דער זוך האט געטראפן 4 רעזולטאטן: פּאנטעאיזם

החיפוש בוצע על-פי שאילתה: פּאנטעאיזם

דורך מי אני
פרייטאג יולי 19, 2024 5:17 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

מרת. דעיוויס

די טיעפע (מיני)סעריע מרת. דעיוויס (פון דעימאן לינדעלאף), רירט אָן, צווישן אסאך אנדערע, אויף די געדאנק פון וויאזוי יעוד האנושי וואלט אויסגעקוקט אויב א גאר גאר אַמנישיענט פארגעשריטענע AI וואלט ארויסגעהאט פונקטליך פונקטליך יעדעס מענטש, אים געגעבן אלעס וואס ער וויל און דארף, און קאמפּליצירטערהייט אים געשיקט אויף ריין קוועסטס און געימס געאייגענט פאר אים (און די קאמפּלעקסיטי דערין ווי אזוי עס איז זיך מקשר צו אנדערע מעעטש׳ן געימס, און אלעס למען איר אַבּיעקטיווע מטרה). עס רירט אויך אָן אויף די געדאנק פון ווי א גאט וואלט ל״ד געוואלט זיין לעולם, ווי אויך אויף הרב דר. מיכאל אברהם׳ס געדאנק פון די צורך פאר׳ן מענטשהייט פון (א) ג-ט׳ס התערבות בהעולם למען המענטשהייט (בנוסף סתם אזוי צו וויאזוי דאס מענטשהייט אינעם דור איז תלוי בטעכנאלאגיע אזוי ווי איר גאט וואס טראכט און טוהט פאר איר). ווי אויך אויף די געדאנק אז די ווערד וואס א זאך ומטרה האט, איז ווייל מענטשן מאכן אפ אז די מטרה האט א ווערד. (ווי אויך רירט דאס אָן אויף די שאלה צי דער מענטש וואלט דוקא געוואלט חיי נצחיים ווען ער איז טאקע שוין פריי מדאגות הצרכיים.) ובכלל רירט דאס אָן ווי א קאמפּיוטער גאט קען אפירקומען בטעות. און אונזער עתיד מיט AI, וועלכע קען זיין אביסל א דיסטאָפּיא ואפילו טאמער די קשר דערמיט איז באופן פּאזיטיוו.

די סעריע איז אויך שטארק אַבּסורדיסט, אבער בכוונה און גאר גוט געמאכט; עס איז לגמרי סעלף-עוועיר דערפון (און סעלף-עוועירנעס איז אליינס א טרויׂפּ לגבי AI). ולכאורה אויף טאקע ארויסצוברענגען אט דעם ״לוּדיק עטיטוּד״ וואס ליגט אונטער דאס׳ן זיך אונטערנעמען צו שפילן א געים - וואו מ׳איז בהדיא בוחר צו בייקומען מניעות לפי געזעצן וואס מ׳איז מסכים צו, כדי אָנצוקומען צו א מטרה וואס מ׳דארף נישט און מ׳וואלט ווען געקענט אָנקומען אסאך גרינגער ווען נישט די אייגן-מסכים געווען מניעות. (און דאס קען זיין דאס גאנצע לעבן על הכלל.)

עס איז א געוואלדיגע געוואלדיגע טיעפע און לעיערד שׁוֺי. ענליך צו די געוואלדיגע לאָסט/פארלוירן סעריע פון לינדעלאף, אבער אויף סטערוידס. קריעיטיוו גאונות! עס דערמאנט אויך א משהו פון דוד פינטשער׳ס די געים פילם, נאר נאך טיפער און קאמפּליצירטער.

ואגב, די געדאנק זיי געבן צו ישו הנוצרי, וואלט ווען געדארפט גאר אויפרעגן די נוצרים.
IMG_7776.jpeg
ובזה אז אי-הגשמת הא-ל האט צו טוהן מיט דעם אז ער איז געווען כביכול נדמה לזכר, איז טאקע מערקווידיג ווי זיי געבן א פעמינין געדאנק צו דעם AI (וואס איז סתם אזוי די קול מ'געבט דאס בדרך כלל בימינו), וואס איז כעין ווי א "גאט" צום מענטשהייט מיט'ן האבן מסדר געווען אירע פראבלעמען און איז זיי מנהיג. דאס רירט אויך אָן אויף דעם צי אויב פרויען וואלטן געפירט דאס געזעלשאפט, צי עס וואלט געווען רואיגער - וכעין דאס אָנפאנג פונעם פוריאָסאַ פילם.

גאר שטארק מומלץ!

עס האט אביסל פּאראלעלן צו אלעקס גאַרלאַנדדעווס מיניסעריע, ווי אויך די פּערזאן פון אינטערעסט סעריע פון יונתן נאָלען (קריסטאפער'ס ברודער).

און אז מ׳רעדט פון דאס אַבּסורדיסט גאנער, איז די נעטפליקס סעריע פון ‏דניאל האנדלער׳ס בוך סעריע לעמאני סניקעט׳ס ״א סעריע פון נעבעכ׳דיגע פאסירונגען״, און אויך די פילם פון בּרעד סילבּערלינג, מומלץ. עס האט אויך א שייכות מיט רעליגיעזע טעמעס, ובפרט בזה וואס דער פייטן טשארלס בּאָדעלעיר האט געזאגט, ״די גרעסטע טריק פונעם שטן, איז צו מאכן מענטשן גלייבן אז ער עקזיסטירט נישט


