דער זוך האט געטראפן 3 רעזולטאטן: אינפלעישאן

החיפוש בוצע על-פי שאילתה: אינפלעישאן

דורך מי אני
מאנטאג אפריל 22, 2024 12:54 pm
פארום: מייסטערווערק
אשכול: מיין שווער און ניקאלאס קאפערניקוס (מייסטערווערק)
רעאקציעס: 39
געזען געווארן: 11753

עפ״י סטרינג/M טעאריע איז נאכ׳ן ״צוקוועטשן״ [compactification] די 11 דיימענשאנס, וואס פעהלן אויס פאר׳ן טעאריע עפ״י אירע מאטעמאטיקס, צו אונזערע 4 [פון ספּעיסטיים], געבט דאס א ״לענדסקעיפּ״ פון בערך 10⁶⁰⁰ מעגליכע יוּניווערסעס מיט אנדערע קאַנסטענטס. די פיזיסיסט דר. לאָראַ מערסיני-הוּטאן האלט בתוך די מולטיווערס היפאטעזיע אז אויב שטעלט מען צו צו די ״לענדסקעיפּ״ די וויִלער-דוּוויט עקוועישאנס דערצו (דאס איז בעצם די באקאנטע שראָדינגער׳ס עקוועישאן אין קוואנטום פיזיקס, וואס געבט די פּראַבּעבּיליטיס פון וואו וכו׳ א קוואנטום פּארטיקל זאל זיין, נאר צו קאסמאלאגישע סקעילס), נאכ׳ן רעכענען די סיבות פון דאס דיִקאָהערענס פון די ענטענגעלמענט פונעם יוּניווערסאל וועיוו-פאָנקשען [די וועיוו-פאָנקשען פונעם גאנצן יוּניווערס as a whole], דאן זענען אונזערע סארט וועלטן מיט א הויכע ענערגיע בּיג בּענג מער מצוי און פּראַבּעבּל.

זי שרייבט:
Later on, Fred Adams and I and two other colleagues, the pioneering physicist Stephon Alexander at Brown University and Evan Croh, then at the University of Michigan, expanded our investigation into the merits of the anthropic arguments. We inquired whether the fine-tuned values of the constants of nature observed in our universe provided the only possible conditions for life. For life to arise, we need a handful of requirements, including a certain amount of complexity of at least 10¹⁵ particles in the universe and long-lived stars that act as factories to produce heavy elements from lighter elements under the gravitational pressure inside the star's core

The result of our investigation surprised even us: Habitable universes could exist even if we made the strength of gravity a lot weaker or a lot stronger and even if we changed other constants of nature (like the constant that controls the strength of electro-magnetism) by many millions of times from their known values. We concluded that the constants of nature in our universe are not specially selected to allow for habitation. Even worse for the anthropic argument, we found that our universe seemed only borderline habitable based on the anthropic selection rules. There were many other possible universes with very different constants of nature from ours that would be more likely to allow life to arise
עפי״ז האבן זי מיט חברים פארגעזאגט אז די CMB פונעם בּיג בּענג וועט האבן א גרויסע חלל פון די איבערבלייבענישן ווען די וועלט איז געווען ענטענגעלט בשעת די וועיוו-פאָנקשען מיט אנדערע. מ׳האט עס געטראפן אזוי ווי זיי האבן פארגעזאגט. דאס איז איינע פון די 7 פּרעדיקשאנס זיי האבן געמאכט עפ״י זייער מאדעל. 6 פון זיי האט מען בעצם געזעהן ווי זיי; דאס זיבעטע איז inconclusive. (איינע פון זיי איז אז עפי״ז איז אומעגליך צו טרעפן סוּפּערסימעטרי פּאַרטיקלס ביי די זעלבע ענערגיע ווי די היגס בּאָסאַן פּארטיקל נאר ביי בערך א ביליאן מאל העכער.) וויבאלד דאס אלעס קען נאר געזעהן ווערן אויף איין סעמפּל, אונזער יוּניווערס, איז דאס אלעמאל סטאטיסטיקעלי רפוי; דאס רופט זיך, אין קאסמאלאגיע, קאסמיק וועריענס.

