בלאט 1 פון 5
פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 3:21 am
דורך רואיק
Infant's death at Maimonides Hospital linked to circumcisionRead more:
http://www.nydailynews.com/new-york/inf ... z1o8Ncml5hA two-week old boy died at a Brooklyn hospital in September after contracting herpes through a religious circumcision ritual that ignited controversy in 2005 after another infant died, the Daily News has learned.
The unidentified infant died Sept. 28, 2011, at Maimonides Hospital, according to a spokeswoman for the city Medical Examiner, who confirmed the death after a News inquiry.
The cause of death was listed as “disseminated herpes simplex virus Type 1, complicating ritual circumcision with oral suction.”
City officials declined to comment Friday.
It’s unclear who performed the circumcision.
In 2004, city health officials revealed that a baby boy died after a circumcision carried out by a Rockland County rabbi who specializes in the centuries-old, ultra-Orthodox ritual known as metzizah b’ peh.
Under the practice, the rabbi or mohel removes blood from the wound with his mouth — a practice city health officials have criticized, saying it carried “inherent risks” for babies.
In 2004, three infants circumcised by Rabbi Yitzchok Fischer were determined to have contracted herpes, city officials said.
Among them were twins circumcised in October 2004 after Fischer performed the religious ceremony known as a bris.
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 12:49 am
דורך דבילה
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:43 am
דורך משה בער
דער ס"מ האלט עס נישט אויס ווי יהדות החרדית וואקסט און בליעט בלע"ה. ער פראבירט מיט די לעצטע כוחות אנצומאכן צרות פאר כלל ישראל והקב"ה מצילנו מידם. מיר וועלן פייטן מיט די לעצטע כוחות, זאל נאך טויזנט בעביס שטארבן חלילה, דאס איז אלעס מעשה שטן און מיר טארן זיך נישט דערשרעקן און חלילה נישט מוותר זיין אפילו קוצו של יוד. מציצה איז ביי אונז הייליג מדור דור. אידן האבן זיך שוין מוסר-נפש געוועהן אויף דעם און מיר וועלן זיך ווייטער מוסר-נפש זיין און מקיים זיין דעם ברית צווישן אונז מיט הקב"ה על דרך ישראל סבא.
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:35 pm
דורך שרגא
עטליכע יאר צוריק האבן דריי קינדער אנגעבליך באקומען הערפיס, סאו העכסטנס וועט מען יענעם מוהל נישט לאזן, אבער ערגערס קען האפנטליך נישט געשען דא. די איינציגע צרה קען נאר קומען פון די האלבע משלנו'ס וואס קומען מיט "בירורים" אז מצב"פ איז נישט קיין "מוז".
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 11:38 pm
דורך דבילה
ווען מצב"פ איז א "מוז" וואלט פון דעם קיין אומגליק געשען! שלוחי מצוה אינן ניזוקין!
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:13 am
דורך יידל
דבילה האט געשריבן:ווען מצב"פ איז א "מוז" וואלט פון דעם קיין אומגליק געשען! שלוחי מצוה אינן ניזוקין!
זאגט דאך די גמרא אז דאס איז דוקא בשעת די עשיית המצוה ממש.
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 2:05 am
דורך רואיק
הארגענען בעיביס איז נאך אזוי הארב ווי עסן ווערים, ניין? פארוואס טשעקט מען נישט מיט א גרויסע לייט דאס מויל פונעם מציץ פארן ברית?
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2012 2:30 am
דורך Starbucks
מציצה באשריבן אין די פרעסטיעזישן מעדיקל דשורנאל "פידיעטהריקס"
אכטונג גראפישע בילדער.
http://pediatrics.aappublications.org/c ... /e259.long
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 12:18 am
דורך אויבער חכם
סאיז אינטרעסאנט צי צייכענען אז דער באקאנטע רעגע זינגער "באב מארלי" האט אויסגעהוילט די נשמה קוים זיינדיג 35 יאר אלט פאלגנד איז די סיבה:
Marley passed away from Melanoma cancer - a cancer which only affects white people. The cancer was located on his toe, under his toenail Marley refused to have the toe amputated, as the Rastafarian religion forbids modification of the body.The cancer spread to his stomach, lungs and brain and killed him
איינע זעהט דא א השוואה ציוושיען די קינד וואס איז געשטארבען נעבעך "מיתת מציצה" צי באב'ין וואס זיין ריליגיע האט אים נישט געלאזט קער נעמין פין זיין מחלה? איך מיין אז מקען אויף ביידע זאגען אז זיי זענען אוועק במסירת נפש......