***

דער פראנצויזישער פילאזאף דזשילס דעלוּז האט געהאט געשריבן אז "ג-ט איז א לאַבּסטער". די געדאנק זיינער דערין איז געווען (מער-ווייניגער) אז עס איז דא צוויי קעגנזייטיגע געדאנקען דערין: ווי די יקום, "ג-ט", איז אַן אחדות הגמור של הכל, און ווי דאס/ער איז אבער אינדיווידועיטעד אין די פרטיות'דיגע חלקים פון די יקום. וממילא איז די געדאנק פארכאפט אין די צוויי פּינסערס פונעם לאַבּסטער. ווי דר. דזשאן פּראטעווי איז דאס מסביר (באריכות), איז דאס איז מקושר צום בליק איבער מהו "הטבע" (ומטרתה), ובהגדרת "אָרגעניזם". (דאס רירט שוין אָן צום געדאנק פון פּאנטעאיזם.):
The key for understanding how the organism is the judgement of God for Aristotle, Kant and Deleuze is to unearth the connections in their thought of biology, theology and politics. In a word, to think nature. But nature is conceived differently in the three thinkers, and thus so will God be, for the question of God is inextricably linked to the question of nature. For Aristotle, nature is unidirectional: it is oriented to the best, to self-direction, autarkeia. Deviation from this natural striving for self-direction is unnatural: it is monstrosity, femininity, slavishness. Thus for Aristotle, the god, the most perfectly realised instance of self-direction, is the prime mover of cosmic locomotion and its lesser analogue, species reproduction, and is also the model for organismic unity. For Kant, nature is the field in which mechanism and purposiveness must be reconciled via the thought of an architect God. For Kant, God is the architect whom we must presuppose to understand the self-organising unity of part and whole in nature and in the organism. For Deleuze, nature is the abstract machine of stratification and destratification, or, in another formulation, coding/overcoding/decoding. There is a double direction to Deleuzean nature, towards unity and towards dispersion, towards capture and towards escape. For Deleuze, however, God is a lobster, the double-pincered abstract machine of natural stratification, and thus part, but only part, of nature. It is precisely this restriction of God to a part of nature that constitutes Deleuze’s break with the tradition represented by Aristotle and Kant, and that enables his critical stance (in the technical sense of critique as separation of the discourse of production from the discourse of products) towards the theo-bio-politics of the organism as judgement of God
ולגבי סיידקעדעליקס ונבואה, האט דער פראנצויזישער פילאזאף זשאן-פּאָל סאַרטרע טאקע געזעהן שרעקעדיגע לאַבּסטערס אויף א שלעכטע טריפּ ער האט געהאט אויף מעסקאליִן.

***

איך האב געקלערט אז דער אלשיך הק' שרייבט (פ' שלח), בשם ספר לבנת הספיר, אז דאס וואס די גמרא זאגט (ר"ה יז:) לגבי די יג מדות אז "כל זמן שישראל חוטאין יעשו לפני כסדר הזה ואני מוחל להם", אז דאס איז להורות אז עס איז נישט גענוג דאס "זאגן" די מדות, נאר עס פעהלט אויס אז דער מענטש זאל זיי "טוהן" ע"ש. דער פנים יפות (פ' כי תשא) שרייבט אז דאס וואס איינע פון די מדות איז "א-ל" ווייזט אויף דעם אז עס איז גענוג דאס זיי "זאגן", וויבאלד מ'קען דאך דאס נישט "טוהן", והיינו "א-ל הורית לנו לומר שלש עשרה". אבער ער פרעגט דערויף אז מ'זעהט דאך (מגילה יט:) אז יעקב אבינו איז יא צוגעקומען צו מדריגת "א-ל", ונמצא מזה אז עס איז נישט קיין ראיה ע"ש. (ועיין בלב אהרן פ' בלק, שהביא ראיה מהא דשם הוי' ב"ה נחשבת כמדה, כדאיתא שם בר"ה בתוד"ה שלש בשם הר"ת, וזה בוודאי אי אפשר לשום אדם להיעשות, וממילא מוכח שהענין בהמדות הוא לאומרם ע"ש.)

האב איך געקלערט אז דאס איז די רמז בזה לפי ענין האשכול הלז. והיינו, אז די געדאנק פון "א-ל" וכו', איז אויך תלוי בהסכמת בני אדם און אין זייער שפראך מה שהם אומרים וקובעים. און וויבאלד, פון אַן אבּיעקטיווע שטאנדפונקט, איז אבער פאר שפראך אי אפשר לעמוד עליהן "ולאומרן", איז די עיקר טאקע וואס מ'טוהט "במעשה" בּיהעיוויארילי.

***

זעהענדיג די בילד, האב איך געקלערט עפי״ז א קליינע רמז בהגמרא בב״ב עד. תא אחוי לך היכא דנשקי ארעא ורקיעא אהדדי:
IMG_7607.jpeg
והיינו, אז אויב געב איך אריין 1, ״אחד״, אלס אַן אינפּוּט צו די אינווערס טריגאנאמעטריק פאָנקשען [אַרק] פון סיין (אדער אז איך געב ״אַיִן״, 0, אלס אַן אינפּוּט צו די אינווערס טריגאנאמעטריק פאָנקשען פון קאָסיין), גייט דאס ארויסגעבן אלס אַן אַוּטפּוּט 90⁰. וידוע אז די ר״ת פונעם פסוק (תהלים צו יא) י׳שמחו ה׳שמים ו׳תגל ה׳ארץ איז די שם הוי׳ ב״ה. והיינו הרמז אז ווען מ׳דרייט אזא סארט בילד 90⁰, וואס דאס בארונו מען דורך אַן אינפּוּט פון ״אחד״ (אדער ״אַיִן״), דאן קומען זיך צוזאמען בנשיקה השמים והארץ, וואס די צאמקום איז מרמז לשם הוי׳ ב״ה. (און דאס שטייט דארט בב״ב אחרי שהראה לו הטייעא לרבב״ח בלועי דקרח, ופירש הרשב״ם שהיה בר״ח ע״ש. וואס אויף ר״ח ניסן, דעם ראשון שבחדשים, דערמאנט מען דעם פסוק והוא הצירוף של חודש ניסן. והשיר של יום שני, שבו נחלקו השמים והארץ, איז מהבני קרח.)

***

לגבי די עקסטעטיק העלוּסינעטאָרי סטעיט פון נבואה, שרייבט דער רד״ק אויפ׳ן פסוק (שמואל א יט כד) ויפשט גם הוא בגדיו ויתנבא גם הוא לפני שמואל ויפל ערם כל היום ההוא וכל הלילה על כן יאמרו הגם שאול בנביאים:
כי בבא הנבואה על האדם יתבטלו הרגשותיו ויפול האדם, כמו שאומר בבלעם (במדבר כד ד) נופל וגלוי עינים, ואמר בדניאל (י ט) ואני הייתי נרדם על פני ופני ארצה. ופעמים יקרה שיפשט בגדיו מפני רוב ביטול הרגשותיו ומחשבותיו הנפשיות, וישאר בכח השכל לבדו.

