דער זוך האט געטראפן 5 רעזולטאטן: היץ טויט

החיפוש בוצע על-פי שאילתה: היץ טויט

דורך מי אני
פרייטאג יאנואר 26, 2024 9:53 am
פארום: וויסנשאפט
אשכול: געזעצן פון טערמאדינאמיקס
רעאקציעס: 116
געזען געווארן: 45009

ומענין לענין בענין זה איז ענליך צו ווי מ׳זעהט אינעם בילד, האבן די דריי מאדעלן ענליכקייטן לגבי וויאזוי די קוּרוועטשור פון ספּעיס איז. דאס ווערט נקבע ע״י די עוורידזש דענסיטי פון די מאסע (וואס מ׳ווייסט/זעהט וכו׳) פאר א קיוּבּיק (3D) מעטער אין די יוּניווערס וואס מ׳האט, דיוויידעד ביי די קריטישע דענסיטי, והיינו די דענסיטי עס פעהלט אויס צו האלטן (ע״י די גראוויטי פון אט די דענסיטי פון מאסע) אז די עקספּענשאן זאל זיך נישט פארשנעלערן [אַן עוורידזש פון בערך 10 היידראדזשען אטאמען פאר א קיוּבּיק (3D) מעטער]. אויב קומט עס אויס צו 1 איז עס פלאך און די עקספּענשאן אקעגן די גראוויטי פון די מאסע איז בּאלאנסירט. אויב קומט עס אויס צו מער ווי 1 (וויבאלד עס איז דא מער דענסיטי פון וואס מ׳דארף) דאן איז עס פארמאכט כעין א (טאפּאלאגישע) בּאָלי, וואו די גראוויטי פון די מאסע איז שטערקער ווי די כח פון די עקספּענשאן. אויב קומט עס אויס צו ווייניגער ווי 1 (די קריטישע דענסיטי איז מער) דאן איז דאס ״אפען״ כעין א זאָטל, וואו די כח פון די עקספּענשאן איז שטערקער ווי די כח פון די גראוויטי פון די מאסע עס האט. אבער אפילו אויב עס איז פלאך, באדייט דאס נאר אז די עקספּענשאן וועט זיך אפשטעלן ביי עפעס א צייט; די צייט קען אבער זיין אינפיניט.

לע״ע וואס מ׳זעהט איז אז עס איז יא כמעט 1 וממילא בעצם פלאך. ואולי קען מען מיט דעם זאגן א רמז בפסוק (איוב יב כב-כג) מגלה עמוקות מני חשך ויצא לאור צלמות, משגיא לגוים ויאבדם ״שטח״ לגוים וינחם. והיינו, אז אויב די יוניווערס איז ״שטוח״ מחמת די עקספּענשאן נגד החומר, וועט דאס עווענטועל צוקומען צו א היץ-טויט צלמות וחושך. אבער דערנאך, עפ״י קוואנטום פלאָקטוּעישאנס, קען עס צוריקקומען למאמר ״יהי אור״.

דאס אז די יוּניווערס איז אין אונזער עפאכע (כמעט) פונקט פלאך וממילא אינעם עבר נאך מער פלאך, איז איינע פון די פּאַראַמעטערן וואס ווערן גענוצט אינעם פיין-טוּנינג ארגומענט, ווייל נאר עפי״ז האבן שטערנס וכו׳, וממילא אונז געקענט צושטאנד קומען.


כמובן איז דאס אלעס זייער אָווערסימפּליפייד. און וועגן דעם האב איך געשריבן ״ענליך״. לדוגמא, די עקסעלערעישאן/עקספּענשאן איז נישט ממש ממש מקושר מיט די שׁעיפּ פון ספּעיס/די יוּניווערס. די עקסעלערעישאן/עקספּענשאן איז מער מקושר מיט טונקעלע ענערגיע און ספּעיסטיים וועלכע איז טאקע נישט פלאך. מיינענדיג, די עקספּענשאן קען עקסעלערעיטן בשעת די טאפּאלאגישע שׁעיפּ פונעם אַבּזערוועבּל יוּניווערס בלייבט בעצם פלאך. ועיין כאן. ווי אויך איז די ״בּיג ריפּ״ נישט תלוי אין דעם צו די דענסיטי הנ״ל איז ווייניגער ווי 1; עס ווענדט זיך אין די כח פון די טונקעלע/פענטאם ענערגיע אליינס. הגם אז א ״בּיג ריפּ״ קען נאר פאסירן (און נישט דייקא בהכרח) אין אַן אפענע/הייפּערבּאַליק יוּניווערס, און א ״בּיג קראָנטש״ נאר אין א פארמאכטע.

