בלאט 1 פון 4

עשרה מי יודע? עשרה אני יודע!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 1:11 pm
דורך דער (פינטעל) איד
עפעס קומט פאר מיט'ן נומבער ''צען'' , ס'האט א שייכות מיט מיר. ס'האט א שייכות מיט נאר ריינע ארבעט. און ס'קען אויפרעגן מיינע קעגנער. אז קיינער וועט נישט כאפן וועל איך אויסזאגן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 1:16 pm
דורך אפטעמיסט
צענדליגע ניקס וואלטן דיר געצאלט צענדליגע דאללער זאלסט אויפהערן שרייבן דא כאטש צען טעג :x

*just joking

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 1:18 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ניין , זייער שוואך. אבער דיין געס מאכט נאר שטערקער וואס איך האב טאקע געשריבן פריער "ס'האט א שייכות מיט נאר ריינע ארבעט"

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 1:34 pm
דורך kitov
If you don't brush your teeth TSEYN

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 1:49 pm
דורך דער (פינטעל) איד
wow דאס איז גאר טיהף און גוט , ס'שטימט מורא'דיג גוט. אבער נישט דאס געמיינט האב איך

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 1:55 pm
דורך יואב
עסן קנישעס מיט אלע צען פינגער, כמנהג אויבן אן אידן, צו אפילו פינטעלע אידן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 2:00 pm
דורך אפטעמיסט
די "ליפא געט ארויס א נייע סידי- דאס פינטעלע" אשכול האט געגרייכט צען בלעטער

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 2:09 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ניין. פרוביר נאכאמאל! כ'זעה קיינער כאפט נישט ווייל ספאלט קיינעם נישט ביי אפילו אז ס'קען זיין אזא זאך!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 2:19 pm
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 2:22 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ניין ניין , אבער ענק זענען בעסער ווי גוט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 3:08 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ביז היינט ביינאכט 11:59 קען מען געסן , דאן וועל איך אויסזאגן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 3:30 pm
דורך פרישער
ווי אזוי גייט און איין פינטעל אריין צעין מכות

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:05 am
דורך מאראנצןזאפט
מוחה, ס'שוין 11:59.
#מדברשקרתרחקפוןליגנטלויףאוועקדעראויבערשטערווייסטאלעפוןאנפאנגביזןעקאיךמייןסגייטאזוידערניגוןאוןווייטערגעדענקאיךנישט

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:58 am
דורך דער (פינטעל) איד
איך האב דירעקט נישט געשריבן נו יארקע זייגער. איך בין און שיקאגאו. האסט נאך צוויי מינוט צו געסן

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:59 am
דורך דער (פינטעל) איד
אקעי. איך בין 10 לייקס אוועק פון 200 לייקס

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 1:00 am
דורך שטילע אינגערמאן
הענג דיך אויף. די שיכור. וועגען דעים האלסטו די עולם געשפאנט?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 1:01 am
דורך דער (פינטעל) איד
נישט שיין צו שעלטן

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 1:01 am
דורך פוןדעסטוועגןדאך
נישט ממש :lol:

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 1:03 am
דורך [NAMELESS]
יוי האסטו מיך דעשראקן. איך בין געוועהן זיכער אז ס'גייט עפעס האבן צוטוהן מיט כאצימאטידית.....

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 1:05 am
דורך אפטעמיסט
נאר אזא שמענדריק ווי דיר וואס ווייסט אז ע"פ דרך הטבע גייסטו נישט באקומען קיין לעיקס במשך'ן טאג קען טוען אזא זאך. כ'מיין, וויאזוי האסטו געוויסט קיינער גייט דיר נישט לייקן היינט אויף עפעס? ווייזט אויס דו ווייסט גאנץ גוט דיין מצב. בכלל האב איך הנאה ווי די שפילסט ווי סגייט דיר נישט אן די גאנצע לייק געשעפט. שמויגער.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 1:06 am
דורך דער (פינטעל) איד
יא יא איך האב געוויסט אז דו גייסט זיך ארויפכאפן דערויף. ניין ס'גייט מיר גאנץ ווייניג אן אבער אויב קען מען עס נוצן אלץ א וואפען צו ווייזן אז מ'מוז נישט אפפארן צו האבן לייקס יהא זה שיכורי

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 4:35 am
דורך יואב
הגם איך בעפארצוג פינטעלע ערלים איבער פינטעלע אידן בדרך כלל, זעה איך נישט וואס דער עולם צערנט און בייזערט.
עפענט זיך איינער א צוויי שורה'דיג אשכול אין "שמייכל" אפטיילונג (עפעס ריקאלט דאס?), און חברה, "וואס האט עטץ געמיינט גייט מען א מינוט צו צוועלעף -- שיקאגא צייט -- אנאנסירן דא"?

על מה יצא הקצף? בארואיגט אייך קינדערלעך. כ'האף דאס האט נישט בארויבט ענקער שלאף.

לגוף הענין, פארשטיי איך נאך אלץ נישט פארוואס דאס האט מיט פינטעלע איד דווקא, א יעדן ניק דא שטייט מיט צען לייקס אוועק, פון צו גרייכן צען לייקס שפעטער. ווי אויך זעה איך נאך אלץ נישט פארוואס דאס איז "ריינע ארבייט". אפשר אז -- שלא כלייקס האחרים לשיטתו -- האט מען אים געלייקט לשמה. דאס איז אבער כידוע הוילע שטותים. ער האט זיך אויך זיין קליקע וועלכע לייקן אבי געלייקט (הע! יעצט האב איך מודה געוועזן אז אנדערע לייקן אויך) להרבות פינטעלעך, ולהפיצם.

און פארוואס ס'זאל אויפרעגן זיינע "קעגענער" (פששיהא! ס'איז דא פארטייען דא, ארמארי בילדינגס, קעמפס און בתי חיים) ווייס איך אויך נישט. וצ"ע גדול.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 7:04 pm
דורך אפטעמיסט
עפעס קומט שוין ווידער פאר מיט די נאמבער צען. ווער ווייסט וואס?