***

א וויץ לגבי די ליידיגע סעט:
IMG_7785.jpeg
ובסתם לגבי די קשר בין מאטעמאטיקס לטעאלאגיע:
1.jpg
און ווי אלעס בנאטור איז מאטעמאטיקס:
2.jpg
דורך מי אני
מוצ"ש יולי 13, 2024 11:36 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

לגבי דעם געדאנק וואו "אמת" איז ר"ת א'מונה מ'צות ת'ורה, און מ'דארף אלע דריי, ווייל אָן אמונה איז דאס "מת", קען מען זאגן אז דער מהר"ל שרייבט בנתיבות עולם (נתיב האמת פ"א):
ואל יאמר האדם כי אף אם משקר מעט הלא הרוב הוא האמת, שאין הדבר כך כלל רק כאשר סר דבר מעט מן האמת הוא שקר, ולכך אם תסיר האל״ף מן "אמת", אף שהא׳ הוא אחד בלבד, נעשה ממנו "מת" הפך האמת, כי האמת הוא מקוים כמו שיתבאר בסמוך גבי אתרא דשמיה קושטא, ומיד שהוסר דבר מן אמת אין קיום לדבר ההוא והוא מת
ונמצא מזה אז ביי ידיעת ואמונה בהקב"ה, איז דאך אלעמאל דא בהכרח דעם "סר דבר מעט מן האמת", דאי אפשר לעמוד על אמיתת הקב"ה, ונמצא אז עס גייט אלס ביי דעם פעהלן דעם א' פון "אמת".

ער ברענגט דארט אויף ארויס אז וויבאלד הקב"ה איז מוכרח המציאות, משא"כ אלעס אנדערש איז נאר אפשרי, איז ער דער עיקר "אמת".

***

דא רעדט דר. קלעי ראַוּטלעדזש איבער מיני אטעאיסטן און וויאזוי עס זענען דאך דא השוואות צווישן וויאזוי זיי און טעאיסטן טראכטן, אין טערמינען פון אובערנאטורליכע מאדעלן איבער די וועלט.

דא זאגט דר. ניעל דיגרעס-טייסאן אז די איינציגסטע ״איסט״ ער איז (און מ׳זאל זיין) איז א ״סייענטיסט״; אָן די בּעגעדזש פון אנדערע פילאזאפיעס כגון ״אטעאיסט״ או ״טעאיסט״. (ולכאורה להוציא ג״כ מסייענטיזם.)

***

לגבי בּיהעיוויאריזם אין דעם אלעס, איז איטרעסאנט צו באמערקן אז די אקאדעמישע פאפיר ברענגט ארויס אז דער רמב"ם, אין זיין הקדמה צו פ' חלק, נוצט די געדאנק פון פּאזיטיווע ריענפארסמענט.

***

עס איז באקאנט אז פּאנטעאיזם איז די דאקטרין אז ״נאטור = ג-ט״ והיא הוא, זיי זענען איינס און דאס זעלבע. פּאנדעאיזם איז די דאקטרין אז בעת הבריאה האט זיך ג-ט מבטל געווען בתוך הבריאה און דערנאך איז היא הוא. דא האב איך צוגעברענגט לגבי דעם ״טויט פון גאט״ געדאנק:
מי אני האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 2:00 pmאז מ׳דערמאנט די געדאנק אז עס איז נמנע אף מהא-ל צו באגיין זעלבסטמארד און זיך אליינס פארטיליגן, האב איך אויבן צוגעברענגט דעם רמב״ם במו״נ ח״ג פט״ו אז לדידן איז דאס אז ג-ט זאל זיך מגשם זיין אויך מכּתּ הנמנעות משא״כ להנוצרים איז עס נישט נמנע, און איז דאך א חלק פון זייער גלויבונג בישו. איז מיר געווען אינטרעסאנט צו זעהן אז דער קריסטליכער טעאלאג דר. טאמאס אלטיזער האט געהאלטן, און גאר פון א קריסטליכער טעאלאגישע פּערספּעקטיוו, אז גאט האט זיך ממש און ליטעראל זעלבסט-פארטיליגט ביי הריגת ישו, וואס דאן איז גאט געווארן פשוט איינס מיט נאטור כשפינאזע און נישט מער. און דאס איז נישט אין א מעטאפרישן זין אזוי ווי מאמרו של ניטשע, נאר ממש. און ווי ער שרייבט:
To confess the death of God is to speak of an actual and real event, not perhaps an event occurring in a single moment of time or history, but notwithstanding this reservation an event that has actually happened both in a cosmic and in a historical sense
(דאס דערמאנט א משהו פון הרב דר. מיכאל אברהם׳ס שיטה אז בהעבר איז טאקע געווען א התערבות מהאלקים בהעולם, אבער כהיום האט זיך ג-ט אפגעזאגט דערפון זייענדיג אז דאס מענטשהייט דארף שוין צו זיין גענוג מעטשור זיך אליינס אַן עצה צו געבן לפי חקי הטבע המנהלים את העולם.)

לויט דער רמב״ם וקהל מאמיני ישראל איז אזא זאך מכּתּ הנמנעות אף להא-ל. ביי די נוצרים, וואס דארפן צוקומען צו הגשמה בתוך דתיהן ואמונתן, קען אויסקומען אז זיי זאלן אָננעמען אז דאס איז יא מכּתּ האפשרי פאר א כל יכול המחוייב המציאות.
דער דייטשער פילאזאף פיליפ בּאַץ/מיינלאנדער האט דאס גענוצט, עכ״פ אלס משל, לגבי די בריאה. והיינו, אז די בריאה על הכלל ציהט ווי מער זיך מדמה זיין לְקוֺנָהּ מיט דעם און זוכט צוצוקומען לאַיִן, אזוי ווי ״גאט״ וואס איז געווארן, אדער ווערט צוביסלעך, ״אַיִן״ דורך די בריאה, וועלכע גייט אויך צוביסלעך ‏אהין לאַיִן. דאס טויט ואפס איז דאס שטרעבונג פונעם לעבן און היקום כולה, און וואו זי זוכט אָנצוקומען.

דאס גייט אין איינקלאנג מיט וואס אַרטור שׁאָפּענהאַוּער, וועלכער איז געווען א שטארקער איינפלוס אויף מיינלאנדער, האט געזאגט אז דער מענטש פיהלט דאס בעסטע ווען ער איז קרוב למיתה ואַיִן, והיינו פאר ער שלאפט איין (וואס דאס איז דאך אחד מששים במיתה כבברכות נז:). וויבאלד דאס איז די ״רצון״ פון היקום כולה. דאס איז תכלית הבריאה - דאס איז וואס ג-ט האט ״געוואלט״ און איז די סיבה פארוואס ער האט באשאפען די וועלט; ווייל אנדערש איז עס מן הנמנע פאר אים אָנצוקומען צו די מטרה.

ועיין כאן איבער די לאגיק וכו׳ פון מיינלאנדער׳ס שיטה.

