בלאט 1 פון 1

לאמיר אפ

נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 10:33 pm
דורך מורינו הרב
דו אפגעריסענע אלטע פערד, איך האב שוין נישט קיין כח, גיי דיר ווי די שווארצע פעפער וואקסט און לאז מיר אפ. הער אויף צו פגע'נען באצייטנס, אלעס האט א שיעור. פארשטאנען?

נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 10:35 pm
דורך שמעון וואלף
גאפיל דיך אפ פון מיר, מיטשע נישט, רייט אויף א צווייטן, געט לאוסט, לך לעזאזל, ווער פארשווינדן

נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 10:37 pm
דורך פליקער
לקיים מה שנאמר, ונסתם ואין רודף

נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 10:54 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך בין געגאנגן ווי די שווארצע פעפער וואקסט, און איך זעה גאר אז דו ביסט די פארמער.

נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 10:59 pm
דורך לית דין בר נש
דיין ווייב האט שוין פסחדיג געמאכט די פילן?

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 12:06 am
דורך petergrifin
לײג די פיס אויף די פלײצע און יאג אפּ.

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 1:46 am
דורך געוואלדיג
אנטשולדיגט, אבער מיינע נערוון איז נישט דיין שפאנציר גארטן.

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 8:55 am
דורך פלעין יודיש
גיי מאך מאסט

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 10:11 am
דורך ציבעלע-קיגל
איך האב געהאט א רבי אין חדר וואס פלעגט שרייען ווי אן עגלה ערופה... איך וועל דיר אנכאפען ביים גארגעל און ארויסווארפען פון פענסטער

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 3:46 pm
דורך [NAMELESS]
דו קריכסט דיך אויף מיינע געהירן, ווי ביים טאטן אין וויינגארטן...

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 4:23 pm
דורך ונבנתה העיר
כ'האב מקבל געווען פון די זיידעס אז מען דארף נישט זיין קלוגער ווי די זיידעס.

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 4:38 pm
דורך רויטע וואנצעס
אקעי, כאפ דיינע שמאלציגע לאבעס מיט דיין ליידיגע מח חלל און יאג אפ צום גהינם של אשמדאי. דא האסטו צידה לדרך, א געזאלצענע בני מעיים פון א בית יענה געטינקען אין הייסע פעפער מיט זית שמרים. אינטערוועגענס ווען ס'כאפט דיר א הונגער קדחת קענסטו זיך זעטיגען אויף דעם.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:03 am
דורך מה הוא
מיין מנהל בתוך כעסו פלעגט שטענדיג קריצן מיט די ציין און זאגן בזה"ל:
איך וועל דיר צורייבן דיינע באקן, צומאלן ווי א זייפן בלאז, צוטרעטן ביז ס'וועט גארנישט בלייבן פון דיר

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:09 am
דורך רויטע וואנצעס
what a sick person

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:13 pm
דורך מה הוא
רויטע וואנצעס האט געשריבן:what a sick person

יא דאס איז די ריכטיגע טיטעל אויף אים

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:18 pm
דורך א איד
אז דו ווילסט קריכן אויף מיינע נערוון, טו דיר כאטש אויס די שוך.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 5:28 pm
דורך [NAMELESS]
זאלסט זיין אזויווי א נאכט-לאמפ:

הענגען בייטאג,
ברענען ביינאכט,
און אויסגיין אינדערפרי...