זיי זענען אויך קעגן דעם געדאנק פון עטערנעל אינפלעישאן הנ״ל וויבאלד דאס קען נישט אָנגיין פאר אייביג, מכח דעם ווייל ספּעיסטיים ווערט דאדורך ווייניגער און ווייניגער ״גלאט״, וואס פעהלט אויס אז א ״בּאָבּל יוּניווערס״ זאל קענען צושטאנד קומען.

זי פארציילט און שרייבט:
A few years ago, I was debating this shift at the annual How The Light Gets In festival at Hay-on-Wye in Great Britain with a conservative opponent of the multiverse. Exasperated by the arguments in favor of the multiverse, he declared to me and the audience: "But half of the physics community does not believe in a multiverse!" He paused briefly in order to let his grave statement settle in, and to lighten the mood, I replied jokingly: "So you are agreeing that the other half of the community does believe in the existence of the multiverse?" Everyone laughed. And in my heart, I knew that we were both right

The German philosopher Arthur Schopenhauer put it best when he said, "Truth passes through three stages. First, it is ridiculed. Second, it is violently opposed. Third, it is accepted as being self-evident." Today, many scientists view as self-evident the possibility of our cosmos being vaster than a single universe
דר. ראַדזשער פּענרוֺיס האלט פון א סיקווענשאל סארט יוּניווערס (עיין מכאן ולהלן), וואו דורך די ״היץ-טויט״ פונעם יוּניווערס הערט זיך דאך צייט אויף בכלל. דערנאך קען מען/זיך עס ריסקעילען צו קליין אָן פארלירן קיין שום אינפארמאציע (א conformal transformation). און דערנאך הייבט זיך עס פון דארט (בע״כ) צוריק אָן. (עס גייט נישט קעגן דעם צווייטן געזעץ פון טערמאָדינאמיקס, וויבאלד צייט האט זיך בכלל אויפגעהערט.)

ועיין בדף זו.
דורך מי אני
מאנטאג אפריל 22, 2024 11:40 am
פארום: מייסטערווערק
אשכול: מיין שווער און ניקאלאס קאפערניקוס (מייסטערווערק)
רעאקציעס: 39
געזען געווארן: 11753

דאס מעסטונג פראבלעם

דער פיזיקער דר. מעקס טעגמארק טענה׳ט קעגן דעם געדאנק פונעם מולטויווערס ועפ״י דעם מעזשוּר/מעסטונג פראבלעם אין קאסמאלאגיע לגבי (עטערנאל) אינפלעישאן (דאס איז נישט די זעלבע ווי די באקאנטע מעזשוּרמענט/מעסטונג פראבלעם אין קוואנטום פיזיקס). די געדאנק פון ״סייענס״ איז לגבי אינדאָקשען און פאראויסזאגן פענאמענא און געשעהענישן באזירט אויף עמפּירישע מדע וואס מ׳ווייסט פון פריער. לדוגמא אונז ווייסן אז אַן איין-קאפיגע קוה איז מער מצוי פון א צוויי-קעפיגע קוה אין א יוּניווערס. ועפי״ז קען מען סייענטיפיש פאראויסזאגן אז אַן איין-קאפיגע קוה גייט געבוירן ווערן. משא״כ אין אַן אינפיניט מאלטיווערס זענען דאך ביידע אינפיניטלי מעגליך. וואס האט דא פאסירט צו דעם מדע׳נישע/סייענטיפישע זיכערקייט איך האב געהאט מעיקרא? אין אנדערע ווערטער, יעדעס זאך אין פיזיקס קען מען בעצם געבן א רעישׁיאו פון צוויי ברירות איינע קעגן דאס אנדערע. אבער ווען איך נעם דאס צו אינפיניטי פאלט דאס בעצם צאם, ואפילו עפ״י מאטעמאטישע לומדות זענען דא עטליכע אנדערע וועגן צו געבן דעם רעישׁיאו וואס שטימען נישט איינע מיט דאס אנדערע. ועפי״ז טענה׳ט דר. טעגמארק אז אפילו אונזער יוּניווערס אליינס איז נישט אינפיניט.