אגב, אז מ׳רעדט שוין פון א מעגליכע פארמאכטע טאפּאלאגישע ספעריקעל יוּניווערס, איז מענין לענין באותו ענין אינטרעסאנט ווי דר. מאסטאַפאַ אבּדעלקאַדער האט (קאמפּליצירטערהייט) אויסגעארבעט מאטעמאטיש (ע״י א מעפּינג) אז מ׳קען בעצם זאגן אז די גאנצע יוּניווערס איז בתוך א הוילע ערד-קוגל, וואו די זון, שטערנס און בעצם די גאנצע קאַסמאָס זענען ביים סענטער פון די רעידיאוס וואס דארט ווערט לענג וכו׳ אינפיניט (ווי שנעלקייט של דברים ווערן נענטער און נענטער צו 0), בשעת אונז זענען אויף די קראָסט פון אינעווייניג. ווי אויך אז ליכט שטראלן גייען אטאמאטיש אין קוּרווס ווי איידער גראד בסתם (דאס דערמאנט א משהו פון דר. דזשעיסאן לייל׳ס תורה לגבי דאס שנעלקייט פון ליכטיגקייט, כדי אָנצוהאלטן א גיל העולם פון 6,000 יאר). וכדומה. און ווי דר. יואל פראליך שרייבט בזה:
According to Martin Gardner, Abdelkader’s mental acrobatics create ‘a consistent physics that cannot be falsified by any conceivable observation or experiment!’ But how can something so stupid not be falsifiable? Such a question treats unfalsifiability as an alibi rather than a liability. It assumes, naively, that models are innocent until proven guilty
וידועים דברי דר. קאַרל פּאַפּער בקביעות מהו ״סייענס״.
דורך מי אני
דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 2:43 pm
פארום: וויסנשאפט
אשכול: געזעצן פון טערמאדינאמיקס
רעאקציעס: 116
געזען געווארן: 45009

יא יא. ווי כ׳האב ארויסגעברענגט איז טאקע די דירעקציע פון צייט געבינדן מיט דאס העכערונג פון ענטראָפּי. ועיין כאן ווי לפי דר. פרענק טיפּלער קען די מאדעל פונעם ״בּיג קראָנטש״ (אויב טונקעלע ענערגיע ווערט שוואכער וכו׳ און/אויב דאס מענטשהייט האט די טעכנאלאגישע יכולת דאס גורם צו זיין און/אדער דאס צו נוצן פאר קאָמפּיוּטינג פּאַוּער) זיין א ראציאנאלער פיזישער אפטייטש בתחיית המתים.

כמובן, אז דאס אז צייט גייט צוריקצווועגס דערמאנט פונעם קוּריאס קעיס פון בנימין בּאָטאן פילם פון דוד פינטשער. ועיין לעיל במה שהבאתי שיטתו של דר. וויקטאר סטענגער ויחסה צו קריסטאפער נאָלען׳ס טענעט פילם.

כ׳האב אפאר מאל צוגעברענגט אינעם אשכול די טעזע פונעם היץ-טויט פונעם יוניווערס שהוא ה״בּיג פריִז״. ‏אגב, מ׳האט גענוצט די געדאנק פונעם היץ-טויט אלס א ראיה נגד קדמות העולם, נאך בעפאר מ׳האט געוואוסט איבער די בּיג בּענג וכו׳. דאס איז באקאנט אלס קעלווין׳ס פּאראדאקס. די קשיא איז אז אויב די וועלט איז קדמון, וויאזוי איז מען נאכנישט צוגעקומען צום טערמאדינאמיק/ענטראָפּיק עקוויליבּריִאוּם און היץ-טויט?

כמובן אז די צוויי מאדעלן זענען נישט אז די רעיט פון דאס עקסעלערעישאן פון טונקעלע ענערגיע אליינס וועט ווערן (נאך) שטערקער, וואס דאן וועט לבסוף דאס גאנצע יקום פון ספּעיסטיים אליינס ווערן צוריסן; די ״בּיג ריפּ״. אזא (איוב לח יג) לאחוז בכנפות הארץ וינערו רשעים ממנה.
דורך מי אני
דאנערשטאג יולי 13, 2023 4:39 am
פארום: וויסנשאפט
אשכול: געזעצן פון טערמאדינאמיקס
רעאקציעס: 116
געזען געווארן: 45009

מי אני האט געשריבן:לגבי א שייכות צום צווייטן געזעץ האט אַקטעוויא בּאָטלער געשריבן:
All that you touch
You Change

All that you change
Changes you

The only lasting truth
Is Change

God is
Change
קלאנגן פון שפינאזע.

