אז איך לייק נישט ע"פ רוב אין צימעס, משא"כ אנדערע לייקערס).
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 6:25 pm
דורך סאשי פיש
איך וויל אנוואונטשען א מזל טוב פאר מיין ברודער [tag]געפילטע פיש[/tag] לכבוד 4000!! לייקס!! וואס ער האט באקומען!!
ער האט עס ערליך פארדינט מיט זיין גרייטקייט צו העלפען איעדעם איינעם מיט טעכלנאגישע פראגעס און הילף און זיין חוש צו הומאר איז לאכעדיגע נייעס!!
אין איין ווארט [tag]געפילטע פיש[/tag] איז פון די עמודים פונעם שטיבעל!!
גיי אן ווייטער אונז צו באריייכערען מיט נאך ידיעות וכו׳
החותם סאשי פיש
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 6:30 pm
דורך smart
מזך טוב געפילטע! השית יעזור שיצליח וירבו עוד ועוד לייקס!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 11:41 am
דורך געפילטע פיש
שקויך סושי, טאקע א פאסיגע וואך צו באקומען דעם פיר טויזענסטן, די ארבע מאות איש עמו, פיר הונדער יוד'ן איז דאך פיר טויזענט, זאל דער פון אויבן טאקע העלפן, ס'זאל טאקע זיין למצא חן בעיני אדני.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 11:58 am
דורך שמעקעדיג
מזל טוב מיין פעיוואריט געפילטע פיש!! געווענליך ביי שלש סעודות האט שוין די געפילטע פיש א שטיקל נאכ'טעם און ווערט שוין אביסל 'שמעקעדיג'... אבער ביי אונזער באליבטע געפילטע פיש - אינאיינעם מיט א גוטן קאווע פון שטיבל - איז גאר פארקערט, כל זמן שמזקינים ווערט עס בעסער און בא'טעמ'טער, ממש ווי דער יין המשומר, און עס איז צו ערווארטן אז דו וועסט שטייגן און אונז מהנה זיין נאך מער מעתה ועד עולם!
YOU ROCK
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 06, 2013 2:38 pm
דורך רויטע וואנצעס
מזל טוב מורינו [tag]קאווע טרינקער[/tag] לרגל דיין 4000 לייקס!!!!!
דיין שרייבערישע טאלאנטן שיינען, סיי ווען די ניצט דיין פעדער צו שרייבן, און סיי ווען דו ניצט איר שפיץ צו שטעכן!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 06, 2013 3:58 pm
דורך קאווע טרינקער
אי"ה ביי דיר אויף שמחות בקרוב.
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 11:32 am
דורך שמעקעדיג
[tag]יאיר[/tag] האט געמאכט א שמחה א וויילע צוריק, ער האט געבוירן 4000 לייקס, אבער קיינער פון אונז האט זיך נישט משתתף געווען...
קיין טענות קען ער נישט האבן, ווייל ער האט אונז נישט געלאדענט; אבער מריחוק מקום ומקירוב הלב, שרייעט זיך ארויס פון הארצן, אשרי עין ראתה, וואויל איז די אויגן וואס האבן געזעהן די אויגן וואס ליינען יאיר'ס שיינע טיפזיניגע שכל הישר'דיגע תגובות, און כאטש איך בין נישט איינשטימיג מיט אלע זיינע שיטות און השקפות וועלכע איז צומאל אקעגן מיין חינוך, פארט איז א געשמאק צו ליינען זיינע מיינונגען וועלכע קומט ארויס מיט געמיטליכקייט און א שפריץ מיט הומאר, ודברי חכמים בנחת ישמעון.
מזל טוב מזל טוב, כן ירבו.......
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 11:46 am
דורך יאיר
א שיינעם דאנק, שמעקעדיג, און ש'כח פאר'ן קומען. קיין קוגל איז שוין נישט איבערגעבליבן, און די זשינזער עיל איז שוין אויסגעוועפט, אבער קאווע איז נאך דא אין גרויסן, לכל מאן דבעי, און איך נעם נאך אן מזל טוב'ס בחפץ לב.
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 11:48 am
דורך אפטעמיסט
אינטערעסאנט אז די אויבער חכמים וואס זענען העווי אויף ב"ק, ווען ס'קומט אבער צו לייקס מאכן זיי יעדע פאר חדשים נאך א שמחה.
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 11:51 am
דורך סאשי פיש
מזל טוב [tag]יאיר[/tag]!
איך גלייך דיך זייער.
אפשר לכבוד די שמחה שרייבסטו עפעס אן גוטע אשכול, די יאר האט זיך אינגאנצען אנדערש פארברענט די
לולב ערב פסח, אפגערעט אז איך בין געבליבען מיט אזא
איינדרוק פון פסח.החותם בשמחה סאשי פיש
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 12:04 pm
דורך ישמעאל הכהן
מזל טוב יאיר.
