יעצט, נאך דאס קליניקעל טויט פון א מענטש (וואס דאס אליינס איז טאקע נישט אזוי גרינג מגדיר צו זיין), ווען די הארץ און אנדערע אברים ארבעטן שוין נישט, ביז "מח טויט" ווען די מח הערט גענצליך אויף צו פונקציאנירן, זענען דעמאלטס דא בּרעינוועיווס אינעם מח וועלכע זענען זייער ענליך צו די בּרעינוועיווס בשעת מ'איז אויף א DMT טריפּ און חלום. ועיין בדברי @שעפטאל אז בשעת דאס טויט פונעם מענטש און ווען ער חלומ'ט, טוהט די גוף נישט נאטורליך צוברעכן די DMT וואס עס פראדוצירט נאטורליך, וממילא האט מען טאקע דעמאלטס כעין א סייקעדעליק "טריפּ". (וידועים די פלעטליינערס פילמס.)
ווי זיי ברענגען צו איז דאס דומה צו די בּרעינוועיווס בשעת מ'איז אין א טיפע שלאף (וידוע הגמרא בברכות נז: אז שינה אחד מששים למיתה, וחלום אחד מששים לנבואה ע"ש), און דאס קען אָנגיין פאר אַן ערך פון 7 מינוט צי לענגער נאכ'ן טויט. ועכ"כ אז די שטודיע ברענגט צו אז עס זענען געווען מענטשן אזוי פאר א וואך, 168 שעה, נאכ'ן טויט (ועיין בשבת קנב. דנפשו של אדם מתאבלת עליו כל שבעה ע"ש). און ווי (לדוגמא) מעקס טאָבּין פון BBC ברענגט ארויס, איז דאס דומה צו די באקאנטע "נאנט-צו-טויט" עקספּיריענסעס וואס מענטשן האבן, וועלכע ארבעטן ניוראלאגיש און זענען ענליך צו סייקעדעליק טריפּס (ועיין אין די קוואליטעטיוו שטודיע לגבי השוואות וחילוקים דערינען; עכ"פ לגבי די סייקעדעליק 5MeO-DMT). ועיין בדברי דר. בּרוּס גרעיסאן און דא וואו ער טענה׳ט אז ״נאנט-צו-טויט״ עקספּיריענסעס זענען נישט דאס זעלבע ווי סייקעדעליקס, זייענדיג אז זיי זענען אסאך מער אייניג ביי מענטשן ווי סייקעדעליק טריפּס, וועלכע זענען מער לא הרי זו בזה כהרי זו בזה.
ולכן האב איך געשפירט די פחד אז הגם רוב פון די סארט סייקעדעליק טריפּס זענען גוט און בא'טעמ'פט, איז אויב חלילה פאלט דער מענטש אריין דעמאלטס אין א "שלעכטע" טריפּ (מחמת טבעו אז ער איז מער ענקשאס וכדומה), דאן קען דאס זיין א גיהנום און נאך אסאך ערגער ווי סתם א שלעכטע טריפּ. דאס איז ווייל לאחר מיתתו ווערן דער מענטש'נס חושים און סענסארי אינפּוטס צוביסלעך אויסגעלאשן, וועלכעס הייבט דאס פחד נאך מער; וכעין ל"ע לאַקט-אין סינדרוים. (און ווי מעקס טאָבּין פון די BBC ברענגט פריער ארויס, איז די חוש המישוש דאס לעצטע צו גיין, און עס קען זיין אז דער מת שפירט דאס יא אסאך שפעטער בשעת'ן זיין אויף אט די "טריפּ"; וידוע הגמרא בברכות חי: ובשבת יג: דקשה רימה למת כמחט בבשר החי ע"ש - ער שפירט אבער קען זיך נישט באוועגן צו טוהן עפעס דערוועגן. ולגבי די חוש השמיעה וואס בלייבט אויך לענגער, איז דאך באקאנט משבת קנג. דבהספידא של מת התם קאימנא ע״ש.)
ועוד יותר, אז לפי אריסטו והרמב"ם אז זמן איז מקושר ומקרה קרה לתנועה, קען מען קלערן אז זייענדיג אז דער מת׳ס חושים ותנועה הערן אויף צו ארבעטן, איז זיין פּערסעפּשאן פון זמן נישט כראוי. ולכן קען זיך דאס נאכמער שפירן פאר אים ווי אט די שלעכטע טריפּ וגיהנום גייט אים אָן ל"ע פאר אַן אייביגקייט. (הגם אבער אז די בּרעינוועיווס אליינס זענען בעצם אויך תנועה, וא"כ קען ער לפי"ז יא בעצם אויסציילן די רגעים און צייט. אזוי צי אזוי קען מען טענה'ן אז דאס איז צום מערסטענסט אזוי ווי א גאר שלעכטע חלום, וואס למעשה ענדיגט זיך, נישט קיין חילוק ווי לאנג עס שפירט זיך בשעת מעשה ממש.)