לגבי דעם מעזשוּר/מעסטונג פראבלעם האבן פיזיקער געוואלט געבן דערצו א צייט-״אפשניט״ וואס נאר ביז דארט רעכען איך די סארט רעישׁיאוס. די פראבלעם איז אבער אז טאמער איז דא א יוּניווערס וואס איז נאר 13 ביליאן יאר אלט לעומת אונזער 13.8 ביליאן יאר אלט יוּניווערס, און עס זענען פארהאן אין יענע יוּניווערס אבזערווירערס, דאן באדייט דאס אז עס איז ארויס פון אינפלעישאן שפעטער פון אונזערס. וואס דאס באדייט אז עס האט זיך פארשפרייט בכמות ע״י אינפלעישאן פיהל מער ווי אונז און עס איז פארהאן דארט א געוואלד געוואלד מער אבּזערווירערס לעומת אונז. און אז מ׳נעמט דאס נאך ווייטער קומט אויס אז ווי שפעטער עס גייט ארויס פון אינפלעישאן איז דאך יתכן אז עס זאלן דארט זיין כמעט אומצאליגע יונגע [״בּעיבּי״] בּאָלטצמאן מוחות לעומת אונז. ‏(אגב, דא מאכט דר. אלכסנדר פּרוּס אוועק דעם געדאנק אז ס׳איז מער מצוי אז אונז זאלן זיין בּאָלטצמאן מוחות. ער זאגט ווארט צו א מינוט און זעה צי דו הייבסט אָן אויסצובּלעקן. אויב נישט ביסטו דאך לכאורה א געהעריגע מח.)

וואס מ׳קען טוהן איז מאכן די ״צייט-אפשניט״ פּראפּארציאנאל צום מאס אינפלעישאן וואס דאס איז דורכעגאנגען און ווען עס איז ארויס דערפון, אויב עס איז שפעטער ארויס איז די צייט-אפשניט פאר יענעם מקום פריער.

עס קומט סתם אזוי אויס אַן אינטרעסאנטער פראבלעם אז וואס טוהט זיך בנוגע טאמער די צייט-אפשניט, וואס איז דאך בעצם אויף פענאמענא בכלליות, ווען עס איז בהכרח עווענטועל בתוך און אינדערמיט פון דאס לעבן פון א געוויסע דור פון אַבּזערווירערס? די שפעטערע חלק פון זיייערע לעבנס (מיט די געזעצן דערין וכו׳) ווערן נישט גערעכענט? דאס ווערט גערופן דעם גוּט-ווענטשוּרין פּאראדאקס.

אין דעם זאגט דר. שׁאַן קעראל:
The final problem is what we might call the
holography/complementarity
problem. As I explained a while ago, thinking about
black hole entropy
has led physicists to propose something called “horizon complementarity” — the idea that one observer can’t sensibly talk about things that are happening outside their horizon. When applied to cosmology, this means we should think locally: talk about one or another pocket universe, but not all of them at the same time. In a very real sense, the implication of complementarity is that things outside our horizon aren’t actually real — all that exists, from our point of view, are degrees of freedom inside the horizon, and on the horizon itself

If something like that is remotely true, the conventional story of eternal inflation is dramatically off track. There isn’t really an infinite ensemble of pocket universes — or at least, not from the point of view of any single observer, which is all that matters. This helps with the measure problem, obviously, since we don’t have to take fractions over infinitely big ensembles. But one would be right to worry that it brings us back to where we started, wondering why inflation really helps us solve naturalness problems at all

. . .