הגם, מ׳קען קלערן אז ווען מ׳קומט אָן צום ״היץ-טויט״ פונעם יוּניווערס (ועיין ערך דעם דריטן געזעץ) וועט דאך שוין די געדאנק פון ״טויש״ נישט זיין פּערמאַנענט. אבער אפילו דאן זענען דאך דא פלאָקטוּעישאנס וואס קענען מעגליך דאס אלעס צושטאנד ברענגען פונדאסניי און צוריק צום צווייטן געזעץ און טויש.
איך האב אויך געקלערט אז דאס קען ליגן אין די פיוט/ווערטער פונעם פייטן וואלאס סטיווענס:
A violent order is disorder; and a great disorder is an order
These two things are one
והיינו, אז וויבאלד די קאנצעפט פון ״טויש״ אט דאס איז גאר די ״סדר״ און אויסשטעל פונעם בריאה בכלל. און דאס אליין ״טוישן״ איז דאך א טויש פונעם סדר הבריאה. משא״כ ווען עס גייט בסדר און מ׳קומט צו צום ״היץ-טויט״ פונעם יוּניווערס און די אָלטימעט עקוויליבּריאום ואי-סדר, דאן ברבות הימים וועט זיך פון פשוט׳ע פלאָקטשועישאנס אָנהויבן א נייע יוּניווערס מיט סדר. און די צוויי זאכן זענען ״אחד״, וויבאלד יחודו של עולם ב״ה איז די פּרינציפּ פון טויש טאקע כנ״ל. אבל אני ה׳ לא שניתי (מלאכי ג ו), וויבאלד ״טויש״ איז דאך דאס וואס טוישט זיך נישט.

(פּראפעסאר ראבּערט קאָווער נוצט די פיוט לגבי די געדאנק פון קשר הלכה ואגדה.)
דורך מי אני
זונטאג יולי 24, 2022 9:36 am
פארום: וויסנשאפט
אשכול: געזעצן פון טערמאדינאמיקס
רעאקציעס: 116
געזען געווארן: 45009

לגבי א שייכות צום צווייטן געזעץ האט אַקטעוויא בּאָטלער געשריבן:
All that you touch
You Change

All that you change
Changes you

The only lasting truth
Is Change

God is
Change
קלאנגן פון שפינאזע.

הגם, מ׳קען קלערן אז ווען מ׳קומט אָן צום ״היץ-טויט״ פונעם יוּניווערס (ועיין ערך דעם דריטן געזעץ) וועט דאך שוין די געדאנק פון ״טויש״ נישט זיין פּערמאַנענט. אבער אפילו דאן זענען דאך דא פלאָקטוּעישאנס וואס קענען מעגליך דאס אלעס צושטאנד ברענגען פונדאסניי און צוריק צום צווייטן געזעץ און טויש.

וכידוע איז קאלקולוס דעם מאטעמאטיק פון ״טויש״. און דאס איז געבויט אויף דעם געדאנק פונעם לימיט עד אין סוף. און ווי איך האב ארויסגעברענגט אינעם צוגעלינקטן אשכול, האט דאס קשרים צו טעאלאגיע און ג-ט.
דורך מי אני
מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 7:25 pm
פארום: וויסנשאפט
אשכול: געזעצן פון טערמאדינאמיקס
רעאקציעס: 116
געזען געווארן: 45009

