בלאט 1 פון 1

מארגידזשעס והמסתעף

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 12:16 pm
דורך שמואל הלוי
איך ברויך נייטיג וויסן עטליכע זאכן בנוגע מארגידזשעס:

1) וויפיל איז די מינומים וואס מ'ברויך פארדינען פער וואך אדער חודש צו קענען היינטיגע צייטן ערמעגליכט זיין צו באקומען א מארגידזש?

2) ווילאנג ברויך מען פארדינען די מינומים אמאונט פאר א מארגידזש ביז מען קען ענדגילטיג עפלייען פאר א מארגידזש?

3) אויב באקומט מען א דאון פעימענט פאר א הויז במתנה פונעם טאטן אדער שווער וכדו' ברויך מען צאלן גראבע טעקסעס פאר די מתנה כאטשיג דער זון אדער איידעם איז אומפארמעגליך און פארמאגט אפילו פ.ס. און מעדיקעד?

4) אינעם אויבנדערמאנטן פאל פון א מתנה פונעם טאטן אדער שווער, קען דער זון אדער איידעם וואס איז אומפארמעגליך באקומען א מארגידזש?

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 7:24 pm
דורך שמואל הלוי
ווער ס'קען ענטפערן בלויז אויף איינע פון די פראגעס מעג אויך ענטפערן, וייש"כ ותודה רבה מעיקרא.

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 7:27 pm
דורך משולם שטיינפעלד
די אינקאם דארף זיין דאפעלט ווי די מארטגעדזש פעימענט פלאס טעקסעס און שאר ירקות וואס עס קאסט אויפצוהאלטן די דירה\הויז.

אויב די גאנצע הוצאה פון די הויז, אלעס אריינגערעכנט איז 2000 חודשליך, דארף די אינקאם זיין 4000 מאל 12 = 48,000

רוב בענק פארלאנגן צוויי יאר דער אינקאם, מען דארף ווייזען דער פאריעריגע טעקס ריטוירן. עס איז נאך דא איין באנק וואס גיבט נאך איין יאר, אבער דאס דארפסטו רעדן מיט דיין מארטגעדזש בראוקער.

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2012 7:28 pm
דורך שמואל הלוי
א אמת'דיגע הארציגע גרויסע דאנק אייך.

---
יעצט ווער קען ענטפערן אויף די אנדערע פראגן?

נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 1:57 am
דורך יונגערמאנטשיק
1 און 2 האט מען דיר שוין געענטפערט.

3 פרעג אן אקאונטענט, מ'קען דאס אויסארבייטן ס'זאל נישט קאסטן קיין טעקס.

4 ניין! מ'מוז האבן אינקאם צו באקומען א מארטגידזש. הגם ס'איז שוין היינט דא געוויסע פראגראמען צו קענען באקומען אן אינקאם, איז דאס אבער זייער שווער. ס'איז בעיקר נאר צו "ריפיינענסן". און דאס דארף מען דורכרעדן מיט א מארטגידזש בראוקער.

נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 8:47 am
דורך לעמיל
ר' שמואל ווען די ווערסט געוואר זיי מזכה אנדרע אידען דא און לאז וויסען דא
יישר כח

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 10:04 am
דורך לעמיל
שמואליק ביזסט עפעס קליגער געווארען?

נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 10:55 am
דורך אברעמעל
ס'קוקט אויס ווי דו פלאנסט צו באקומען א מארגיטש און בלייבן מיט די שטאטישע פראגראמען, דאס גייט נישט צוזאמען.