The one I fret about the most is the “unitarity” or “Liouville” problem. This is essentially Penrose’s original critique, updated to eternal inflation. Liouville’s Theorem in classical mechanics states that if you take a certain number of states and evolve them forward in time, you will end up with precisely the same number of states you started with; states aren’t created or destroyed. So imagine that there is some number of states which qualify as “initial conditions for inflation.” Then eternal inflation says we can evolve them forward and get a collection of universes that grows with time. The problem is that, as this collection grows, there is an increasing number of states that look identical to them, but which didn’t begin with a single tiny inflating patch at all. (Just like an ice cube in a glass of water will evolve to a glass of cooler water, but most glasses of cool water didn’t start with an ice cube in them.) So while it might be true that you can generate an infinite number of universes, at the same time the fraction of such states that actually began in a single inflating patch goes to zero just as quickly. It is far from clear that this picture actually increases the probability that a universe like ours started from inflation

There is an obvious way out of this challenge, which is to say that all of these “numbers of states” are simply infinite, and this purported calculation just divides infinity by infinity and gets nonsense. And that’s very plausibly true! But if you reject the argument that universes beginning with inflation are an infinitesimally small fraction of all the universes, you are not allowed to accept the argument that there’s some small probability inflation starts and once it does it makes an infinite number of universes. All you can really do is say “we can’t calculate anything.” Which is fine, but we are left without a firm reason for believing that inflation actually solves the naturalness problems it was intended to solve
דער פיזיקער דר. דזשאָרדזש עליס טענה׳ט אויך קעגן דעם געדאנק פון זאגן אז די מולטיווערס היפאטעזיע איז סייענטיפיש, עפי״ז אז עס איז נישט ניתן להיפרך, און ווי אויך אז אַן אקטועלע אינפיניטי עקזיסטירט נישט. ער טוהט דורך 7 ארגומענטן דערפאר אז עס איז יא סייענטיפיש און פרעגט זיי אפ. די פערטע ארגומענט בעד דאס מאָלטיווערס איז טאקע אז דאס איז א (סייענטיפישע/פיזישע) הסבר אויף די פיין-טוּניִנג. אויף דעם שרייבט ער:
The existence of a multiverse is the only physical explanation for the fine-tuning of parameters that leads to our existence

The multiverse is a reasonable theoretical explanation of the fine-tunings, but this does not help in observationally confirming the hypothesis. The issue here is, which is more important in cosmology: theory (explanation) or observations (tests against reality)? The essential proposal is that one should downgrade observational testing in favour of theory — a dangerous road to take. In any case, the major problem with this proposal is that it can explain anything at all, because in a multiverse with an infinite or extremely large variety of universe properties — for example, the 10500 possibilities allowed by the landscape of string theory — virtually anything can happen. In that case, the hypothesis does not predict any specific testable fact. The existence of universes with giraffes is certainly predicted by many multiverse proposals, but universes where giraffes do not exist are also predicted. Observing a giraffe neither confirms nor disproves the multiverse
דורך מי אני
דאנערשטאג אפריל 18, 2024 4:43 pm
פארום: מייסטערווערק
אשכול: מיין שווער און ניקאלאס קאפערניקוס (מייסטערווערק)
רעאקציעס: 39
געזען געווארן: 11753

דר. מעקס טעגמארק האט איינגעטיילט מולטיווערסעס אין צו 4 סארטן:

1). פשוט אלס דאס גרויסקייט פונעם יוּניווערס, ואולי אינפיניט, זענען דא אסאך ערטער דאס זעלבע אא״וו. וואס קען זיין אנדערש זענען פשוט די אינישעל קאנדישאנס פון וואו עס האט זיך אָנגעהויבן