שמעקעדיג האט געשריבן:[tag]יאיר[/tag] האט געמאכט א שמחה א וויילע צוריק, ער האט געבוירן 4000 לייקס, אבער קיינער פון אונז האט זיך נישט משתתף געווען...
קיין טענות קען ער נישט האבן, ווייל ער האט אונז נישט געלאדענט; אבער מריחוק מקום ומקירוב הלב, שרייעט זיך ארויס פון הארצן, אשרי עין ראתה, וואויל איז די אויגן וואס האבן געזעהן די אויגן וואס ליינען יאיר'ס שיינע טיפזיניגע שכל הישר'דיגע תגובות, און כאטש איך בין נישט איינשטימיג מיט אלע זיינע שיטות און השקפות וועלכע איז צומאל אקעגן מיין חינוך, און אויך קעגן זיין חינוך... פארט איז א געשמאק צו ליינען זיינע מיינונגען וועלכע קומט ארויס מיט געמיטליכקייט און א שפריץ מיט הומאר, ודברי חכמים בנחת ישמעון.
מזל טוב מזל טוב, כן ירבו.......
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 12:23 pm
דורך רויטע וואנצעס
מזל טוב יאיר. איך וועל קומען צו די קידוש אויב ס'איז דא א פילע מחיצה. לאל.
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 1:04 pm
דורך הוגה
אפטעמיסט האט געשריבן:אינטערעסאנט אז די אויבער חכמים וואס זענען העווי אויף ב"ק, ווען ס'קומט אבער צו לייקס מאכן זיי יעדע פאר חדשים נאך א שמחה.
[tag]אפטעמיסט[/tag], איינער פון מיינע קינדער האט מיר תמימות'דיגערהייט אויפמערקזאם געמאכט וואס גייט פאר מיט מיינע חברים, איך בין שוין לאנג נישט געגאנגן צו א קידוש אדער זכר פון א חבר. True story.
קאנגראטולאציעס, [tag]יאיר[/tag]. ס'מיין ארבייט, כאטש האלב פון די לייקס.
.
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 1:22 pm
דורך כוכב
א מזל טוב פאר [tag]יאיר[/tag]
הויפט משכיל דא ס'קלאר
לינק שבלינק
מיט א שארפן צינג
סאיז אבער אלעס א שפיל
פרום איז זיין ציל
א גרויסע וואלענע ציצית
ערב פסח מצות האבן ער מוז עס
א קאפל א ברייטער
שבת, שבח שרייט ער
זוכט די שניט פוןן די חלה
שאקלט זיך יעדע וויילע
קיינמאל קיין בלוטס טראפ ער עסט נישט
די נעגל וואסער חלילה טרינקען, ער פארגעסט נישט
גוד הנשה נישט צו זיין אפעטיט
און געוויס נישט מקדאנלדס חלב אדער בלוט
בלויז פון קריוס זשארזש איז ער זשעלעס
וויל אויך באנאנאס
אויף די דראנטן טאנצן
מיר פארגינען אים אינגאנצן
שאפטס אים א זיץ באקוועם אין די זא
מאנקי סי מאנקי דא
נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 1:31 pm
דורך פליקער
מזל טוב [tag]שמעקעדיג[/tag]
אזוי אימבאמערקטערהייט אריבער געהיפט אכט טויזענט לייקס
איך וויל דיר וואונטשען אז ס'זאל זיך לייקן א לייקאכץ ביז איבער הינדערט צוואנציג טויזענט לייקס, מיר ווייסן אלע דיין קאכעדיג הארץ פאר א איד, הלוואי ווען מיר קענען זיך וועין, הלוואי ווען מיר וואלטן געוויסט ווער דיין כבוד איז און מיין טעיגלעך לעיבן, מיר וואלטן זיכער געוועין גאר גיטע חברים, איך קען קוים ווארטן ווען משיח וועט דיך ארויף ריפן אויבן אן, ער וועט אויס שרייען יעאהההההההההמויד, מורררההררה"ר רעב שמעקעדיג לחתן ה'עפעס מעיבי חתן השטיבל, איך וועל שטיין דארט ערגעץ אינטען אן, מיין הארץ וועט פלאצן ווען איך ווען פינדע ווייטענס בארגען א שפאקיוו פון א שכן, ווייל איך וועל זייער וועלן וויסן ווער דאס איז, איך וועל שיעור נישט אויסגיין ווען איך וועל געוואויר ווערן ווער איז געוועין, די אלע גלות יארן אזעלעכס פארפאסט.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 12:03 pm
דורך רויטע וואנצעס
טייערע חברים, יישר כח!