בלאט 1 פון 1
לידיעה בעלמא: א גוי אין א סוכה.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 12:56 pm
דורך גאלד
איך זאג נישט דאס איז די פירצה פון דור, אבער קען זיין דער המון ווייסט נישט אבער ס'דא א מקור אינעם ספר "יסוד יוסף" פון א גאר פריערדיגער מקובל וואס אסאך יסודות'דיגע מנהגים שטאמט פון איהם, ער זאגט קלאר אז מ'זאל נישט ארייברענגן א גוי אין א סוכה,
דא איז די פונקטליכע לשון:
על כן הוי זהיר היות בא ערל אחד לענין עסק שלך, אל תרבה עמדו בדברים בתוך הסוכה, כי משכהו חוצה ולא יתעכב במקום קדוש, ומכל שכל חס ושלום שלא לאכול ולשתות עמו בצל קדוש חניית סוכה, ובשכלך תוכל להתבונן הפגם הזה
אויך דער חקל יצחק זאגט אין פ' וירא אז ער האט געפרעגט זיין טאטן דער אמרי יוסף איבער דעם ענין און זיין טאטע האט מסכים אז מ'זאל נישט אריינברענגן א גוי אין א סוכה (זעהט אויס אז זיי האבן נישט געזעהן דעם יסוד יוסף) ווייל אין ביהמ"ק איז געווען א מקום וואס האט געהייסן דער "חיל" וואס טראץ וואס עס האט געהאט א שוואכע קדושה האט א גוי נישט געטארט דארט אריינגיין ממילא איז מסתבר אז א סוכה איז נישט קיין שוואכערע קדושה ווי דער חיל,
כלפי מה הדברים אמורים:
איך זעה ווי די אלע חרדישע אקטיוויסטן פון בארא פארק וומ"ב אין קראון הייטס מאכן סעודות גדולות מיט די גויאישע פאליטישןס אין הייליגע סוכה מיט אזא גלייכגילטיקייט, קלער איך אפשר ווייסן זיי נישט דער ענין דערביי
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 12:58 pm
דורך פערינא
שמר"יא אלערט
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 1:00 pm
דורך פערינא
סתם אזוי איז עס אני נארישע שאלה, שטייט דאך אז ער קומט לצורך עסק דארף מען נישט אים לאזען ווארטען אינדרויסען
דאס איז דאך די עסק אליין, זיי געבען כבוד און עטעינטשען
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 1:19 pm
דורך געפילטע פיש
דאס איז דאך אזוי פאני, אונז לעבן אין א קולטור וואו יעדע פארשטופטע סיפורי צדיקים, מנהג, מימרא, און קפידא איז אטאמאטיש יעדעם מחייב.
באלד ברענג איך דיר א מקור פון עפעס א מקובל אז רעדן שיחת חולין חול המועד איז פוגם אין אלע עולמות, און דער הייליגער פישפיקלאדיינער האט זיך אויסגעקוועטשט דערויף גאר שארף, אז ס'איז ערגער ווי חטא הידוע ר"ל. יעצט גיי פארדריי יעדעם א קאפ דערמיט.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 2:28 pm
דורך דעת תורה
יסוד יוסף איז נישט פארשטופט, אבער אויך נישט מחייב. מען דארף עס מודיע זיין פאר איינעם וואס אויב ער ווייסט ער עס ווען וואלט ער עס איינגעהאלטן, מען זעהט טאקע עס איז דא וואס זענען נזהר דערין (משה שמואל זופניק...) און ס'דא וואס נישט (עיין ערך בלומבערג אין די גרויסע סאטמארע סוכה)
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 3:13 pm
דורך גאלד
בלומבערג איז א אנדערע מעשה ער איז א איד שטייט פון קדושת לוי פונקט פארקערט אז מזאל אריינעמען די שוואכסטע איד אין די סוכה אזוי העט מען זוכה זיין צו אריינגענומען בסוכת עורו של לויתן טראץ מאיז נישט אפשר ראוי דערצו
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 3:43 pm
דורך outspoken
מ'דארף טאקע דא ארויסברענגען לשבח הרבני הנגיד ר' משה שמואל זופניק הי''ו וואס האט אויפגענומען די רופאבליקאנער קאנדידאט פאר מעיאר Joe Lhota דעם חוה''מ אין שטוב נישט אין סוכה.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 4:02 pm
דורך זר זהב
אבער משה שמואל'ס זון האט פארפאסט א מצוה פון שלאפן אין די סוכה... אדער אפשר טעקסט ער דארט?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 4:04 pm
דורך רויטע וואנצעס
להוי ידיעה אז Joe Lhota איז א כשרע איד.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 4:05 pm
דורך זר זהב
וואסאפעס? ער איז א קריסט
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 4:08 pm
דורך outspoken
זר זהב האט געשריבן:אבער משה שמואל'ס זון האט פארפאסט א מצוה פון שלאפן אין די סוכה... אדער אפשר טעקסט ער דארט?