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 10:40 am
דורך רואיק
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 5:58 pm
דורך געפילטע פיש
אויבער חכם האט געשריבן:סאיז אינטרעסאנט צי צייכענען אז דער באקאנטע רעגע זינגער "באב מארלי" האט אויסגעהוילט די נשמה קוים זיינדיג 35 יאר אלט פאלגנד איז די סיבה:
Marley passed away from Melanoma cancer - a cancer which only affects white people. The cancer was located on his toe, under his toenail Marley refused to have the toe amputated, as the Rastafarian religion forbids modification of the body.The cancer spread to his stomach, lungs and brain and killed him
איינע זעהט דא א השוואה ציוושיען די קינד וואס איז געשטארבען נעבעך "מיתת מציצה" צי באב'ין וואס זיין ריליגיע האט אים נישט געלאזט קער נעמין פין זיין מחלה? איך מיין אז מקען אויף ביידע זאגען אז זיי זענען אוועק במסירת נפש......
איך מיין אז ס'נישט קיין פארגלייך, באב איז אן אדאלט און ער מעג מחליט זיין אז ער וויל זיך מוסר נפש זיין פאר זיין רעליגיע, הארגענען בעיביס וואס האבן נישט קיין טשויס איז אן אנדערע מעשה, ספעציעל ביי א רעליגיע וואס יומען לייף איז די סאמע וויכטיגסטע זאך, פיקוח נפש איז דוחה אלעס, חוץ פון די שלש עבירות חמורות.
איך ווייס נישט די הלכה ביי מציצה בפה, איך זאג נאר אז ס'נישט קיין פארגלייך.
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 6:52 pm
דורך טאמבל סאס
מ'וואלט ווען געדארפט נעמען דעם מוהל און הרגענען - מוצץ זיין די נשמה! פארן נישט אויסטשעקן זיין מויל איטליכער מאל וואס ער גייט שניידן א קינד צו ער האט נישט דעם פאטאל מסוכנדיגע הוירפיס.. רוצח וואס ער איז!!! און דאס זעלבע איז געזאגט געווארן אויף די אלע ראצערלעך וואס לערנען זיך ווי צו זיין מוהלים תיכף נאכוואס זייער ווייבעלע איז אהיימגעקומען מיט די רויטע פארבלאשטע בעקעלעך און די נאך - קוים אנזעהבארע פרעגנענסי טעסט מיט'ן רויטן צייכן. מיטיילנדיג א פארלוירענע אז יא! זי ווארט..
שנעל לויפט ער זיך לערנען צו זיין א מוהל. נאך איידער ער ווייס וואס ס'קאכט זיך דארט אפ' אינעם מאמעס בויך. צו איז דאס א אינגל? א מיידל? אפשר גאר ביידע? און אולי א טומטום אויף אלע גוים געזאגט? אבער ניין! ער דארף זיך לערנען צו זיין א מוהל.
די שנוקערס וואלט מען אויך געדארפט גוט אויספיצן די ציינער און באקוקן מיט אן אתרוג-פארגרעסערונגס גלאז, צו די הוירפיס אייער'לען זיך נישט דערינען
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 10:19 am
דורך איינער
פון דארט
״There is, however, the possibility that some previous cases were not reported for cultural reasons. To clarify this statement, the cultural background requires elaboration.״
די רעגירונג דארף איבער קוקן די רעקארדס פון די דאקטורים וואס די היימישע עולם ניצט, אויסצוגעפינען די אמת....
עס איז א גרויסע טשענס אז מיר ווייסן נישט דעם גאנצען אמת...
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 10:22 am
דורך יחזקאל
הרב "איינער" פון ווי האסטו זיך אויפגעבויט אזא האס קעגן די אידישע רעליגיע?
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 10:34 am
דורך איינער
יחזקאל האט געשריבן:הרב "איינער" פון ווי האסטו זיך אויפגעבויט אזא האס קעגן די אידישע רעליגיע?
מיינסט א וודאי דיין ״רעליגיע״, וואס פארנעמט נישט קריטיק נאר איין און מיין מיינוג און טאטעלריזים.
ווייל די אידישע רעליגיע האב איך שוין איינמאל ליב.
BTW ווען ״איינער״ האלט אן הלכה אנדערש ווי דיר, מיינט עס נישט אז ער האט עפעס פיינט.
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 1:45 pm
דורך פינטאו
נא, ווער לאזט נישט אונטערזוכן די מוהלים?! אדרבה ואדרבה, וויפיל מען קען פארבעסערן און פארזיכערן אלס בעסער. אבער אינגאנצן אויסרייסן א מנהג ווייל נישט אלע קרייזן האלטן דערפון, ווער איז דער וואס מאכט אפ וועלכע מנהג גייט בלייבן און וועלכע נישט?!
