בלאט 1 פון 1

בן ארבעים לבינה

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 2:32 pm
דורך דער (פינטעל) איד
קומענדיגע וואך ט' אדר גיי איך ווערן פערציג יאר לאויט"א, כ'גיי אנהייבן פארשטיין זאכן וואס איז ביז יעצט געווען אומפארשטענדליך. איך בעט יעדער איינער זאל אנהייבן מיר צו רעספעקטן מער, אזוי ווי עס פאסט פאר א בר דעת. יעדער וואס איז שוין 40 יאר ווערט געבעטן צו שערן זייער עקספיריענס וויאזוי פילט עס דער אריבערגאנג, וואס פארשטייט מען מער.

קינדער אונטער 40 יאר זאלן נישט אריינרעדן דא.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 2:36 pm
דורך דער (פינטעל) איד
א חבר זאגט מיר אז ווען ער האט זיך געיערט צו 40 האט זיין פרוי עם געקויפט א סובסקריבשן צו ''בינה'' מעגזין. נישט א שלעכטע איינפאל פאר א נארישע פרוי

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 2:38 pm
דורך פישלע העררינג
הייסט אז הערשט אין צוואנציג יאר ארום וועל איך צוקומען צו דיין איצטיגע חכמה, פינטעלע?

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 2:39 pm
דורך דער (פינטעל) איד
פישל'ע העררינג האט געשריבן:הייסט אז הערשט אין צוואנציג יאר ארום וועל איך צוקומען צו דיין איצטיגע חכמה, פינטעלע?


דער (פינטעל) איד האט געשריבן:קינדער אונטער 40 יאר זאלן נישט אריינרעדן דא.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 2:41 pm
דורך berlbalaguleh
פישל'ע העררינג האט געשריבן:הייסט אז הערשט אין צוואנציג יאר ארום וועל איך צוקומען צו דיין איצטיגע חכמה, פינטעלע?

ניין. ס'דא ווער ס'ווערט שוין געבוירן מיט בינה. :? :roll: :lol: :o

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 3:32 pm
דורך טיטאניק
העלא וועלקאם צי די 40'סטע יאר
לאמיר זען צי דיינע תגובות וועלען זיין יעצט מיט א בינה יתירה..........
ווילסט מאכען א שיעור אין זוהר הק'?

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 3:35 pm
דורך דריידל
רבותי, שפארטס אפ די לייקס ווייל איינמאל די בינה לאנדעט אויף פינטעל וועלן אנפאנגען ארויסצושפראצן דברי חכמה רעכטס און לינקס, און אויב וויל מען אז פינטעל זאל עס אנפירקלען ביי אונז און שטיבל וועט עס קאסטן א שיינע פאר לייקס

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 3:41 pm
דורך berlbalaguleh
טיטאניק האט געשריבן:העלא וועלקאם צי די 40'סטע יאר
לאמיר זען צי דיינע תגובות וועלען זיין יעצט מיט א בינה יתירה..........
ווילסט מאכען א שיעור אין זוהר הק'?

טיטאניק: איכ'ל דיר ( און פאר גאנץ קאווע שטיבל) אויסזאגן א סוד.איך האב אריינגע-סניעקט א בליק און צוויי אין זוהר הק' פאר פערציג. :? :roll: :lol: :lol: :o

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 3:46 pm
דורך פלעין יודיש
CANT WAIT
באלד זאגט שוין דער פינטעל זיין אמתדיגען נאמען אויכעט

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 4:23 pm
דורך מאראנצןזאפט
סתם א קלאון, אין א שכינותדיגן אשכול שרייבט ער היינט אז ער איז אין די הויכע צוואנציגער יארן. זעט אויס סהאט אים געכאפט א גילוי פארכט והדברים עתיקין.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 7:11 pm
דורך דער (פינטעל) איד
מאראנצןזאפט האט געשריבן:סתם א קלאון, אין א שכינותדיגן אשכול שרייבט ער היינט אז ער איז אין די הויכע צוואנציגער יארן. זעט אויס סהאט אים געכאפט א גילוי פארכט והדברים עתיקין.

אין מאנטריאל בין איך אין דע הויעכע צוואנציגער... והדברים שטותומין

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 7:22 pm
דורך מ גפני
וואס איז מיט דעם כלל פון מילתא דעבידא לגלוי'???....
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:גם אני בחלומי :(

איך בין אין דע שפעטע 20 יארן.

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 7:25 pm
דורך דער (פינטעל) איד
כבר קדמוך מאראנצןזאפט.
איך האב עס געדענקט ווען כ'האב עס געשריבן. האסט מיר נישט 'געכאפט'

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 7:30 pm
דורך מ גפני
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:כבר קדמוך מאראנצןזאפט.
איך האב עס געדענקט ווען כ'האב עס געשריבן. האסט מיר נישט 'געכאפט'

איך זעה אבער אז די ענטפערסט צוריק אז
דער (פינטעל) איד האט געשריבן: והדברים שטותומין

האב איך עס געוואלט לינקן

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 7:45 pm
דורך גנדי
פון דיין סטייל פון שרייבען איז קלאר אז די ביסט א יונגע צוואנציג יעריגע וואס איז נאך נישט ארויס פון די ישיבה/כולל מענטעלעטי