בלאט 1 פון 3

זאכן וואס מאכט מיר צופרידן

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 5:18 pm
דורך שמעקעדיג
דער אשכול 'זאכן וואס רעגט מיך אויף' איז שוין מלא על כל גדותיו, ועוד ידינו נטויה, די ליסטע איז נאך א לאנגע...

אבער עס זענען אויך פאראן זאכן וואס מאכט מיר פרייליך, אויפגעלייגט און צופרידן. כ'מיין נישט דווקא אן אינערליכע שמחה, וואס דאס איז יעדער מענטש פאראנטווארטליך פאר זיך אליין, עס איז אינעם מענטש, נישט תלוי אין חיצוניות'דיגע סיבות. כ'רעד ענדערש למשל פון זאכן וואס פאדערן א תיקון און ווערן מתוקן, פאזעטיווע געשעענישן, וכדומה - אין אנדערע ווערטער, פארקערט ווי די זאכן וואס רעגט מיך אויף.

***

שוין יארן וואס איך (און נאך מיליאנען פאסאזשירן) קריצן מיט די ציין אויף די שמאלע עירליין סיעטס וואס איז שוין באלד קלענער פון מיין בעבי'ס קאר סיעט, און אויסער דעם איז כמעט נישט פאראן קיין לעג-רום. ווער רעדט נאך אויב דער פאדערשטער פאסאזשיר איז מקיים הלילה הזה מסובין, דאן ביסטו ווי געבינדן אין קייטן ימה וקדמה צפונה ונגבה.

יארן לאנג וואונדער איך זיך פארוואס די גאווערמענט מישט זיך נישט אריין צו מאכן עפעס א גזירת המינימום בלע"ז, די גאווערמענט וואס נעמט קעיר פון 16 אונציגע סאדע גלעזלעך און נאך אזעלכע שרעקעדיגע סכנות, און ביי מיר אין די ביזנעס זענען זיי גוזר גזירות קשות ואכזריות אויף די בעלי בתים בלויז צו קענען בעסער מאכן פאר די פוילע ארבעטערס זיי זאלן קענען כראפעצן און נישט אריינקלאפן אין די טרעפ (האט איר שוין געהערט פון OSHA?) און איז נאך מחייב זיי צו באצאלן ווי טאטעלע אווערטיים ווען זיי זענען מ'כלומר'שט סיק, דערנאך זאלן זיי קענען קלאגן די קאמפאני אויף שטותים וכו', און פונקט ביי די עירליינס לאזן זיי צו אזא הפקירות, אלעס ווייל זיי האבן אפאר דאלער צו צאלן פאר לאביאיסטן.

עכ"פ בין איך צופרידן צו ליינען אז ענדליך האט זיך די זאך א שאקל געטאן און מען קוקט אריין דערין. ניין, נישט צוליב יושר און נישט פאר אונזער באקוועמליכקייט, זייט נישט קיין חושד בפסולים. נאר כלומר'שט אונטערן אויסרייד פון זיכערהייט, אז מען זאל קענען גרינגער ארויסלויפן אין פאל פון א סכנה ח"ו ווען דער שטן איז מקטרג.

מערקווירדיג אז די DOT שרייבט דארט, אז די סיבה פארוואס מען האט קיינמאל נישט געטון דערין איז - פשוט און פראסט - ווייל די קאנסומער קאלן זייער ווייניג קאמפלעינען דערויף. זיי זעלבסט, די DOT, ווייסן דאך נישט פונעם פראבלעם. זיי באקומען דאך פעטע געהאלטן און פליען זיכער אין ערשטע קלאס. נו, א זאטער פארשטייט נישט דעם הונגעריגן. דארפן זיי פשוט צוקומען צו קאמפלעינטס פון די פשוטי עם כמוני כמוך, און כנראה אז ווי מער מען באקלאגט זיך, אלס מער איז פאראן א טשאנס אז זיי זאלן זיך וויסענדיג מאכן דערפון. אלזא ווער ער האט דעם נומער פונעם DOT זאל ביטע מפרסם זיין כדי יעדער זאל אנהייבן קלינגען זיך באקלאגן עד אשר יצא מאפם.

לאמיר האפן אז די יעצטיגע "אריינקוקן דערין" וועט ברענגען גינסטיגע רעזולטאטן.

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 5:22 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אפילו ביים רעדען פון פרייליכע זאכען איז האלב די מאמר קוועטשערייען. פארפאלען, אזוי איז א איד!

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 5:32 pm
דורך שמעקעדיג
כאפסט נישט. כדי צו פארשטיין לשמחה מה זו עושה פאדערט זיך מקדים צו זיין וואס האט געקוועטשט ביז אהער און הערשט דערנאך פארציילן ווי אזוי מען איז ארויס מאפילה לאורה.

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 6:58 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
Oy was I thirsty!