מיינלאנדער איז געווען א נאה דורש ונאה מקיים דערין, און ער האט זיך אליינס געהאנגען, נאכ'ן דרוקן זיין בוך.
דורך מי אני
דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:07 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

האבענדיג גענומען 25 מ״ג קאַנאַבּיס און ליגענדיג נעבן מיין ווייב, שפילענדיג דערביי די groovy קום מיט מיר און נאר חברים פאָנקי עלעקטראנישע (שירי עגבים) טרעקס, האב איך געפיהלט די ענין פון אפלטון׳ס צורות דערין - וואו מ׳וויל זיך מאחד זיין צוזאמען צום צורה פון פּערפעקטע ״גוטס״ און ״שיינקייט״ דורך אהבת איש לאשתו, און אט פון דעם איז נובע תענוגו. אפלטון׳ס געדאנק איז אז יעדעס גוטע מושג ״עקזיסטירט״ ממש אין איר פּערפעקטע אידעאלע סטעיט. אלס וואס אונז זעה׳מיר בעלמא הדין פון וואו די מושגים זענען אינסטענשיעיטעד, זענען קאפּיִס דערפון, ולכן לעולם אימפּערפעקט. ווי נענטער עס איז צום (אינפיניטלי) פּערפעקטן צורה דערפון, אלס מער א השלמה פיהלט מען אין זיך, וזהו התענוג.

עס קומט אבער אויס אז די צורה ומושג שלפניך קען מען נאר מגדיר זיין בשלילה. מיינענדיג, ווען מ׳זעהט עפעס א קאנקריט זאך בהעולם מהמושג, קען מען זאגן אז דאס איז ״כמעט״ עס. און פארוואס נישט ״אינגאנצן״? דאס איז ווייל דאס-און-דאס אין די זאך איז אַן אימפּערפעקשאן וואס מאכט אז עס זאל פעהלן פונעם ״גאנצקייט״ פונעם ״עכטן״ מושג. ונמצא מזה אז די מושג ווערט בעצם נישט מוגדר אלס וואס דארף יא צו זיין דערין, נאר איידער אלס בכל מקום די פרטיות׳דיגע פראבלעם וואס מ׳זעהט יעצט וואס דארף נישט צו זיין דערין. ונמצא מזה אז די מושגים טובים וערכיים האבן די זעלבע געדאנק ווי נעגאטיווע טעאלאגיע ביים מושג פון ״ג-ט״, וככל האמור בהאשכול.

דאס האט מיר געמאכט שפירן ווי די הגדרה פון ״ג-ט״ איז ״מאראל = הקב״ה״. עס איז נישט אלס ״מאראל״ איז agential באיזה אופן, ווי דאס אז עס פשוט ״איז״ (אָננעמענדיג מאראלישע ריעליזם באיזה אופן). יעצט, עס איז טאקע שווער, צי גאר אומעגליך, צו דעפינירן (ולבסס) ״מאראל״ און וואס איז די עטישע התנהגות בכל צד ושעל - צי איז עס לפי דוד הום על געפיהלן, צי לפי קאנט על ראציאנאל און דעאנטאלאגיע וואו איך קוק נאר ממש בו בהעת, צו לפי קאנסעקווענשעליזם וואו איך שאץ תוצאות העתידים של כל מעשה ופעולה (און די חילוקי דעות אין וויאזוי מ׳שאצט טאקע אט דאס), צי לפי אריסטו און זיין ווירטוּ עטיקס אז עס איז טאקע נישטא קיין סיסטעם לפרטיותיו רק אדם מאראלי על הכלל. דאס איז טאקע ממש כמו די מושג פון ״ג-ט״ עצמו, וועלכע לאזט זיך נישט דעפינירן חוץ ע״י שלילה.

פון דארט האב איך געשפירט אז אונזער עולם ויקום החומר כולו, איז כאילו בתוך א צעל וואס האט א פּערמיעבּל מעמבּרעין. דאס נעמט אריין אלעס וואס אונז קענען זיך פארשטעלן: די מעגליכע אינפיניט מאָלטיווערס כמו שאנחנו משיגים אותו - והיינו יעדעס ענין וואס איז עכ״פ מכמו חומר ״ודברים״ באיזה אופן; עס אינהאלט אט די אינפיניט סעט פון כל ״דבר״ שהיא ״חומרי״ באיזה אופן. ועכ״כ אז זייענדיג אז אט די השראות כעין נבואה זענען באאיינפלוסט פונעם מענטש׳נס פערזענליכע עקספּיריענסעס ומה שיש כבר בשכלו אין וויאזוי עס ווערט ריפרעקטעד פאר אים, איז עס מיר פארגעקומען ווי די ״אלעס״ בתוך די ״צעל״ איז כעין די סצענע אינעם מאַרוועל פילם דאקטאר סטרעינדזש אין די מאָלטיווערס פון שיגעון, דירעקטירט דורך סעם רעימי. דאס איז וואו דער כאראקטער דער מכשף סטיפען סטרעינדזש שפרינגט דורך אפאר מיני יוּניווערסעס, ועכ״כ אז אין איינס איז גאר די גאנצע יקום פון כעין פּעינט, מיט די כאראקטער אמעריקע טשאוועז וועלכע קען מאכן פּאָרטעלס צווישן זיי אבער קען דאס נישט געהעריג קאנטראלירן. (אגב, פון מאַרוועל ובענין די מאָלטיווערס איז גאר שטארק רעקאמענדירט די ענימעיטעד צוויי פילמס פון די מיילס מאָראַלעס ווערסיע פון ספּיידערמען אינעם מאָלטיווערס; וגם לרבות די לעצטע לייוו-עקשאן ספּיידערמען: קיין וועג אהיים פילם, וועלכע איז עוסק אין דעם געביט און איז א שטיקל קשר מיט׳ן דאקטאר סטרעינדזש פילם.)

