בלאט 1 פון 6
נארישע גאונ'ישע קשיות
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:08 pm
דורך בן בג בג
דיאשכול איז געמאכט פאר אלע מיני קשיות וואס פון איין זייט האט עס א שטארקע (נארישע) דערהער אבער בעצם איז עס נאריש מעיקרא. אלזא לאז מיר אנהייבן מיט ערשטע.
והנה: אויב איז אמת אז מען איז ריין נאכדעם וואס מ'נעמט א שויער, צו וואס פעלט אויס צו אויסוואשען די האנטוך נאכדעם וואס מ'האט זיך אפגעווישט דערמיט???
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:10 pm
דורך לית דין בר נש
מען דארף טאקע נישט, וואש עס נישט אויס. אבער פליז רוף מיר קיינמאל נישט אהיים צו דיר אין שטוב.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 3:55 pm
דורך רויטע וואנצעס
באמת דארף מען נישט, אבער היות אין מקוה איז די מנהג צו שטיין אויפן האנטוך, און ווישן די נאז מיט די האנטוך, האט מען משום לא פלוג איינגעפירט אז מ'וואשט אויס אלע האנטוכער, סיי אין מקוה און סיי אינדערהיים, ווייל מ'ווייסט דאך נישט וועלכע זענען געווארן טישוס און אויערען קראצערס נאכן זיין האנטוכער.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 8:07 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 8:41 pm
דורך נאך א פשט
ווי האט יענער געזאגט, פארוואס הענגט די גרויסע האנטוך אין בית המדרש נעבען די סינק?
....אז גלייך נאכדעם וואס מען ווערט שמוציג פון זיך אפווישן אינעם האנטוך זאל מען זיך קענען אפוואשן די הענט אינעם סינק
נשלח: פרייטאג אפריל 25, 2014 12:40 am
דורך קאווע טרינקער
אויב איינער האט נישט קיין מצה פסח, פארוואס זאל ער נישט מעגן עסן חלה אלץ עשה דוחה לא תעשה?
נשלח: פרייטאג אפריל 25, 2014 1:12 am
דורך פישלע העררינג
[tag]קאווע טרינקער[/tag], איז א עשה דוחה א לא תעשה שיש בו כרת?
נשלח: פרייטאג אפריל 25, 2014 1:26 am
דורך גנדי
פארוואס איז דא אין נוי יורק סיטי.
FDNY און NYPD
קומט NY קודם אדער נאכדעם?
נשלח: פרייטאג אפריל 25, 2014 8:04 am
דורך דריידל
א דייעט דארף לכאורה פארמינערן גראבקייט. דעמאלטס פארוואס זענען אלע וואס גייען אויף דייעט, גראב?
א דאקטאר דארף מאכן מענטשן געזינט. פארוואס זענען מענטשן וואס גייען צום דאקטאר עפי"ר קראנק?
נשלח: פרייטאג אפריל 25, 2014 12:50 pm
דורך צדיק נסתר
וויאזוי מעג מען מישן מעל מיט וואסער ביים באקן די מצות? פסח מישט מען דאך זיך נישט?
נשלח: פרייטאג אפריל 25, 2014 1:17 pm
דורך elter-zeide
drive way - parkway
פארוואס הייסט דארט ווי מ'פארקט דע כאר, דרייוו-וועי?, אין דע גרויסע ברייטע גאס וואס מעפארט הייסט, פארק-וועי?
נשלח: פרייטאג אפריל 25, 2014 2:11 pm
דורך יאיר
צדיק נסתר האט געשריבן:וויאזוי מעג מען מישן מעל מיט וואסער ביים באקן די מצות? פסח מישט מען דאך זיך נישט?
הוא אינו מיש אבל אחרים הוא משיש.
נשלח: פרייטאג אפריל 25, 2014 4:06 pm
דורך ביבער
פארוואס האט מען חתונה?
נשלח: פרייטאג אפריל 25, 2014 4:16 pm
דורך צדיק נסתר
ביבער האט געשריבן:פארוואס האט מען חתונה?
כדי ס'זאל געבוירן ווערן נאך קאווע שטיבל שרייבער.
נשלח: פרייטאג אפריל 25, 2014 4:25 pm
דורך קאווע טרינקער
ביבער האט געשריבן:פארוואס האט מען חתונה?
מ'פרעגט נישט קיין קשיות אויף קליינע קינדער.
נשלח: פרייטאג אפריל 25, 2014 5:37 pm
דורך דריידל
צדיק נסתר האט געשריבן:ביבער האט געשריבן:פארוואס האט מען חתונה?
כדי ס'זאל געבוירן ווערן נאך קאווע שטיבל שרייבער.
דערמאנסט מיך א מעשה וואס מ'דערציילט אויף אן אלטער הויז בחור,גאנץ א קנאפע חכם, פון א רבי אונדערהיים (דאכצעך פון די ראפשיצע גזע) וואס מ'האט עים געפרעגט פארוואס ער האט נישט חתונה? האט ער געענטפערט: וואס פעלט עס אויס, אויף צו האבן קינדער קען מען דאך פארן קיין בעלז און באקומען א ברכה....
נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 12:46 am
דורך למדן
וועסטו זעהן אז נאר א בחור אדער א גרוש האט חתונה, א נארמאלער מענטש (?) וועסטו נישט זעהן חתונה האבן
נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 12:48 am
דורך ישמעאל הכהן
דאס איז צוליב חרם דרבינו גרשום
נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 7:31 am
דורך פלעין יודיש
ביבער האט געשריבן:פארוואס האט מען חתונה?
תלמוד בבלי מסכת כתובות דף ח/ב
אמר רב חנן בר רב הכל יודעין כלה למה נכנסה לחופה אלא כל המנבל פיו ומוציא דבר נבלה מפיו אפילו נחתם לו גזר דינו של שבעים שנה לטובה וכו'
נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 8:09 pm
דורך ביבער
צדיק נסתר האט געשריבן:ביבער האט געשריבן:פארוואס האט מען חתונה?
כדי ס'זאל געבוירן ווערן נאך קאווע שטיבל שרייבער.
קינדער איז נאר א סייד עפעקט..., די מרפסין איגרי קשיא איז געווען פארוואס עפעס זאל א אינגער געזונטער מענטש במיטב שנותיו זיך בידים גיין מתחייב זיין זיין גאנצע האב און גוטס פאר א צווייטן??? און דערצו פאר א גאנץ לעבן????? אן די מעגליכקייט פאר וועקעישן? DAMMIT, די וועלט לויפט שוין אזוי טויזנטער יאר און קיינעם איז נאכנישט איינגעפאלן אז סאמטינג איז ראנג היער? און אויף דעם ענטפערט קאווע טרינקער זייער צום זאך.
נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 12:33 am
דורך איחוד פעלד
די וויינסט ווי א ... ביבער
נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 12:48 am
דורך בן בג בג
ביבער האט געשריבן:פארוואס האט מען חתונה?
ווייל יעדער האט חתונה, איך האב חתונה געהאט ווייל מיין חבר האט חתונה געהאט, מיין חבר האט חתונה געהאט ווייל איך האב חתונה געהאט, וחוזר חלילה.....
נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 12:57 am
דורך מאטי
ביבער האט געשריבן:פארוואס האט מען חתונה?
פארוואס גיבט מען אוועק לייב און לעבן, שלאפלאזע נעכט פאר געוויסע מענטשן וואס זענען פראדעצירטגעווארן דורך קאלעטארעל דעמעדש פון עפעס א מעשה .....
ביאלאגיש אהער אהין לאזט אייך אפ פון די שטותים.