עס איז גארנישט קיין דמיון, עס זענען דא גרופעס וואס זענען אויסן אויסצורייסן דעם מנהג משרשו. ווער באשליסט וואס "אלע" אידן ווילן? רעפארמער האלטן זיך פונקט אזוי פאר אידן, און געוויסע פון זיי פירן א לעבן וואס האט מיט אידישקייט גארניקס.
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 2:25 pm
דורך פארווע
ס'געפעלט מיר ווי דער עולם רעדט דא מיט אזא זיכערקייט אז דאס קינד איז געשטארבן פון מציצה ווייל "מיימאנידעס" האספיטאל האט אליינס אזוי געזאגט... וועל איך דערציילען וואס כ'האב געהאט ביי מיינס א קינד וואס איז נישט מער געדאכט אריינגעפירט געווארן אין מיימאנידעס זייענדיג קנאפע 2 וואכן אלט צוליב א אינפעקשאן, ער האט געשוועבט צווישן לעבן און נישט די ערשטע 24 שעה, געווען אויף א רעספערעיטאר קרוב צו א וואך, מ'האט עם אנגעשטאפט מיט אלע סארט אנטי ביאטיק צו פייטן די אינפעקאשן, בחסדי השם איז ער נאך קורצע צייט צוריק אהיים געזונטערהייט!
בשעת מ'האט עם אריינגעברענגט און שפעטער האט יעדע דאקטאר/נורס געפרעגט צו ער האט שוין געהאט די ברית, אויף וואס די ענטפער איז געווען "ניין". ער איז געווען געיל און מ'האט עם נישט געקענט מל'ן צום אכטן (גראדע די דאקטוירים האבן עס אלע אוועקגעמאכט, ביי זיי איז געילקייט נישט קיין פראבלעם כידוע). ס'געווען דארט א אידישע דאקטאר, זאגט ער מיר: "דו ווייסט נישט וואסערע מזל דו האסט אז ס'נאך נישט געווען די ברית, קענסט זיכער זיין אז די מוהל וואלט געווען שולדיג אין די אינפעקשאן" פרעג איך עם וואס הייסט? זעהן זיי דען נישט וואסערע אינפעקשאן דאס איז? זאגט ער מיר אז זיי ווייסן נישט וואסערע אינפעקשאן דאס איז, און זיי קענעם נישט זעהן פון ווי ס'איז געקומען, און ביי א ניי געבוירן קינד קען זיך מאכן פארשידענע זאכן, נאר טאמער וואלט שוין געווען די ברית וואלטן זיי עס זיכער אנגעלייגט אויף דעם. ע"כ המעשה.
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 5:54 pm
דורך דולה ומשקה
טאמבל סאס האט געשריבן:מ'וואלט ווען געדארפט נעמען דעם מוהל און הרגענען - מוצץ זיין די נשמה! פארן נישט אויסטשעקן זיין מויל איטליכער מאל וואס ער גייט שניידן א קינד צו ער האט נישט דעם פאטאל מסוכנדיגע הוירפיס.. רוצח וואס ער איז!!! און דאס זעלבע איז געזאגט געווארן אויף די אלע ראצערלעך וואס לערנען זיך ווי צו זיין מוהלים תיכף נאכוואס זייער ווייבעלע איז אהיימגעקומען מיט די רויטע פארבלאשטע בעקעלעך און די נאך - קוים אנזעהבארע פרעגנענסי טעסט מיט'ן רויטן צייכן. מיטיילנדיג א פארלוירענע אז יא! זי ווארט..
שנעל לויפט ער זיך לערנען צו זיין א מוהל. נאך איידער ער ווייס וואס ס'קאכט זיך דארט אפ' אינעם מאמעס בויך. צו איז דאס א אינגל? א מיידל? אפשר גאר ביידע? און אולי א טומטום אויף אלע גוים געזאגט? אבער ניין! ער דארף זיך לערנען צו זיין א מוהל.
די שנוקערס וואלט מען אויך געדארפט גוט אויספיצן די ציינער און באקוקן מיט אן אתרוג-פארגרעסערונגס גלאז, צו די הוירפיס אייער'לען זיך נישט דערינען
איהר מיזט מיר זייער מוחל זיין, אבער אייער געשרייבעכטס איז זייער גראב אין א עקעל. דער סארט שפראך מאכט מיר טראכטען איידער איך קום אהער אין דעם אשכול, אנשטאט אראפ ברענגען אין דערציילען אין נארמאלע אופנים, האבען זיך א חברה פוירען אהערגעזצט.