טערמאָעקאנאמיקס

דער רומענישער עקאנאמיקער דר. ניקאלאס דזשארדזשעשו-ראָגען האט געהאלטן אז עקאנאמיקס ארבעט אויך עפ״י די ערשטע צוויי געזעצן פון טערמאדינאמיקס. והיינו, ער האט געהאלטן אז לגבי עקאנאמיקס קען מען בשום אופן נישט אפטיילן עקאנאמישע קאפיטאל און גודס פון די נאטורליכע ריסוֺירסעס פון וואו דאס למעשה קומט; פונקט אזוי ווי ער האט געהאלטן נאך ברייטער אז מען קען נישט אפטיילן עקאנאמיקס פון ביאלאגיע בכלל. וממילא וויבאלד די וועלט וואו די עקאנאמיע ווערט געשאפן און געפירט איז א פארמאכטע סיסטעם קען מען אין דעם נישט ״באשאפן״ נייע ענערגיע און ריִסוֺירסעס; דאס מערסטע וואס מ׳קען טוהן איז דאס פארוואנדלען אין צו עפעס אנדערש - די ערשטע געזעץ. אבער די צווייטע געזעץ לויטעט אבער אז עפ״י די געדאנק פון ענטראָפּי ווערט דאס ״פארוואנדלען״ אטאמאטיש, על הכלל כולו, פארוואנדעלט אין צו שוואכערע פארעמעס און ענערגיע וואס זענען נוצלאז, און די פראצעס קען מען נישט צוריקדרייען; עס הייבט זיך אָן אלס ״נידעריגע ענטראָפּי״ ווען עס איז נאך אין איר רויע פארעם אלס א נוצבארע נאטורליכע ריסוֺירס, ביז עס ענדיגט זיך אין א סטעיט פון ״הויכע ענטראָפּי״ ווען עס איז שוין נוצלאזע מיסט וכדומה. ואפילו דאס צו ריסייקלען לעזט דאס נישט, ווייל דאן דארף מען ענערגיע, אנדערע גודס וכו׳ פון בתוך די סיסטעם וואס געבט נאך אלס צו צו דאס העכערונג פון ענטראָפי און מיסט על הכלל כולו. והגם אבער אז די געזעץ פון ענטראָפּי באציהט זיך נאר צו ״ענערגיע״ ממש און נישט צו חומר וממילא נאטורליכע ריסוֺירסעס, האט ער אבער געהאלטן אז צו ריסייקלען מעטער לגמרי איז מן הנמנע; דאס אליין איז אויך א געזעץ פון ״מאטעריאל ענטראָפּי״ (ער האט געהאלטן אז ער האט א סמך לזה פון מאקס פּלאנק). אלס א גורם פון דאס אלעס ווערט די קעריִאיִנג קעפּעסיטי פון די וועלט און וויפיל מענטשן עס קען דערהייבן ווערט ווייניגער (דער עקאנאמיקער און פיזיקער דר. ראַבּערט אָנדערוואָד עירעס דינגט זיך אבער מיט אים און האלט אז מען קען בעצם יא בויען א ״ספּעיסשׁיפּ״ עקאנאמיע וואס קען אָנהאלטן אָן די סארט הכרח פון אויסנוץ און צאמפאל).

דאס גייט אין איינקלאנג מיט׳ן געדאנק פון די עווענטועלע ״היץ-טויט״ פון די יוניווערס און טאקע ע״י מאקסימום ענטראָפּי. אין דזשארדזשעשו-ראָגען׳ס עקאנאמיקס באדייט דאס פשוט אז די עקאנאמישע מהלך ממש פירט צו צום עווענטועלע אומפארמיידבארע ״היץ-טויט״ פונעם פלאנעט. אין עקאנאמיקס באציהט מען זיך צו דעם שיטה ווי ״ענטראָפּי פּעסימיזם״.

דאס איז אלעס בתוך די (טאקע ״העטעראדאקס״) פעלד בתוך עקאנאמיקס וואס רופט זיך ״טערמאָעקאנאמיקס״. דאס שטעלט צו די געזעצן פון טערמאדינאמיקס צו ווי אזוי די עקאנאמיע ארבעט. (עס איז בתוך ״עקאנאָפיזיקס״ וואס שטעלט צו די געזעצן וכו׳ פון פיזיקס בכלליות צו עקאנאמיקס.)

און אין דעם ועפ״י ראָגען טענה׳ט דר. דזשאָרדזשיִאָס קאַראַקאַצאַניס אז די עקאנאמישע קאנצעפט פון ״געלט״ איז ״עקאנאמישע ענטראָפּי״ אזוי ווי ״אינפארמאציע ענטראָפּי״, וואו ״געלט״, אפילו אין היינטיגע פארמולאציע פון ״קרעדיט טראָסט״, איז דאס העכערונג אין ענטראָפּי פון וואו עס הייבט זיך אָן אלס א נאטורליכע ריסוֺירס ביז׳ן ווערן פארוואנדעלט אין צו אן עקאנאמישע גוד. דאס געבט אויך א הסבר אין די כסדר׳דיגע העכערונג פון אינפלעישאן און אז די פּוּרטשעסינג פּאַוּער דערפון, וויפיל מ׳קען קויפן און שאפן מיט דאס געלט, ווערט כסדר שוואכער. ער איז מקשר די געדאנק פון ״געלט״ בעקאנאמיקס בכלל צו די געזעצן פון טערמאדינאמיקס (אחוץ דאס לעצטע) לגבי דאס פלוס פון געלט צווישן סיסטעמען.

דוד געלבּרעיט טענה׳ט ענליך. ער ברענגט אראפ ווי דר. קלאָד שענאן האט געפרעגט דזשאַן וואן ניומאן וואס ער זאל רופן זיין ״אינפארמאציע טעאריע״ (פאר מען האט עס דאס א נאמען געגעבן ״אינפארמאציע טעאריע״), האט אים וואן ניומאן גע׳ענטפערט, ״רוף דאס דאס ״ענטראָפּי ווייל קיינער ווייסט נישט וואס דאס מיינט״.