בלאט 1 פון 1

אויסטוהן ווייסע זאקען

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 11:20 pm
דורך ארבעס
קודם וויל איך מקדים זיין, איך דריי מיך אין שטיבעל איבער א יאר שוין אין איך האב זעהר הנאה פין די פילפילים אין נושאים.
א זאך דריקט מיך לאנג.
איך בין אזוי גערופענע א חסידישע אינגערמאן פין א גרויס חסידות קרייז.
חתונה געהאט היבש א פאר יאר שוין.
ווען איך בין געוועהן א בחור בין איך געוועהן אנגעצוימט אין א פאנאטישע.... איך קען שרייבען א בוך אבער איך וויל גיין צים פונקט.
איך טראג ווייסע זאקען אין איך פיהל מיך זייער נישט באקוועם מיט דעם מער.
איך וואלט מיך קאטאראגעזירט אלס א עוועריזש חסידישע אינגערמאן, איך שטרעב צי זיין ערליך, אין צי מחנך זיין מיין צאן קדשים על דרך אבותנו.
ווען איך האב היינט חתונה וואלט איך זעכער נישט אנגעטוהן ווייסע זאקען.
מיין פראגע איז, וואס איז די חטא אז איך דיסייד אז איך וויל מערנישט טראגען ווייסע זאקען?
עס באדערט מיך באמת......

ביטע נישט קיין ליצנות.....