בלאט 1 פון 3
נתניהו'ס זון פאראורזאכט טומל צוליב דעיטען א נארוועגישן שיקסע
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 1:06 am
דורך יושב קרן
אין מדינת ישראל רעש'ט זיך דערמיט וואס דער פרעמינסטער נתניהו'ס שקצ'ל טוט דעיטן א גויטע פון נארוועגיע. דער 23 יעריגער יאיר (האפענטליך נישט
די ניק...) נתניהו איז גייט ארויס מיט א יוניווערסיטי סטודענט פון נארוועגיע, נתניהו האט עס אפילו אויפגעברענגט מיט'ן נארוועגישן פרעימער אז זיין זון איז לעצטענס געווען אין נארוועגיע מיט זיין ג.פ.
פארשידענע גרופעס פארלאנגען פון נתניהו אז ער זאל מאכן אן ענדע צו דעם רילעשנשיפ. אויך יאיר'ס שוואגער איז ארויס אויף די ראדיא דאס צו פארדאמען.
די הייליגע קייט זאל זיך ווייטער ציען
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 1:18 am
דורך יושב קרן
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 1:22 am
דורך יושב קרן
וויאזוי קומט צו אזא הייליגן איד ווי ביבי דער מנהיג ישראל צו האבן אזא זון? און וויאזוי איז אזא הייליגער מנהיג ישראל ''אקעי'' דערמיט?
[tag]ונבנתה העיר[/tag]
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 1:36 am
דורך מאטי
עקבתא דמשיחא
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 7:30 am
דורך איחוד פעלד
אזיין התגרות באומות האט דער רבי זי"ע מיט זיין ווייטע בליק אויך נישט פאראויס געזעהן....
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 8:26 am
דורך קאווע טרינקער
יושב קרן האט געשריבן:וויאזוי קומט צו אזא הייליגן איד ווי ביבי דער מנהיג ישראל צו האבן אזא זון? און וויאזוי איז אזא הייליגער מנהיג ישראל ''אקעי'' דערמיט?
[tag]ונבנתה העיר[/tag]
לערן נ"ך וועסטו זעהן אז בזמן שבית המקדש היה קיים איז נישט געווען בעסער.
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 9:03 am
דורך DotCom
תנ"ך כצ"ל, אברהם וישמעאל, יצחק ועשיו, וכו'
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 10:22 am
דורך געפילטע פיש
איך מיין ער האט יא געמיינט נ"ך, און מער די חלק פון שלמה ובת פרעה, שמשון ודלילה.
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 10:30 am
דורך איחוד פעלד
כ'דענק נישט אז דלילה איז געוועהן א שיקסע.
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 10:45 am
דורך געפילטע פיש
ביזט גערעכט, אויף דלילה שטייט נישט בפירוש וואס איר ייחוס איז געוועזן, על אף וואס ס'איז אנגענומען אז זי איז געווען א פלישתית, אבער ביי זיין ערשטע ווייב שטייט בפירוש, "וירד שמשון תמנתה וירא אשה בתמנתה מבנות פלשתים. ויעל ויגד לאביו ולאמו ויאמר אשה ראיתי בתמנתה מבנות פלשתים ועתה קחו אותה לי לאשה. ויאמר לו אביו ואמו האין בבנות אחיך ובכל עמי אשה כי אתה הולך לקחת אשה מפלשתים הערלים ויאמר שמשון אל אביו אותה קח לי כי היא ישרה בעיני. ואביו ואמו לא ידעו כי מיהוה היא כי תאנה הוא מבקש מפלשתים ובעת ההיא פלשתים משלים בישראל".
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:17 am
דורך יאיר
דער רמב"ם (הל' איסורי ביאה פי"ג הי"ד) האט געשריבן: אל יעלה על דעתך ששמשון המושיע את ישראל, או שלמה מלך ישראל שנקרא "ידידיה", נשאו נשים נוכריות בגיותן. אלא סוד הדבר כך הוא: שהמצוה הנכונה כשיבוא הגר או הגיורת להתגייר – בודקין אחריו שמא בגלל ממון שיטול, או בשביל שררה שיזכה לה, או מפני הפחד, בא להכנס לדת. ואם איש הוא בודקין אחריו שמא עיניו נתן באשה יהודית ואם אשה היא שמא עיניה נתנה בבחור מבחורי ישראל.
