בלאט 1 פון 1

ווי איז די שכל פון די חרדישע תושבי א''י

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:24 pm
דורך פליישיגער
די שוידערליכע רציחות פון היינט ג' תולדות וועט אריינגיין אין די היסטאריע פון די שווערע מיטמאכענישען פון יארע ע''ה און גייט אויך אריין אינעם רעקארד בוך פון די רציחות וואס אידען האבען אויסצושטיין לאורך ימי גלותם, ווען מיר זעהן פאר אינזערע אויגען גופות ישראל מעוטר בטלית ותפלין געשאכטען רח''ל מיט א בוטשער מעסער
אוי!!! דאס הארץ טראפט בלוט

אבער געוואלד !! ווי איז די שכל פון אינזער קלוגע ברודערלעך די חכמי ירושלים? זעהט מען דען נישט ווי די העצע פין יעדן אראבישען גוי און רוצח גייט ארויף מיט יעדן פארבייגייענדער טאג? אויף וואס דארף מען ווארטען אז מען זאל באקומען אביסעל שכל? ווען די מירע ישיבה אדער פאנעוויזש אדער איינעפון די חסידישע פעסטונגען וועלן קומען אינטער אטאקע חלילה הערשט דעמאלטס וועלן די עיני השכל אנהייבען לייכטען? פארוואס זאל גאנץ כלל ישראל ליידען ווייל א הייפעלע ציבור פון מתנחלים און נאך עטליכע קבוצות ווילען זיך רייצען מיט די אראבער אויפען הר הבית?
עס איז קלאר כהיום אז רובא דרובא פון כלל ישראל וויל דאס קלאר נישט, רוב ציבור שטייט ווייט פון די גאנצע סארט געדאנקען גאנג, פארוואס קען מען נישט פאר די אויגען פון די קאמערעס און טוויטער אקאונטס צונויפצוזאמלען מאסן מענטשען וואס זאגען קלאר מיט א בהירות אז מיר האבן נישט קיין טייל אין די אש זרה וואס ווערט געצינדען

ברידערלאך תושבי ארצינו הקדושה חכמי ירושלים ביטע באקומט שכל באצייטענס, ווייל מיר קענען נישט אויסהאלטען ענקערע ביטערע ליידען

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:37 pm
דורך פליישיגער
אנשטאט טון צום זאך מאכט מען אהן סתם מהומות וואס שלעפט אריין די אינטיפאדא אין א הערעכע לעוועל

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 9:10 pm
דורך אביסעל שכל
ווי איז די שכל פון די חרדישע תושבי א''י אז קיין איין חרדישע תושב פארמאגט נישט קיין רעוואלווער?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 9:54 pm
דורך איחוד פעלד
פליישיגער,

רעד דיך נישט איין אז דאס וועט אויפטוהן.

דיין טעות איז דאבל פאכיג,

א. די הריגות קומען נישט צוליב דער עפאכע אויף'ן הר הבית.

ב. אפילו אויב יא מיינען די הכרזות גארנישט.

מלחמות און שונאי ישראל ווערען נישט אויפגעלעזט מיט ווערטער. נקודה.