דאס פירט בכלל אריין אינעם שאלה צי קאַנשׁעסנעס, ווי אונז פארשטיי מיר זי, איז אַן עמבּאַדיִד פענאמענאן און עס פעהלט אויס אַן אינטערעקשאן מיט'ן גוף אז דאס זאל אפירקומען? לדוגמא, ביי די קוואַליאַ און געפיהל פון פחד וצער, פעהלט מעגליך אויס, לדוגמא, דאס שווערע אטעמען פון די לונגען און די הארץ קלאפענישן פונעם הארץ צו געבן אט דעם קאַנשעס עקספּיריענס דערפון. און הגם אז לאחר מיתה פיהלן יא אפשר די נערוון דורכאויס דעם גוף וכנ"ל, איז דאס אבער דאך שוואכער זייענדיג אז די איבעריגע איברים (והאָרמאָנען) ארבעטן שוין לגמרי נישט אפירצוברענגען אט דעם געפיהל; ולכאורה נאך ווייניגער ווי ביי א נאר ״נאנט צו טויט״ עקספּיריענס, וואו דער מענטש איז למעשה נישט לגמרי טויט און קען נאך צוריקקומען לחיים. און די שאלה איז אויך אז אויב איז דאס מער דומה צו א חלום בשינה, איז דאס אויך גרינגער ווי סתם א שלעכטע סייקעדעליק טריפּ. וידוע ג״כ אז בשעת מ׳חלומ׳ט בתוך REM שלאף, טוהט די מח אפשוואכן/פּאראליזירן די גוף, מוסקל עטאָניע, עס זאל זיך נישט קענען געהעריג רירן. אבער אויב איז דאס מער דומה צו "נאנט-צו-טויט" עקספּיריענסעס, דאן איז דאס לכאורה יא מער ״ממשות'דיג״ ווי א חלום סתם.
דאס דערמאנט פונעם משנה (אבות פ״ד מכ״ב) ואל יבטיחך יצרך שהשאול בית מנוס לך ע״ש. (עס איז אבער אויך מן הראוי לציין אז א שלעכטע טריפּ קען זיך אינדערמיט טוישן לטוב, וכן להיפך.)
ונמצא מזה אז עס קען גאר זיין א טובה פאר איינער וואס זיין מח איז אינגאנצן נתאפס געווארן ברגע מיתתו, כגון די וואס זענען געווען ביים מקום פונעם אטאמישן אויפרייס און יאפאן, אדער כגון די סצענע פון זעלבסטמארד אין ספּייק לי'ס אָלדבּוי פילם.
ולגבי דעם אז א סייקעדעליק טריפּ איז כעין ענין נבואה, און אזא סארט טריפּ האט מען בשעת המיתה, קען דאס אולי זיין א רמז בהפסוק ביי מנוח, ווען ער האט געזעהן א מלאך והוי כעין נבואה (שופטים יג כב) מות נמות כי אלהים ראינו - בעת המיתה איז דאס אויך דא.
וואס קען מעגליך העלפן, ווי דר. קריסטשען דזשערעט ברענגט צו:
והיינו, מקבל זיין דאס טויט, אויב מעגליך און שייך, אויף א פּאזיטיוון אופן. ובכל אופן מקבל זיין די עקספּיריענס בבחינת ״יפה דנת יפה חייבת״.A field study in 2002 found that, on the rare occasions when people taking MDMA/ecstasy at parties reported bad experiences, this usually coincided with the user’s friends having pessimistic expectations or concerns about the trip. ‘A sense that another user, particularly a friend or acquaintance who is part of the collective, is not having a pleasant experience may have a deleterious effect on the group as a whole,’ the researchers said
If you have any frightening experiences or difficult overwhelming emotions, the usual advice is to surrender to these rather than trying to suppress them or run away from them. ‘Whether the disturbance consists of frightening illusions or internal imagery, difficult thoughts and feelings about some past or present personal issue, or anxiety related to a radical change in sense of self (eg, temporary loss of self-identity), the volunteer is encouraged to mentally surrender to the experience, trusting that her or his usual state of consciousness will return when the drug effects resolve,’ state the safety guidelines from Johns Hopkins University
וכמובן קען בכלל זיין שווער צו עקסטרעפּאלעיטן פון אפילו אָלטערד-קאַנשׁעסנעס עקספּיריענסעס וועלכע מ׳האט ווען די גוף איז נאך למעשה בין החיים, צו די ווען די גוף איז שוין למעשה לגמרי טויט.
***
א חבר האט מיר געזאגט אז מ'קען פארענטפערן דאס וואס דער מוהר"ן זאגט אז עס איז דא א שאול תחתית פון וואס ער וועט העלפן ארויסראטעווען וכדומה, הגם אז אונזער וועלט איז דאך דאס גיהנום, אז עס איז א משל צו דעם אז די התנהגות'ן וועלכעס ער שלאגט פאר וועלן העלפן דעם מענטש'נס רוחניות טאקע שוין בהאי עלמא. עס איז בעצם א משל צו דעם אז עס איז שוין א דבר טוב וועלכעס וועלן בייהילפיג זיין דעם מענטש בחיים חיותו. (הגם עס בלייבט נאך שווער ווען ער באציהט זיך צום "שאול תחתית" ווי עפעס א מקום מיט פּראַפּערטיס. ואולי קען מען אויף יענע מאמרים אויך זאגן ענליך בדרך משל הנ"ל.)