...
ולפי שגייר שלמה נשים ונשאן, וכן שמשון גייר ונשא, והדבר ידוע שלא חזרו אלו אלא בשביל דבר, ולא על פי בית דין גיירום – חשבן הכתוב כאילו הן גויות ובאיסורן עומדין. ועוד: שהוכיח סופן על תחילתן, שהן עובדות עבודה זרה שלהן ובנו להן במות. והעלה עליו הכתוב כאילו הוא בנאן, שנאמר: "אז יבנה שלמה במה" (מלכים א יא ז).
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:20 am
דורך shem-tov
די מעשה איז דער בעסטער באווייז אז ציונות איז מאוס דורכגעפאלן. אז אויף אזויפיל זאל די מדינה נישט קענען מגין זיין, זיך אויסמישן האט דאך שוין אוועקגעהרגט מער חלקים פון כלל ישראל ווי די נאציס ימ"ש און דא ווען דער עם ישראל זיצט מכלומרשט ברום המעלה זאל ער דארפן פאשענען אין פרעמדע פעלדער. און נאך אפי' זיין פראוד
דערמיט. כ'גלייב נישט אז דער אלגעמיינער עולם פארשווייגט עס.
פאקט בלייבט פאקט ציונות איז דער מכה בפטיש פון כלערליי צרות און נגע'ס וואס האבן זיך פארמאסטן אונטערצוברענגען כלל ישראל. פון השכלה, קאמיוניסטן, רעפארמער פארדעם און נאכדעם. קוק עס אן. א חרפה און א בושה. רח"ל. לאמיר זיך טרייסן כי לא תשכח מפי זרעו תמחה את זכר עמלק מתחת השמים לשנה הבאה בירושלים
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:32 am
דורך shem-tov
איחוד פעלד האט געשריבן:אזיין התגרות באומות האט דער רבי זי"ע מיט זיין ווייטע בליק אויך נישט פאראויס געזעהן....
צדיקל כ'וועל דיר מסביר זיין אד דער רבי מיט זיינע ווייטע אויגן האט עס אלעס געזעהן. בשעת הקמת המדינה זענען געווען פרומע ציונים וואס האבן געטענהט אז ווי נישט ווי זענען די רעפארמער און קאנסערוואטיווע גרופעס אסאך ארגער ווייל זיי מישן זיך אויס מיט די גוים און כידוע איז דאס די ארגסטע. משא"כ די ציונים זיצן זיך דארטן אין לאנד און מיט די אראבער וועט במילא קיין שלום קיינמאל נישט זיין איז נישטא וואס חושש צו זיין. למעשה אבער איז עס נישט ריכטיג. די פורקי עול האבן חתונה מיט גוים גמורים אן קיין גיירות בכלל, נאר יעצט איז עס א גרויסער פישל וואס מאכט נייעס אז ער איז פארגרוילט פון די ישראלים און זוכט גליקן אין א לאנד וואס האט זיך געבאדן אין יודיש בלוט
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:42 am
דורך שמעקעדיג
איחוד פעלד האט געשריבן:כ'דענק נישט אז דלילה איז געוועהן א שיקסע.
הלכה'דיג איז א אידישע פיל הארבער ווי א שיקסע.
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:42 am
דורך גיבור
shem-tov האט געשריבן:די מעשה איז דער בעסטער באווייז אז ציונות איז מאוס דורכגעפאלן.
ביטע רעד נישט ווייל אויב דאס איז א באווייז זענען מיר גוט אויף צרות ווייל דעמאלס איז סאטמאר סקווער און אפשר גאר די אייבערשטער מיאוס דורכגעפאלן .............
ליידער האב מיר גענוג פון די פעלער !
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 12:29 pm
דורך חזקיהו המלך
כ'פארשטיי נישט, טאמער ווילען זיי זיין איינער מיטען צווייטען, זאל ער איר מגייר זיין, זי גייט דורעך א גיור אין א האלבע שעה, אין נאכדעם איז זי מותר לבוא בקהל,
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 12:46 pm
דורך ודי למבין
shem-tov האט געשריבן:די מעשה איז דער בעסטער באווייז אז ציונות איז מאוס דורכגעפאלן.