לדעתי אוי ווי מען דארף ארויס נעמען דעם מעקער אין איהר אנהייבען צו ניצען, זאלען זיך די מעמבערס אויס לערנען שרייבען געהעריג אין ווי נארמאלע מענטשען.
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 6:38 pm
דורך יידל
טאמבל סאס, אויף אייך איז געזאגט געווארן "חכמים הזהרו בדבריכם". לתועלת האשכול, הפארום, האתר וחביריו ביטע האלטן די שמועס אויף א הויעכער ניווא.
Re: פרישע מציצה בפה סקאנדאל
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 7:19 pm
דורך טאמבל סאס
סארא נאפקע מינע וויזוי כ'האב מיינע ווערטער געשריבן ?! קבל את האמת ממי שאמרו. און אויב דו האסט שוין פארגעסן. דא איז נישט דא די צענזורירנדע רעזשים ווי יעדעס ווארט וואס וועט עמיצן נישט שמעקן צו אלץ פויערישקייט (לפי דעתו היקר) צו צוליב ארימקייט אין שפראך - ווערט אויסגעמעקט.
ס'פעהלט אוואדאי נישט אויס אנצומערקן אז בעפאר דיר האבן נאך עטליכע שוין געזעהן מיין תגובה און קיינעם איז נישט איינגעפאלן צו שרייען אז מיין ארטיקל איז נישט אויסגעהאלטן ברוחניות, נעמליך - אז ס'פעהלט עטוואס איידלקייט אין מיינע ווערטער. און וואס זאלן מיר טוהן אז היינט נעמען מענטשן אהן שארפע דיבורים לייכטער, אויב ווערט עס געזאגט אין א סארקאסטישן און צומאל המממ עכככ. כ'וויל נישט ארויסזאגן.. נעבעך.
אבער העלמיר דאס לייגן אין זייט. אפגעזעהן די אופן פון מיין שרייבן איז קלאר אז אויב לאזט זיך נישט דער מוהל אונטערזוכן בעפאר, האט ער קלאר א דין ווי א רוצח נאכוואס ס'איז קלאר היינט ביי אלע דאקטורים אז פיהל מענטשן דרייען זיך היינט ארום מיט דעם ספעציפישן באקטיריע אין מויל איינער אין א לייכטערע פארעם. און א צווייטער מערער.
מציצה בפה סאמאטוכע פארשטערקערט: נאך פעלער באריכטעט
נשלח: פרייטאג מערץ 16, 2012 10:16 am
דורך יידל
די טומל איבער די מעדעצינישע פראבלעמען וואס מציצה בפה ברענגט לויט די דאקטוירים ווערט פארשטערקערט. די פארווערטס מעלדט פון נאך הערפיס באטראפענע. ווי די דאקטוירים טענה'ן קומט דאס פון מצב"פ.
http://m.forward.com/articles/153089/tw ... ision-rite
Re: מציצה בפה סאמאטוכע פארשטערקערט: נאך פעלער באריכטעט
נשלח: פרייטאג מערץ 16, 2012 1:32 pm
דורך Starbucks
“The best thing would be to focus on an intra-community education effort. I know there are Haredi [ultra-Orthodox] physicians trying to re-educate the public to make them more aware” of the risk, said a medical doctor in Boro Park, who insisted on anonymity. “You need a critical mass of rabbis who will set off a chain reaction.”
ליידער רבנים מיט ברייטע פלייצעס זענען היינט נישט דא. We're screwed.
Re: מציצה בפה סאמאטוכע פארשטערקערט: נאך פעלער באריכטעט
נשלח: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:45 pm
דורך Starbucks
אנאליזירער האט געשריבן:Starbucks האט געשריבן:“The best thing would be to focus on an intra-community education effort. I know there are Haredi [ultra-Orthodox] physicians trying to re-educate the public to make them more aware” of the risk, said a medical doctor in Boro Park, who insisted on anonymity. “You need a critical mass of rabbis who will set off a chain reaction.”
ליידער רבנים מיט ברייטע פלייצעס זענען היינט נישט דא. We're screwed.
לויט דיין קוואט זענען אפילו דאקטוירים מיט ברייטע פלייצעס אויך נישט דא, און אז איינער רעדט שוין אינסיסט ער אויף אנאנימיטי.
א דאקטער קען שרייען חי וקים ס׳וועט גארנישט העלפן ווילאנג די רבנים האלטן נישט מיט.