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 7:16 pm
דורך shem-tov
אז מען איז שוין ענדליך ארויסגעקראכן פון פיר חדשים ביטערע פרעסט מיט שניי און סקומט א געשמאקער זומער

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 10:41 pm
דורך שמעון וואלף
שמעקעדיג האט געשריבן:
שוין יארן וואס איך (און נאך מיליאנען פאסאזשירן) קריצן מיט די ציין אויף די שמאלע עירליין סיעטס וואס איז שוין באלד קלענער פון מיין בעבי'ס קאר סיעט, און אויסער דעם איז כמעט נישט פאראן קיין לעג-רום. ווער רעדט נאך אויב דער פאדערשטער פאסאזשיר איז מקיים הלילה הזה מסובין, דאן ביסטו ווי געבינדן אין קייטן ימה וקדמה צפונה ונגבה.



אומגלויבליך וואספארא כח מיר פארמאגן. מ'מאכט א שטורעם אויף ק"ש און עס ווערט דערהערט אין די הויכע פענסטער. סאוטוועסט עירליין האט אקוראשט געמאלדן אז זיי וועלן פארגרעסערן די זיצן אויף זייערע פליגער מיט א האלבע אינטש.

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 12:06 pm
דורך געוואלדיג
מיך מאכט זייער צופרידן אז קאווע שטיבל לעבט און בליהט מיט אזוי פיל גוטע און פאזעטיווע טיפע און אינטרעסאנטע אשכולות ב"ה.

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 3:45 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין צופרידען אז אין ק''ש, וואס איז למעשה אפען פאר אלע היימישע פראבלעמען, למעשה איז צימעס גאנץ ווייניג באנוצט. דער עולם שטייט העכער, עפ''י רוב, פון געמיינע שטותים.

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 3:47 pm
דורך טאביק
יא
איך בין פריש דא
איך איך ווער נאר פרישער יעדע מינוט
א געשמאק

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 4:41 pm
דורך געוואלדיג
נו ווילאנג טאביק איז פריש שמעקט דאס גוט.

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 4:54 pm
דורך [NAMELESS]
און ווען מ'שפירט נישט דאס פרישקייט, לייגט מען אריין א נייע פלעיוואר, און די [tag]טאביק[/tag] שמעקט פריש פון דאסניי...

Re: זאכן וואס מאכט מיר צופרידן

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 5:08 pm
דורך א איד
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אפילו ביים רעדען פון פרייליכע זאכען איז האלב די מאמר קוועטשערייען. פארפאלען, אזוי איז א איד!

אפשר זאגסטו מיר ווי אין מיינע נישטיגע פאר הונדערט תגובות האסטו געזעהן האלב דערפון קוועטשערייען.

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 5:10 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
Healthy self esteem?
ווערט האט דיר איינגערעדט אז מ'מיינט דיר?

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 5:25 pm
דורך געוואלדיג
א איד האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: פארפאלען, אזוי איז א איד!


נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 7:58 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביסט גערעכט. טעיתי. אזוי זענען אידען

Re: זאכן וואס מאכט מיר צופרידן

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 8:57 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין צופרידן אז שמעקעדיג האט אנגענימען א פאזיטיוו בליק אויף לייף

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 9:24 pm
דורך שמעקעדיג
לעולם פרוביר איך אייביג צו זיין פאזיטיוו אבער צומאל (צופיל מאל...) זענען פאראן זאכן וואס רעגט מיך אויף...

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 12:53 am
דורך שמעון וואלף
איך האב נארוואס ארויסגענומען די פאסט און צווישן אלע ענוועלאפס פון די לעצטע צוויי טעג איז נישט געווען קיין איין ביל!

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 1:26 am
דורך שמעקעדיג
אוי איך האב מורא דאס איז א שטילקייט בעפארן שטורעם.
איך גרייט מיך שוין צו קליקן אויפן 'זאכן וואס רעגן מיך אויף' אשכול

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 2:23 am
דורך petergrifin
שמעון וואלף האט געשריבן:איך האב נארוואס ארויסגענומען די פאסט און צווישן אלע ענוועלאפס פון די לעצטע צוויי טעג איז נישט געווען קיין איין ביל!


אזוי שפעט קוקסטו אויף די פאסט?! אונזער עלטערן האבן זיך געפירט אדורך צו לײנען די פאסט פאר הבדלה.

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 9:06 am
דורך שמעון וואלף
דאס זענען געווען פארצייטישע אידן. די היינטיגע דור איז יוצא די מנהג מיט קוקן די בליץ-פאסט פאר הבדלה און די טראדיציאנאלע פאסט לאזט מען אויף שפעטער

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 12:12 pm
דורך געוואלדיג
מיין טעקסט ריטורן טשעק איז אנגעקומען, ב"ה

Re: זאכן וואס מאכט מיר צופרידן

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 2:18 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
מיר מאכט צעפרידען אז אבאמא ווערט צוריק א פאשיטע סיטיזען ( אפשר דאס אויך נישט) אין ווייניגער ווי צווי יאר