בלאט 1 פון 3
קאווע שטיבל נעמט אריין דעם 200'סטן באנוצער!!
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 8:23 pm
דורך זר זהב
און זיין נאמען איז.... "א איד"
משה זיך מיר....
מז"ט מז"ט
Re: קאווע שטיבל נעמט אריין דעם 200'סטן באנוצער!!
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 8:24 pm
דורך שמואל הלוי
שלום עליכם א איד
Re: קאווע שטיבל נעמט אריין דעם 200'סטן באנוצער!!
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 9:46 pm
דורך א איד
עליכם השלום איך האב נישט געוואוסט אז איך האב דעם כבוד צו זיין די נומער 200
א יישר כח פאר אזא ווארימע אויפנאמע
איך בין שטארק עמאושענעל

Re: קאווע שטיבל נעמט אריין דעם 200'סטן באנוצער!!
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 11:00 pm
דורך דולה ומשקה
אין בעל נס מכיר בניסו, שלום עליכם ר' איד, אוי אנטשולדיק מיר שלום עליכם ר' א איד...
Re: קאווע שטיבל נעמט אריין דעם 200'סטן באנוצער!!
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 11:29 pm
דורך משה געציל
שעמט אייך נישט אזוי, קומט אריין זייט אייך מכבד מיט א גלעזעלע ווארימע קאווע, און שפירט אייך היימיש... וואס מאכט א איד?
א נחת צו זעהן וואו היינטיגע צייטען זענען נאך דא אזעלכע וואס שעמען זיך נישט זיך צו אינדעטעפעצירען מיט פולען אידישען נאמען...
Re: קאווע שטיבל נעמט אריין דעם 200'סטן באנוצער!!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 4:52 pm
דורך א איד
איך טרינק נאר טיי
נשלח: פרייטאג יוני 15, 2012 3:23 pm
דורך חד גדיא
יעצט באמערק איך אז מ'האט שוין אויפגענומען די דריי הונדערטסטע באנוצער. מיט'ן שיינעם שמייכלדיגן נאמען "אשפג"....
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 8:46 pm
דורך שמואל הלוי
נאך דרייסיג צו גיין ביזן פיר הונדערסטן באנוצער
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 9:36 pm
דורך זר זהב
די ווארט "באנוצער" איז נישט אויסגעהאלטן. איך באמערק יעצט אז יעדער איינער וואס לייענט נאר אפילו דא ווערט אנגערופן א "באנוצער"...
בסך הכל זענען געווען 670 באניצער אנליין ::84 רעגיסטרירטע, 28 באהאלטענע און 558 געסט (באזירט אויף אקטיווע באניצער איבער די לעצטע 24 שעות)
מערסטע באניצער אנליין איז געווען 1081 צווישן מאנטאג מאי 07, 2012 און דינסטאג מאי 08, 2012
לפי זה דארף די הנהלה טרעפן א נייער ווארט. ס'שטייט אויך אז קאווע האט יעצט 373 "באנוצער". שטימט עס נישט...
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 9:40 pm
דורך טאמבל סאס
אפשר 'מיטגלידער'. ?
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 9:43 pm
דורך זר זהב
אדער "מעמבער'ס".... -- ס'באקאנט די וויץ ווען א רב אין א טעמפל האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה פאר ר"ה און געזאגט אז יעדער מעמבער דא אין שול גייט אמאל שטארבן! איינער אין די בעק האט זיך גענומען זייער לאכן... פרעגט מען אים ולשמחה מה זו עושה? זאגט ער אז ער איז א גאסט דא אין שול, ער איז נישט קיין מעמבער....
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 10:01 pm
דורך smart
זר זהב האט געשריבן:אדער "מעמבער'ס".... -- ס'באקאנט די וויץ ווען א רב אין א טעמפל האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה פאר ר"ה און געזאגט אז יעדער מעמבער דא אין שול גייט אמאל שטארבן! איינער אין די בעק האט זיך גענומען זייער לאכן... פרעגט מען אים ולשמחה מה זו עושה? זאגט ער אז ער איז א גאסט דא אין שול, ער איז נישט קיין מעמבער....
או לאותו שמחה....
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 10:14 pm
דורך טאמבל סאס
זר זהב איך מוז דיר זאגן האסט מיר פרייליך געמאכט
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 10:16 pm
דורך זר זהב
טאמבל סאס האט געשריבן:זר זהב איך מוז דיר זאגן האסט מיר פרייליך געמאכט
יעצט האסטע מיר פרייליך געמאכט!!
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 10:37 pm
דורך ניו יארק
זר זהב האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:זר זהב איך מוז דיר זאגן האסט מיר פרייליך געמאכט
יעצט האסטע מיר פרייליך געמאכט!!
Wow וויפעל מענשען איין מעמבערס פרייד קען פרייליך מאכן.
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 10:41 pm
דורך משה רוקח
זר זהב האט געשריבן:די ווארט "באנוצער" איז נישט אויסגעהאלטן. איך באמערק יעצט אז יעדער איינער וואס לייענט נאר אפילו דא ווערט אנגערופן א "באנוצער"...
בסך הכל זענען געווען 670 באניצער אנליין ::84 רעגיסטרירטע, 28 באהאלטענע און 558 געסט (באזירט אויף אקטיווע באניצער איבער די לעצטע 24 שעות)
מערסטע באניצער אנליין איז געווען 1081 צווישן מאנטאג מאי 07, 2012 און דינסטאג מאי 08, 2012
לפי זה דארף די הנהלה טרעפן א נייער ווארט. ס'שטייט אויך אז קאווע האט יעצט 373 "באנוצער". שטימט עס נישט...
באניצער מיט א 'י' איז א לשון רבים און באנוצער מיט א 'ו' איז א לשון יחיד.
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 10:43 pm
דורך זר זהב
בסך הכל זענען געווען 660 באניצער אנליין ::84 רעגיסטרירטע, 28 באהאלטענע און 548 געסט (באזירט אויף אקטיווע באניצער איבער די לעצטע 24 שעות)
מערסטע באניצער אנליין איז געווען 1081 צווישן מאנטאג מאי 07, 2012 און דינסטאג מאי 08, 2012
24406 הודעות בסך הכל • 990 אשכולות בסך הכל • 374 באניצער בסך הכל • אויסלייג פאליציאנט איז די נייעסטע באניצער
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 10:45 pm
דורך משה רוקח
איז עס א טעות פון קאווע שטיבל
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 10:47 pm
דורך זר זהב
וואס איז א טעות?
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 10:59 pm
דורך משה רוקח
זר זהב האט געשריבן:אויסלייג פאליציאנט איז די נייעסטע באניצער
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 11:00 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:וואס איז א טעות?
די לעצטע באניצער ברויך זיין לשון יחיד.
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 11:03 pm
דורך זר זהב
וואס איך האב געוואלט אויפמערקזאם מאכן איז אז מ'דארף טרעפן א נייער ווארט פאר די רעגיסטרירטע. ווייל איצטערט נוצט מען די ווארט "באנוצער" סיי פאר ליינער מיט א ניק און סיי פאר לייענער אן א ניק.
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 11:17 pm
דורך געפילטע פיש
באנוצער = User
באניצער = Users
רעגיסטרירטע = Registered
מיטגלידער = Members
באניצער לדעתי גייט ארויף אויף אלע וואס באניצן זיך מיט די סייט, אריינגעסיינט צי ארויסגעסיינט, די איינציגסטע זאך וואס מ'דארף טוישן איז " אויסלייג פאליציאנט איז די נייעסטע מיטגלידער"