אויב א סאטמערער וועט אמאל מזנה זיין מיט איינעם אדער ארויסדינגען א שיקסע פאר א שעה, וועט עס זיין דער בעסטער באווייז אז סאטמער איז מאוס דורכגעפאלן?
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 1:21 pm
דורך מאטי
יאיר האט געשריבן:דער רמב"ם (הל' איסורי ביאה פי"ג הי"ד) האט געשריבן: אל יעלה על דעתך ששמשון המושיע את ישראל, או שלמה מלך ישראל שנקרא "ידידיה", נשאו נשים נוכריות בגיותן. אלא סוד הדבר כך הוא: שהמצוה הנכונה כשיבוא הגר או הגיורת להתגייר – בודקין אחריו שמא בגלל ממון שיטול, או בשביל שררה שיזכה לה, או מפני הפחד, בא להכנס לדת. ואם איש הוא בודקין אחריו שמא עיניו נתן באשה יהודית ואם אשה היא שמא עיניה נתנה בבחור מבחורי ישראל.
...
ולפי שגייר שלמה נשים ונשאן, וכן שמשון גייר ונשא, והדבר ידוע שלא חזרו אלו אלא בשביל דבר, ולא על פי בית דין גיירום – חשבן הכתוב כאילו הן גויות ובאיסורן עומדין. ועוד: שהוכיח סופן על תחילתן, שהן עובדות עבודה זרה שלהן ובנו להן במות. והעלה עליו הכתוב כאילו הוא בנאן, שנאמר: "אז יבנה שלמה במה" (מלכים א יא ז).
און וואס איז מיטן זונה וואס ער האט אריינגעכאפט פארן טרעפן דליליה'ן
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 1:24 pm
דורך sefish
גיבור האט געשריבן:shem-tov האט געשריבן:די מעשה איז דער בעסטער באווייז אז ציונות איז מאוס דורכגעפאלן.
ביטע רעד נישט ווייל אויב דאס איז א באווייז זענען מיר גוט אויף צרות ווייל דעמאלס איז סאטמאר סקווער און אפשר גאר די אייבערשטער מיאוס דורכגעפאלן .............
ליידער האב מיר גענוג פון די פעלער !
איינע פון סאטמארע רבי'ס קינדער גייען ארויס מיט א שיקסע? נישט געוויסט
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 1:29 pm
דורך אמאל געווען
דאס איז וואס די ציונים טוען
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 1:29 pm
דורך מאטי
ודי למבין האט געשריבן:shem-tov האט געשריבן:די מעשה איז דער בעסטער באווייז אז ציונות איז מאוס דורכגעפאלן.
אויב א סאטמערער וועט אמאל מזנה זיין מיט איינעם אדער ארויסדינגען א שיקסע פאר א שעה, וועט עס זיין דער בעסטער באווייז אז סאטמער איז מאוס דורכגעפאלן?
כ'מיין אז דער ברך משה האט פרייע משפחה מיטגלידער וואס "מלכות סאטמאר" האט נישט מגין געווען אויף זיי.
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 1:42 pm
דורך איש עברי
רבותי פראפארציעס ביטע
עס איז נישט באטעמ'ט פאר נתניהו, עס איז אבער ווייט פון א הוכחה אז ציונות איז דורכגעפאלן, אויב מיינסטו צו זאגן דאס וואס ציונות האט פארשפראכן צו ראטעווען פון התבוללות טוט דאס בכלל נישט ווייזן אז ציונות איז דורכגעפאלן, ס'איז א איזאלירטע פאל, וואס דארפסטו מער קוק אין משפחת נתניהו אליין איז דא צוויי קינדער איינער שטרענג רעליגיעז און איינער [אבנר דוכט זיך] א בחור'ל וואס גייט א קאפל.
בכל אופן האט נאך אלס די ציוניסטישע באוועגונג ברוך השם געראטעוועט מיליאנען אידן פון התבוללות, דאס איז א טרוקענע פאקט וואס עס קען נאר לייקענען א סאטמארע פערד וואס וועט לצורך השיטה אויך מכחיש זיין שמש בצהריים
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 2:10 pm
דורך אמאל געווען
נישט נתני' האט געבויעט ציוניזעם אפשר איז ער אויך מסכים אויף עפעס אנדערש