בלאט 1 פון 1

הכונו: מעמד טהרות ישראל

נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 9:43 pm
דורך בן בג בג
איך זעה עפעס פרישע פלאקאטן אין וויליאמסבורג וועגן א מעמד טהרת ישראל ווי 'גאנץ' וויליאמסבורג גייט זיך באטייליגען ווייל אחב'י איבער 'גאנץ' אמעריקע ווילן זיין הייליג. איינער ווייסט מער פרטים איבער דעם, גייט עס זיין נאר אין וויליאמסבורג אדער איבעראל?
(איך האב א בילד פונעם פלאקאט אויף מיין טעלעפאן אבער כ'האב שווערעקייטן עס ארויף צולייגען, אויב איינער קען מיר העלפן, א דאנק פון פראנויס)

נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 10:21 pm
דורך קאווע טרינקער
לייג עס נישט ארויף.
סארא שפאט מ'מאכט פון די עולם.

א נייע מצוה! וויליאמסבורג דארף צושטעלן מקואות אין די רייכסטע געגענטער אין אמריקה!!

נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 10:33 pm
דורך בן בג בג
אה ס'איז מקוה יו עס עי, כ'האב געמיינט אז ס'קומט נאך אן עצרת איבער צניעות, אינטערנעט מיט נאך נייע גזירות

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 9:19 am
דורך [NAMELESS]
וואס איז טאקע פשט פון די גאנצע טימעל?? פאר וועם דארפן אונז צושטעלן מקוואות, פאר פרייע אידן?

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 9:27 am
דורך מנחם אבראמאוויטש
ראשעקאל האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט פון די גאנצע טימעל?? פאר וועם דארפן אונז צושטעלן מקוואות, פאר פרייע אידן?

ווייל פרייט אידען מעגן אויך שפירען דעם טעם פון אההההה

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 9:49 am
דורך קאווע טרינקער
ראשעקאל האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט פון די גאנצע טימעל?? פאר וועם דארפן אונז צושטעלן מקוואות, פאר פרייע אידן?

ווען ס'קומט צו "נעמען" געלט, טוט סאטמאר יא אין "קירוב".
די גאנצע וועלט איז ליידער פארדרייט אין אמונה, מ'איז עובר טעגליך מחשבת ציונות רח"ל, אבער די מקוה וואס זיי ניצען טויגט נישט. מ'דארף זיי צושטעלן א מקוה וואס איז מטהר לויט שיטת הדברי חיים....
אפשר דארף מען זיי צושטעלן האנט-מצות ?

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 9:52 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט פון די גאנצע טימעל?? פאר וועם דארפן אונז צושטעלן מקוואות, פאר פרייע אידן?

אפשר יא. כ'ווייס נישט צו מ'מוז. אבער ס'שאדט זיכער נישט מזכה צו זיין אפילו אביסל שוואכערע אידן מיט מצוות... :? 8-) :x :D ;) :o :קלאטש

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 9:55 pm
דורך רויטע וואנצעס
berlbalaguleh האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט פון די גאנצע טימעל?? פאר וועם דארפן אונז צושטעלן מקוואות, פאר פרייע אידן?

אפשר יא. כ'ווייס נישט צו מ'מוז. אבער ס'שאדט זיכער נישט מזכה צו זיין אפילו אביסל שוואכערע אידן מיט מצוות... :? 8-) :x :D ;) :o :קלאטש


בערל איז לעצטענס אין א הייליגע מאוד. אז מ'דערלעבט דערלעבט מען. (כ'ווייס נישט וואס די אויסדרוק מיינט אבער אזוי זאגן אלטע אידן אין מקוה) :? 8-) :lol: :) :D :mrgreen: :P :oops: :cry: :roll:

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 10:33 pm
דורך סאשי פיש
א גוטע וועג פון מארקיטען, אין מירטול אלע מקווה האנטוכער...

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 11:34 pm
דורך קאווע טרינקער
זיי לויפן נאך מענטשען ביזן בור...

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 11:56 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט פון די גאנצע טימעל?? פאר וועם דארפן אונז צושטעלן מקוואות, פאר פרייע אידן?

אפשר יא. כ'ווייס נישט צו מ'מוז. אבער ס'שאדט זיכער נישט מזכה צו זיין אפילו אביסל שוואכערע אידן מיט מצוות... :? 8-) :x :D ;) :o :קלאטש


בערל איז לעצטענס אין א הייליגע מאוד. אז מ'דערלעבט דערלעבט מען. (כ'ווייס נישט וואס די אויסדרוק מיינט אבער אזוי זאגן אלטע אידן אין מקוה) :? 8-) :lol: :) :D :mrgreen: :P :oops: :cry: :roll:

רויטע וואנצעס: ייש"כ. דו האסט גוטע אנטעננעס. אדער, אזוי ווי אנדערע פון אונזערע חברי השטיבל האבן געזאגט. "גוטע סארקאזם/פרומקייט דעטעקטארס". דו קענסט נאך שלאפן רואיג. איך ווער נאכנישט קיין בעל תשובה. (ווייל דאמאלס וועל איך דארפן טוישן ניקס). איך בין ב"ה נישט "פרום". איך וויל זיין אן ערליכער איד. וואס איך קען נישט סובל זיין איז צמצום און פארשימלטקייט וואס מ'הענגט אן אין אידישקייט. און דאס --ווי אינז אלע ווייסן-- גרעניצט זיך מיט או.סי.די. א יעדער מעיג האבן קבלות און חומרות, פאר זיך. דער בראך הייבט זיך אן ווען מ'וויל ארויפצווינגען די אייגענע, פערזענליכע משוגעת'ן אויף א צווייטן. לעניננו. איך האלט אז ליובאוויטש, וועלכע טוען זייער א סאך אין קירוב, זענען יא א חלק פון כלל ישראל. נישט אזוי ווי געוויסע חשוב'ע ראשי ישיבה האבן זיך אויסגעדרוקט אז חב"ד איז נישט א טייל פון כלל ישראל. :like :? :lol: :D :) ;) :roll: :oops: :o

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 11:57 pm
דורך יין שרף
און איך וואונדער מיר, וועלכע חלק האנטיך מ'גייט נוצן זיך צו ווישן די ***, טאקע דארט ווי עס שטייט טהרתן של ישראל???