ס'האט גערעגענט דעמאלטס... דאך האט ער נישט געוואלט אריינברענגען א גוי אפילו אינטערען שלאק
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 4:14 pm
דורך רויטע וואנצעס
זר זהב האט געשריבן:וואסאפעס? ער איז א קריסט
זיין אידישע באבע יהודית שטיינבערג האט חתונה געהאט מיט א קריסט.
ארטיקל איבער זיין יודישקייט:
www.jewishpress.com/news/breaking-news/exclusive-joe-yoely-lhota-on-his-relationship-with-the-jews/2013/05/28/ זייער אינטערעסאנטע אודיאו ווי ער רעדט פון דעם.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=xvfemBTmYK4[/youtube]
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 6:04 pm
דורך נצבד
איך גלייב אז מיין באבע ע"ה האט נישט געוויסט פון א יסוד יוסף צוזאגען,אבער קיינמאל האט זי נישט אריינגעלאזט די גויטע צו קלינען די סוכה, און אזוי זענען זיך מיינע עלטערען נוהג, וכן אני הקטן.
וואס איך וויל ארויסברענגען דערמיט איז, אז געווענליך ווען די עלטערען אדער אור עלטערען פירען זיך מיט עפעס, זאלסטו וויסען אז סאיז יסודתם בהררי קודש, אפילו זיי אליינס ווייסען נישט פארוואס
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 6:16 pm
דורך סאשי פיש
גאלד האט געשריבן:כלפי מה הדברים אמורים:
איך זעה ווי די אלע חרדישע אקטיוויסטן פון בארא פארק וומ"ב אין קראון הייטס מאכן סעודות גדולות מיט די גויאישע פאליטישןס אין הייליגע סוכה מיט אזא גלייכגילטיקייט, קלער איך אפשר ווייסן זיי נישט דער ענין דערביי
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 6:33 pm
דורך לעיקוואד
אין אלע גרויסע סוכות דרייען זיך גויים אן א שיעור רייניגען מסדר זיין וכו '.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 6:37 pm
דורך סאשי פיש
די יסוד יוסף רעד דאך פון זיך זעצן עסן מיט א גוי, נישט אז אז ער זאל נישט קלינען, דאס קען שוין זיין אכשיר דרא
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 6:43 pm
דורך לעיקוואד
בכלל איז דער מנהג צ''ע שהרי מבואר בנביא שגם הגוים יעשו סוכות לעת''ל, והרי שסוכה דווקא שייך גם לגוים.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 7:11 pm
דורך פערינא
בספר פסקי תשובות (סי' תרלט אות ג' הערה 15) הביא בשם הש"ך על התורה ועוד כמה ספרים שאין להכניס גוי לסוכה משום שאז קדושת הסוכה הולכת. אלא אם כן הוא פוסל את הסוכה. -גוגל
אפשר קען מען מליץ זיין אז היות די רבישע סוכות זענען אויף די פובליק סיידוואלק, און עס אזוי אויך שוין א ערענסטע שאלה פון סוכה גזולה, עטליעסט מוז מען זיי דארט אריינלאזען
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 6:21 am
דורך שמעקעדיג
לעיקוואד האט געשריבן:בכלל איז דער מנהג צ''ע שהרי מבואר בנביא שגם הגוים יעשו סוכות לעת''ל, והרי שסוכה דווקא שייך גם לגוים.
ואולי אדרבה, משם ראיה שאינה שייך לגויים, רק לנסיון בעת ההוא לזמן קצר.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 5:24 pm
דורך berlbalaguleh
פערינא האט געשריבן:שמר"יא אלערט
איהם אינטרעסירט נישט אזעלכע זאכן. כאפן ערליכע (אדער חסידיש'ע)

אידן ביי מעשה נבלות. אט דאס איז זיין סחורה.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 5:42 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 6:38 pm
דורך לעיקוואד
שמעקעדיג האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:בכלל איז דער מנהג צ''ע שהרי מבואר בנביא שגם הגוים יעשו סוכות לעת''ל, והרי שסוכה דווקא שייך גם לגוים.
ואולי אדרבה, משם ראיה שאינה שייך לגויים, רק לנסיון בעת ההוא לזמן קצר.
קודם כל פשטות הכתובים שהגוים יעשו סוכות תמיד, ואין מקרא יוצא מידי פשוטו.
וגם לפי דרשת רז''ל, הרי למה לא מנסים אותם במצווה אחרת, ע''כ שמצוות סוכה יש לו עכ''פ איזה שייכות עם אוה''ע ששייך לבחון אותם בה.
ואם כי שערי דרוש לא ננעלו, עכ''פ מראה מקום הוא לעיין בזה.