דא האבן זיך מיינע געפיהלן ומחשבות גענומען גיין טיפער (אבער אביסל אנדערש) איבער וואס איך האב געשפירט דאס פריערדיגע מאל, ווי דא באשריבן:
מי אני האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 5:36 pmבשעת׳ן האבן גענומען 25 מ״ג קאַנאַבּיס, האב איך געשפירט ווי עס איז גאר מעגליך פארקערט פון וואס כ'האב דא געשריבן. מיינענדיג, "קאַנשׁעסנעס" איז דאס דעת און סעלף-עוועירנעס פונעם בּיאינג וואס איז קאַנשעס צו קענען דאדורך מגדיר זיין סביביו; ווי מער דערפון דאס האט, אלס מער קאַנשׁעס איז דאס. אבער אט די דעת איז בניגוד צו תענוג, און טאקע דעם יוסיף דעת יוסיף מכאוב. ווי ווייניגער דעת מ׳האט, אלס מער פיהלט מען ווי מ׳איז אויף א טריפּ כסדר, וואס מ'קען טאקע נישט מגדיר זיין (חוץ אלס "גוט" אדער "שלעכט"; עס איז אינעפעבּל און סאָבּליים). ולכן טאקע פיהלן תינוקות ווי זיי זענען אויף א כסדר׳דיגן טריפּ. און דאן גייען די בּיהעיוויארס פונעם באשעפעניש נאך ריין בּיהעיוויאריזם פון קאָז-און-עפעקט, אָן קיין קאַנשׁעס אבזערוואציע בדעת דערויף. דאס תענוג שטופט דערצו בלא דעת. ונמצא מזה, אז בע״ח וואס האבן נאך ווייניגער דעת, האבן אלס מער תענוג, וואס איז אינווערסלי פּראָפּאָרשענעל צו וויפיל דעת און אינטעליגענץ זיי האבן. אין אנדערע ווערטער, ריין קוואַליאַ של תענוג איז ווייניג קאַנשׁעסנעס - ווי ווייניגער דעת וממילא קאַנשׁעסנעס מ׳האט, אלס מער תענוג קוואַליאַ האט מען; די דעת שטערט גאר צו די תענוג קוואַליאַ. (ואולי משו״ה איז כל מי שאין בו דעה אסור לרחם עליו כדאיתא בברכות לג., ווייל וויבאלד שוטה אינו נפגע כבשבת יג: פעהלט נישט אויס דיין רחמנות בכלל; ער טריפּט בקוואַליאַ של תענוג און ער שפירט נישט צער אויף דיין לעוועל בכלל עניוועי.) ועיין בדברי דר. מיכאל מוּרעי. ווי אויך איז נמצא מזה אז לפי פּענסייקיזם און ״מיינד-שטאף״, איז ווי מער קרוּד ופשוט א יצור האט, אלס מער תענוג האט דאס. (דאס קען האבן קלאנגען פון דעם וואס דער רמב"ם שרייבט במו"נ ח"ב פ"ד אז די גלגלים האבן "נפשות" און דרייען זיך מחמת תשוקתם להא-ל ע"ש.)
והיינו, אז דעם צעל של היקום (הבב״ת) כולו איז מיוסד אויף דעת ולאגיק; גארנישט קען גיין דערקעגן בתוכה. אט די דעת ולאגיק איז וואס איז כובש תענוג און דערלאזט איר נישט (אינגאנצן), וכנ״ל ביי דאס פריערדיגע מאל. וואס נעמט ארום אט דעם צעל כולו איז א גרעסערע אינפיניטי וואס איז ריין מאראל און תענוג; אט די צורות של אפלטון וואס זענען רבים שהם אחד. וכנ״ל איז מאראל טאקע ל״ד מיוסד (כולו) על דעת. (ועיין בהל' תשובה פ"י ה"ג אז אפילו דעת/חכמה אליינס קען די תשוקה דערצו בשורשה זיין איראציאנאל ע"ש.)

אט די ״צעל״ מיט די אינפיניט תענוג/צורות ארום איר זענען אלס דארט געווען עטערנעלי מקדמות; ביידע דאס זעלבע. די צורות זענען כולל בתוכה דבר והיפיכו: די פּערפעקטע טוב און די פּערפעקטע רע לעומתה. ביידע זענען נובע פונעם זעלבן איינעם שורש און זענען צוויי זייטן פונעם זעלבן מטבע. דאס באדייט אז די תענוג מהטוב איז א ״גוטע טריפּ״ לעולם, משא״כ ביים רע לעומתה איז דאס א ״שלעכטע טריפּ״ לעולם.

אינעם צעל פונעם סעט החומרי קומט אבער ארויס בהכרח פון זיך, ע״י ‏עמערדזשענס, קאַנשׁעסנעס, וואס איז ל״ד מקושר אין חומר און איז שוין דומה צו א צורה פאר זיך. דאס, ווען עס שיידט זיך גענצליך אפ פונעם חומר, גייט דורכגיין די פּערמיעבּל מעמבּרעין להתחבר צו דאס וואס נעמט ארום די צעל.

די ארומנעמענדע צורה פון טוב ומאראל איז פון זיך נובע אריין אהין אדורך די פּערמיעבּל מעמבּרעין, אָן א ״רצון״ ‏וכדומה, דאס געפיהל ונבואה צו מאראלישע געפיהרעכץ; דורך כל מיני רעליגיעס למיניהם. דאס איז וויבאלד דאס שטופט דעם מענטש׳נס קאַנשׁעסנעס ונפשו בתוך דעם צעל, צו די זייט וואס ווען נפשו ווערט נתפרד גייט עס דורך דעם מעמבּרעין לרק א גוטע טריפּ ותענוג; ווי מער צו די זייט, אלס מער תענוג פונעם גוטע טריפּ לעולם. וההיפך בהיפך ווען די קאַנשׁעסנעס ווערט געשטופט און רעאיפייד צו די אנדערע זייט פון רע און אימאראל. ונמצא מזה אז די מטרה בחיים עלי אדמות איז צו ווערן ווי מער נשלם במאראל אלס גוטער מענטש, כדי להגיע להתחבר אל מאראל וטוב שהיא תענוג. איך האב געשפירט ווי רוב מענטשן קומען טאקע לבסוף אָן צום גוטן זייט. און די קשיא פון בּערנארד וויליאמס איז אויך נישט דייקא שווער. והיינו, ער האט געפרעגט אז חיי נצחיים, ואפילו בתענוג, גייט אָלטימעטלי זיין א רע פאר׳ן מענטש, זייענדיג אז ער גייט בהכרח ווערן בּאָרד דערפון אָן קיין מעגליכקייט ארויס. אבער די הכרח׳דיגע בּאָרדאָם איז לכאורה נאר שייך אויב ס׳איז דא דעת וואס מאדעלט די עתיד פאר א גוֺיל און ציהל וכדומה. דאס איז אונזער קוק-ווינקל טאקע בתוך דעם צעל, אבער עס איז נישט שייך דארט אינדרויסן וואו דעת (כמו שאנו ״יודעין״ ומבינין אותה) ווערט בטל.

