בלאט 1 פון 1

היסטאריע: אין אייסלאנד, פאליציי שיסט מאן טויט צום ערשט מאל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 4:10 am
דורך חנניה זרח שטיגליץ
אין אייסלאנד האבן פאליציי נאכטן געשאסן צום טויט א מאן אין די מיטעלע יארן צום ערשטן מאל אינעם לאנד'ס היסטאריע. אייסלאנד וועלכער ליגט צווישן אייראפע און נארט אמעריקע מיט אירע ווינציגער פון א האלב מיליאן איינוואוינער איז א קליינער פרייע דעמאקראטישע לאנד מיט א נידעריגע קריים ראטע, די פאליציי גייען דארט ארום אן געווער און האנד גאנס זענען פארבאטען. פאליציי האט נאך קיינמאל נישט געשאסן צום טויט, ביז היינט.

נעכטן זענען פאליציי גערופן געווארן צו א הויז ווי א מאן האט ארויסגעשאסן פייער, צוויי פאליציי זענען אנגעקומען אן געווער. זיי זענען געשאסן געווארן פרובירענדיג אריינגיין אינעם הויז, זיי זענען נישט געשעדיגט געווארן. דערנאך זענען אנגעקומען באוואפענטע פאליציי און דערשאסן צום טויט דעם 50 יעריגן מאן, אריינשיסענדיג דערמיט א פייער קויל אינעם אייזיגן לאנד, ברעכענדיג היסטאריע אין אייסלאנד.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 4:12 am
דורך חנניה זרח שטיגליץ
איינער קאמענטירט אויפן נייעס ארטיקל

Give every man in America a nice looking, well educated, thin blonde wife, and we would be happy and peaceful too. Icelanders are of Danish descent. They tend to be non-violent people. We don't have much trouble with danish americans in the U S.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 4:19 am
דורך חנניה זרח שטיגליץ

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 7:57 am
דורך קאווע טרינקער
חנניה זרח שטיגליץ האט געשריבן:איינער קאמענטירט אויפן נייעס ארטיקל

Give every man in America a nice looking, well educated, thin blonde wife, and we would be happy and peaceful too. Icelanders are of Danish descent. They tend to be non-violent people. We don't have much trouble with danish americans in the U S.

מענטשן ווילן נישט איינזעהן אז די גראז איז בכלל נישט גרין...