2). וואו אינפלעישאן שאפט באזונדערע pockets וואו די עצם געזעצן/קאנסטענטס פון פיזיקס זענען (אביסל) אנדערש איינע פונעם אנדערן; אנדערע ״עפעקטיוו״ געזעצן, הגם זיי זענען אויף א ״פונדאמענטאלע״ לעוועל דאס זעלבע. דאס קען אויך אַנהאלטן א יוּניווערס ״בתוך״ א שווארצע לאך

3). עווערעט׳ס באקאנטע ״אסאך-וועלטן״ אפטייטש אין קוואנטום מעכאניקס, וואו אלע קוואנטום מעגליכקייטן אינעם וועיוו-פאָנקשען זענען טאקע אמת, און רעאליטעט האלט זיך אין איין אפטיילן עפי״ז אין צו א געוואלד ״צווייגן״, וואס דער מענטש זעהט נאר די איינס אין וואס ער איז

4). וואו אנדערע יוּניווערסעס (פון די ״בּרעינס״ בתוך די לענדסקעיפּ פון/בתוך סטרינג/M טעאריע) האבן אנדערע מאטעמאטיקס וממילא פונדאמענטאלע געזעצן בכלל


דער פיזיקער דר. בּרייען גרין שרייבט אז עס זענען דא (כאטש) 9 סארטן געדאנקן אין דעם ״מולטיווערס״:

1). קווילטעד - אין אינפיניט פלאץ וועלן זעלבע קאנדישאנס זיך האלטן אין איין איבער אויסשטעלן

2). אינפלעישאנערי - אינפלעישאן וואס האלט אין איין זיך פארשפרייטן אין באשאפט אזוי נייע ״בּאָבּל״ יוניווערסעס פון וואס אונז זענען איינס

3). בּרעין - אונזער יוּניווערס איז אויף א 3D ״בּרעין״, וואס די בּרעין אליין איז אין העכערע דיימענשאנס, און עס איז יתכן אנדערע יוּניווערסעס אויף אנדערע בּרעינס

4). סייקליק - אויב צוויי בּרעינס קראכן אריין איינע אין דאס אנדערע קען דאס גורם זיין א בּיג בּענג וואס ברענגט אפיר נאך א יוּניווערס שפעטער אין צייט

5). לענדסקעיפּ - עפ״י סטרינג/M טעאריע אז מ׳שטעלט צאם אינפלעישאן מיט די וועגן וויאזוי די קאמפּעקטיפיקעישאן [״צוקוועטשן״] פון אנדערע דיימענשאנס ברענגט אפיר אנדערע סארט וועקיוּם סטעיטס און די סטעיטס זענען אין אנדערע ״בּאָבּלס״ פון ספּעיס ע״י אינפלעישאן

6). קוואנטום - כנ״ל עווערעט׳ס באקאנטע ״אסאך-וועלטן״ אפטייטש אין קוואנטום מעכאניקס, וואו אלע קוואנטום מעגליכקייטן אינעם וועיוו-פאָנקשען זענען טאקע אמת, און רעאליטעט האלט זיך אין איין אפטיילן עפי״ז אין צו א געוואלד ״צווייגן״, וואס דער מענטש זעהט נאר די איינס אין וואס ער איז

7). האלאגרעפיק - אונזער יוּניווערס איז בעצם אויף א 2D בּרעין, צי אויף די סוּרפעס פון א שווארצע לאך, און אונזער 3D מציאות איז א האלאגרעם דערפון

8). סימיולעיטעד - אונזער יוּניווערס איז א סימיולעישאן בתוך א קאמפיוטער וכדומה; עס קענען זיין אנדערע

9). אָלטימעט - יעדעס מעגליכע יוּניווערס וואס קען ווערן מוסבר עפ״י א קאנסיסטענט מאטעמאטישע מהלך איז ״עכט״. ועפי״ז זענען אלע אויבנדערמאנטע ״מולטיווערסעס״ עכט (ועיין כאן טאקע איבער דר. טעגמארק'ס מאטעמאטישע יוּניווערס היפּאטעזיע, וג"כ כאן)