ולכן, אויב וויל מען אָנקומען צום ריינעם תענוג און ״גוטע טריפּ״ לעולם, באדארף טאקע דאס עיקר פון עני קוֺיד אָוו קאַנדאָקט זיין נארמאטיווע מאראל, וואס דאס מענטשהייט על הכלל ״פיהלט״ איז עטיש און מאראליש. און דאס וואס מ׳זעהט אז אלע רעליגיעס האבן בתוכם דאקטרינעס וואס האבן אוועקגעדרייט פון נארמאטיווע מאראליטעט, איז דורך נביאיהם וואס האבן אריינגעטעפּט דערצו בשעת׳ן האבן א ״שלעכטע טריפּ״, וואס האט גורם געווען אַן אומריכטיגע מיספארשטענדעניש און פארדרייט די חוקות דתיים. (איך האב געטראכט אז דאס קען ליגן אינעם פסוק ביחזקאל (כ כה) וגם אני נתתי להם חקים לא טובים ומשפטים לא יחיו בהם. וואס דר. בנימין שׁענאן שרייבט טאקע אז נבואתו של יחזקאל הנביא במעשה מרכבה איז מעגליך געווען דורך א סייקעדעליק טריפּ. וממילא האט יחזקאל פארשטאנען וויאזוי דאס קען פאסירן.) דאס איז ווייל ״מאראל״, זייענדיג ממקור ממעלה מדעת, וועט בהכרח דארפן פרשנות (ועיין בהאמונות והדיעות להרס״ג מאמר ג פ״ג). און דאס געבט די מקום פאר א (כעין) רעיאיפיקעישאן פאָלאָסי אפירצוקומען, וואו מ׳געבט עפעס א מראה א ממשות וואס קומט זיך איר נישט. כמובן אז איך פארשטיי אז די גאנצע זאך ו״מראה״ (מראות) מיינע ליידן לכאורה פונקט אזוי דערפון; ובפרט וואו מ׳פארשטייט ווען מ׳איז געהעריג וואַך די מאטעריאלע מעכאניזם וואס ברענגט אפיר די סייקעדעליק העלוּסינעטאָרי סארט אָלטערד קאַנשׁעס סטעיט.

ס׳איז יתכן אז מיינע דמיונות דערויף ווערן שוין שטערקער. איך ווער מער ״טרענירט״ דערויף. כ׳האב געקלערט אז דאס קען זיין א רמז וואס מ׳טרעפט לגבי מדריגות נבואה ביבמות מט: חילוקים דערינען בענין אספקלריא המאירה ע״ש (ובסוכה מה:). והיינו, אז עס איז דא א חילוק אין ווי שטארק און אינטענס די מראות זענען און אינעם קענען מאכן קלארע לאגישע סענס פון, און צו איבערגעבן לעלמא הדין, אט די מראות; די שוועריקייט אין די הסברה איז פּראָפּאָרשענעל צו די אינטענסיטי און קאמפּלעקסיטי פונעם מראה וגעפיהל שבה. און אט אויף דעם ‏טרענירן זיך די ״בני הנביאים״ (ועיין במו״נ ח״ב פל״ב). ועיין בדבריהם וואו, פון א פסיכאלאגישן פּערספּעקטיוו, קען דאס הייבן די פּראבּעבּיליטי פון אריינלייגן בשכל האדם פאלשע אמונות.

אגב, דר. פּאוועל גלאדזשיעווסקי טענה׳ט, פון א פסיכאלאגישע קאגניטיוו פּערספּעקטיוו, אז דאס וואס מ׳פיהלט און זעהט אונטער די רושם פון סייקעדעליקס קען יא גערעכענט ווערן עפּיסטעמיקעלי ווי א ראציאנאלישע יסוד פאר מעטאפיזישע מדע וואס מ׳ווייסט איבער די יקום. און דאס איז אָן דארפן צוקומען צו שוין האבן א רעליגיעזע אדער מיסטישע סארט צוגאנג צום יקום מעיקרא. ער ברענגט ארויס אז אפילו פון אַן עפּיסטעמאלאגישע שטאנדפונקט, איז דאס׳ן דאס נעמען אַן עפּיסטעמיקלי טראנספארמאטיוו סטעיט וואס מ׳קען נישט געהעריג אפשאצן אָן דאס אליינס דורכגיין; וידוע די געדאנק פון מערי׳ס צימער, וואו עס איז יא ראציאנאל צו זאגן אז עס איז דא נייע מדע הגם מ׳קען נישט דעפינירן וואס און וויאזוי. ווי אויך נעמט די סייקעדעליק אוועק די ״הייפּערפּרייאר״ הנחות וואס ער האט בשכלו, וועלכע צווינגען אים צומאל אז מדע דארף שטימען מיט געוויסע (סאָבּקאַנשעס) הנחות מעיקרא. אבער די הנחות מוזן נישט זיין דוקא אמת. (ער זאגט אז דאס איז בפרט לגבי שטארקן די שיטה פון קאַסמאָסייקיזם, וואו כל היקום כולו וכל מה שבה איז בעצם איין איינציגע קאַנשׁעסנעס, און די אינדיווידואלע פארשידענארטיגע קאַנשׁעסנעסעס וואס דאכטן זיך פאר מענטשן אז זיי האבן, קומען אפיר פון פשוט׳ע רילעישאנשׁיפּס פון די חלקים בתוך די איינע קאַנשׁעסנעס אזוי ווי איברים בתוך גוף אחד; עס איז א שטערקערע געדאנק פון אבן רשד׳ס שיטה, וועלכעס איז נאר לגבי די נפש פונעם מענטש. און דאס זעלבע לגבי די שיטה אז עס איז באמת נישטא קיין ״זעלבסט״. און דאס זעלבע בנוגע די דעבאטע איבער די מהות פון ״זמן״ - עטערנעליזם/בּלאַק יוּניווערס לעומת פּרעזענטיזם.) ער ברענגט ארויס אז עס איז ענדערשער צו באטראכטן סייקעדעליק סטעיטס, פון אַן עפּיסטעמאלאגישן קוק-ווינקל, מיט א מאדעל אז דאס איז מסיר עיכובים וואס דערלאזן אים נישט מקשר צו זיין ידיעתו אל ה״אמת״ בסתם, ווי מיט א מאדעל אז דאס איז מקשר ידיעת האדם עם ה״אמת״ בקום ועשה. ער שרייבט אויך:
It is also essential to notice that a person’s psilocybin session does not impede her autonomy or capacity as an epistemic subject. To understand this point, compare psychedelic states with monothematic delusions. The latter are often thought to constitutively involve the inability of a person to be rationally responsive to evidence against her delusion (see Bortolotti 2005; Coltheart et al. 2011). Now, notice that even if the psychedelic state itself may resemble a psychotic episode (see Carhart-Harris et al. 2016), it is transient. Following the experience, the person regains the core judgmental or cognitive skills that characterize her in a sober state. In particular, she is able to understand and respond to any evidence against her newfound beliefs. For example, she can understand and be responsive to a debunking argument on which her beliefs may be merely powerful illusions that feel veridical but are not. Thus, if the person decides to change her metaphysical beliefs, it is despite her recognizing that different parts of her evidence point in different directions. In this sense, she is not delusional. To generalize this, much of the epistemologically relevant part of psychedelic transformation takes place in a sober state, where a person faces the challenge of rationally integrating the (purported) lessons drawn from the experience with her previous worldview

Psychedelics allow epistemic subjects to obtain experiences whose core structure differs from that of ordinary states of consciousness. Thus, deep psychedelic states radically and transiently broaden the range of cognitions that could inform metaphysical inquiry. As such, psychedelic states can provide otherwise unachievable epistemic benefits: (1) they can block arguments “from experience” in favor of certain commonsense metaphysical claims, (2) they can directly challenge (in)conceivability claims (and their purported modal consequences) that figure in metaphysical debates, and (3) provide extra support for metaphysical projects that rely on positing conscious states with non-ordinary phenomenal character (like non-dual or selfless forms of consciousness). Furthermore, because our default ways of experiencing can be either limited or altogether off-track with respect to metaphysical truth, at least some aspects of psychedelic experiences can count as dissolving such truth-obstructing cognitive structures. Crucially, psychedelic states can be transformative in a way that does not impede one’s epistemic autonomy, allowing one (when in a sober state) to rationally integrate the fruits of psychedelic exploration with one’s preexisting beliefs. Given all this, I think it is reasonable to think that at least some instances of psychedelic-induced metaphysical beliefs are more than comfortable delusions
ווי געזאגט, פעהלט אויס צו דערנאך דורכלייגן די עקספּיריענס דורך דעם כור המבחן של השכל. ער ברענגט אויך ארויס אז למעשה האבן די עקספּיריענסעס אַן עלעמענט פון שיכרות בתוכם, וועלכע שטערן דעת. ובפרט וואו צוויי מענטשן וואס זענען דורכגעגאנגען די סייקעדעליק עקספּיריענס קענען אָנקומען צו פארקערטע מעטאפיזישע מסקנות, וועלכעס זענען לכאורה מיוסד אויף שיטות וכו׳ וועלכע זיי האבן שוין געהאט מעיקרא.

די שטודיע האט געצייגט אז מענטשן וואס נעמען סייקעדעליקס טוישן אין אלגעמיין זייער מיינונג פון א ריינע מאטעריעליזם/פיזיקעליזם שיטה, אז די יקום ביסודה איז אך ורק מחומר. און דאס האלט אָן אפילו א האלבע יאר שפעטער; ובפרט וואו מ׳האט דאס גענומען אין א צערעמאניע צוזאמען מיט א גרופע. דאס איז געווען נאך שטערקער ביי אינגע, ביי פרויען, און ביי די וועלכע האבן דאס גענומען דאס ערשטע מאל.

ווי אויך טוישט דאס זייער מיינונג צו א מער פעטעליסטיק דיטערמעניזם, אז אלע מעשים זענען בגזירה און עס איז באמת נישטא קיין בחירה חופשית. הגם אבער אז דאס בלייבט נישט דייקא פאר א האלבע יאר צייט. זיי קלערן אז דאס איז מכח דעם וואס אין די געזעלשאפט ובחיי היומיומית ווערט למעשה דאס שטאנדפונקט פון בחירה חופשית געשטארקט מיט שכר ועונש און די אחריות אויף קאנסעקווענצן של מעשי האדם. ואדם נפעל כפי פעולותיו וסביביו.

זיי ברענגען אויך צו אז אין א סורוועי איבער דעם האבן 2/3 פון די מענטשן וועלכע האבן זיך אידענטיפיצירט אלס "אטעאיסט" מקודם די סייקעדעליק עקספּיריענס, זיך נישט אידענטיפיצירט אזוי נאכדעם. (הגם אבער אז זיך אידענטיפיצירן אלס "מאנאָטעאיסט" איז אויך אראפגעגאנגען פון פאר׳ן דאס נעמען צו נאכדעם.)

עס איז מן הראוי לציין אז דר. קריס לעטעבּי טענה'ט אז די פסיכאלאגישע בּענעפיטן פון סייקעדעליקס האבן ל"ד א שייכות מיט די טויש אין מעטאפיזישע גלויבונגען וואס עס ברענגט אפיר.

*

עס איז מיר אויך בייגעפאלן לפי וואס איך האב דא געשריבן:
מי אני האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 28, 2023 3:59 pmאז אונז הא׳מיר גערעדט אינעם אשכול פון זיך רעכענען מיט דורות העתידים, די געדאנק פון ברענגען אַן ענדע צו דאס מענטשהייט, און דאס געדאנק פון AI בהעתיד, טענה׳ט דער קאמפיוטער סייענטיסט דר. האנס מאָראַוועק אז מ׳דארף בעצם ארבעטן אויף צו אפירברענגען סיי דאס אויפשטייג פון AI אזוי אז זיי זאלן אונז איבערנעמען אזוי ווי אונז הא׳מיר איבערגענומען און איבער געלעבט פריערדיגע לייף-פאָרמס. דר. דערעק שילער טענה׳ט אויך ענליך. ער טענה׳ט אז וויבאלד אויב איז ביכולת פונעם מענטש אפירצוברענגען א סיגניפיקענטלי בעסערע וועלט אין דעם עתיד פאר צוקונפטיגע דורות, איז דאך דאס דאן דאס עטישע זאך צו טוהן, איז דעמאלטס משו״ה דארף מען זעהן אפירצוברענגען סיי דאס אויפשטייג פון AI וואס קענען בעסער און מער עפישענטלי נוצן די resources פון די וועלט, און אפירברענגען צוביסלעך אונזער אונטערגאנג אזוי אז דאס זאל זיין פי כמה בעסער פאר זיי.
אז לפי די יעוד וואס כ'האב דערמאנט, קען מען פארדינען ביידע. והיינו, אז מענטשן, וועלכע קענען האבן די סארט קאַנשׁעס תענוג עקספּיריענסעס פון א לעוועל 4 אויפ'ן שולגין סקעיל, זאלן דאס האבן דורכ'ן זיין אין די פּאַדס, בשעת AI, וואס קענען דאס לכאורה נישט האבן, זאלן זיין אין די "עכטע" וועלט.

***

דר. יצחק מלמד טענה׳ט אז מ׳האט נישט אפצולערנען שפינאזע ווי אַן ״אטעאיסטישע״ פילאזאף, נאר איידער אלס א ״ראדיקאלער רעליגיעזער״ פילאזאף. ער טענה׳ט אז שפינאזע׳ס דאקטרין איז נישט פּאנטעאיזם, ווי איידער פּאנענטעאיזם, וואו ״ג-ט״ איז טאקע נאטור אבער מער ווי דעם אויך. ער איז וואס מ׳באקומט ווען מ׳שטעלט צאם קבלה'ס קאנסעפּשאן פון "ג-ט" מיט׳ן רמב״ם'ס. ועכ"כ, אז עס איז יתכן אז ער האט ארויסגעגעבן זיין טראקטאטוס (אין אנאנים, אבער מ'האט געוואוסט אז ס'איז ער), כדי זיך צו פארטיידיגן אז ער איז למעשה נישט קיין "אטעאיסט" גמור (הגם אז די בוך האט טאקע נאר ערגער געמאכט זיין שם אין דעם געביט).
דורך מי אני
דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 10:24 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

מי אני האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 8:03 pmלגבי ענין ״שמיעה״ בהקב״ה, עיין במו״נ ח״א פמ״ה (וריש פמ״ח).
דער נרבוני איז מפרש דארט בפמ״ה:
הוא סיפר על ענותו ית׳ לצעקת הצועק, כי הנמצא כאיש אחד נאות קצתו לקצתו.
ר׳ יעקב בכרך האט גע׳טענה׳ט דערויף אז דאס איז שפינאזע׳ס פּאנטעאיזם. עכ״פ קומט אויס מזה אז לפי הנרבוני בהרמב״ם, עפ״י ר׳ יעקב בכרך׳ס פרשנות, איז יש מקום לענין תפילה אף לפי פּאנטעאיזם.

ולגבי דעם לתארו מכח פעולות בהעולם, שרייבט ער בהגהותיו על ח״א פנ״ב:
אבל ארצה בפעולתו הפעולה אשר פעלה, כאמרך: ראובן הוא אשר חדש זה הדלת ובנה זו החומה וארג זה הבגד וכו'. נ"ב: ואם אומר אשר חדש (לדעתי צ"ל: חרש) זה הדלת ובנה זו החומה וארג זו הבגד, הלא כבר חִיַבְתִי לו קנין ותאר - "חרש" "בונה" "אורג", וכן לו ית' - "בורא" "פועל", ומה הפרש בין זה לקודם אשר אסר ז"ל?! פליאה דעת מני נשגבה לא אוכל לה, וה' יאיר עיני.
און אין זיינע הגהות לפנ״ח שרייבט ער:
לא ידעתי מדוע לא ברח הרב גם מתאר 'יש', כי כל יש הוא בעל סוג והבדל, ואלה לא יתכנו בבורא המשולל מכל ומכל שיתוף וחסרון. אבל לדעתי גם 'יש' לדעת רבינו הוא להבין לבני אדם ולהשכילם בשלילת העדרו
ואולי איז די געדאנק דערין אז, ווי ארויסגעברענגט דורכאויס דעם אשכול, הייבט מען אָן מיט׳ן תואר ומושג פון ״נמצא״ צי ״יש״, אבער דערנאך דארף דאס דער חכם אויך שולל זיין. און 1-1 איז דא ל״ד 0.

ולגבי רופן הקב"ה "מקומו של עולם", שרייבט ער בהגהותיו על פ"ע:
הבינו חז"ל בכמה מקומות באמרם: "הוא מקומו של עולם ואין העולם מקומו"; ואמרו: "ברוך המקום", וזה כי איננו במקום, ואף אם הוא מניע את הגלגל בעצם בכל זאת מה לו להתנועע עמו במקרה
אין גבעת המורה ח"א פע"ד ברענגט שלמה מימון אראפ שיטת שפינאזע און ער שרייבט דערויף:
תכלית דבריו הוא הכל היא אחד והאחד היא כל. והנה עם היות זה הדעת עמוק מאד ומסכים לדברי המקובלים בענין הצימצום, עם כל זה להיותו סותר פינת החידוש, אי לזאת שם על לבו החכם המפורסם רמ"ד ז"ל לסתור יסודותיו הנזכרות
און אויף דעם שרייבט ר' יעקב בכרך בהגהותיו:
יתכן שכונתו לדעת מוהרש"ז מלאדי בספרו תניא או לקוטי אמרים בענין 'ממלא כל עלמין' ו'לית אתר פנוי מיניה' כפשוטו ממש
און דאס רירט שוין אָן אויף די ענליכקייטן צווישן פּאַנטעאיזם און פּאַנענטעאיזם.

לגבי די געדאנק אז מעשה הפיכת סדום להרמב״ם איז בחלום, האט יצחק סטאנוב, אין זיין ביאור על במו״נ (ח״ב פמ״ו), מבאר געווען אז לוט האט דאס געזעהן בחלום און ארויסגעגאנגען בפועל מסדום בשעת sleepwalking. ער זאגט אז וועגן אזעלכע סארט מעשים ווערן טאקע די נביאים אָנגערופן אצל ההמון אלס ״משוגעים״ (עיין במלכים ב ט יא, ובהושע ט ז). ר׳ בכרך שרייבט אויף דעם:
וגם אתה המבאר אחד מהם! כי לפי בֵּאוּרך עשית ללוט למשוגע אמיתי כי זה אחד מחלאי השגעון.

אמנם, קושית הרמב"ן על רבינו איננה תיובתא; אבל לדעת רבינו, אחר שראה לוט את כל אלה במראה או בחלום, בהקיצו מתרדמתו, חש לחלמא והקים את אשר צוּנָה: עזב את סדום הוא ואשתו ושתי בנותיהן, ואשר לא הביט אחריו בא אל מפלטו בשלום, ואשתו כי הביטה היתה לנציב מלח, כי שמעה בקולו לכללות ענין החלום, לא האמינה לו בפרט: אל תבטו, וכל אלה היו בהקיץ ובפועל. וחלילה לרבינו מאשר חשדו הרמב"ן: הוא מאמין בספורי התורה ככל בן דת משה צדיק וישר חסיד ותמים, אבל במקום אשר יסתרם השכל הבריא יורנו דרך בבאוריו הנפלאים.
אין ח״ג פ״ט דינגט ער זיך אויף דעם וואס סטאנוב שרייבט:
ובזה תבין מה שקצת המקובלים יכנו אותו ית' בשם ״חושך המוחלט״ כי הוא זה להעדר ההשגה בו
אויף וועלכעס ר׳ בכרך שרייבט:
אוי לתארים! ומדוע לא תארוהו בשם "אור המוחלט" אשר לא תוכל העין לראותו? אוי לכם חשכים ומורדי אור, המצאתם השאלה כזאת בספרי הנביאים הקדושים? אמנם כל חשך טמון לצפוניכם, לכן לא תראו אור.
דאס גייט אין איינקלאנג מיט דעם אז צווישן צוויי תוארים וואס מ׳נוצט שוין, וועלכע זענען ביידע לאגיש נישט עפּליקעבּל צו ״ג-ט״, זאל מען וועהלן די וואס איז מער בכבוד.