דער זוך האט געטראפן 5 רעזולטאטן: קאַרדאַשׁעוו סקעיל

החיפוש בוצע על-פי שאילתה: קאַרדאַשׁעוו סקעיל

דורך מי אני
זונטאג יוני 23, 2024 2:58 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 140763

לגבי דעם געדאנק פונעם שם "אהי-ה אשר אהי-ה" און וואו דאס איז מרמז ל"אמת" ווייל אהי-ה פעמים אהי-ה איז עולה "אמת", און וואו מ'קען טאקע נישט צוקומען דערצו אין דעם, האב איך געקלערט דעם שבת על דרך דרש עפ"י מש"כ כאן. והיינו, ווייל דער ר״ן שרייבט בנדרים לח. אז די שער החמשים של הנ׳ שערי בינה איז ״ידיעת הש״י על אמתתו״. ולכן דרש׳נט די גמרא (שם ובר״ה כא:) אז משרע״ה איז נישט צוגעקומען (בחייו) לשער הנ׳, פונעם פסוק (תהלים ח ו) ותחסרהו מעט מאלקים ע״ש. (ועיין בערבי נחל פ׳ נח עפ״י האריז״ל בעץ חיים שער יג, ששער הנ׳ הוא הכוללת כולם ותיבת ״כולל״ עולה ״אלקים״.) און דער מגלה עמוקות (פ׳ ואתחנן אופן יב) שרייבט אז דאס וואס עס איז דא ע׳ פנים לתורה, איז אז בתוך דעם שער הנ׳ איז דא נאך 21 בחינות וואס אזוי, צוזאמען מיט די פריערדיגע מ״ט שערים, איז דא 70, און אט די 21 איז בבחינת שם ״אהי-ה״ העולה 21 (וזהו ענין ״מעט״ מאלקים - לאחר ה״מט״ מה שמשלים ל״ע״) ע״ש.

והנה, כנ״ל איז ״אהי-ה״ די סקווער רוט פון מספר ״אמת״, און דאס איז וואס ליגט אינעם שער הנ׳ אויף טאקע אָנצוקומען לדעת השי״ת על אמתתו, איז דאך דאס אז מ׳קען נישט אָנקומען דערצו כעין נעגאטיוו ״אמת״; 441-. וואס די סקווער רוט פון דעם איז דאך 21i. וואס לתקן זה צום געהעריגן שם ״אהי-ה״ פעהלט אויס אַן עקספּאָנענט פון 4 אויפ׳ן i. ולכן אפשר לומר אז אין ק״ש, וואס ענדיגט זיך דוקא בתיבת ״אמת״, איז אין די ערשטע פסוק דערפון פון אחדות ה׳ דא אַן אות ע׳ ואות ד׳ רבתי. ולרמז אז די סקווער רוט פון דעם ״אמת״ וואס איז א נעגאטיוו און קען נאר גערעדט ווערן בשלילה, וואס אט דאס איז דאך צו וואס די שער הנ׳ שיש בו הסקווער רוּט של ״אמת״ וואס איז ״אהי-ה״/21 המשלים ל״ע״ פנים לתורה וכנ״ל, איז וויבאלד דאס איז א נעגאטיוו קומט דאס אויס צו i, וועלכע דארף אַן עקספּאנענט של מספר ״ד״ לתקנו. (ולכן לעתיד וואו עס וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה׳, וועט זיין א קיבוץ מ״ארבע״ כנפות הארץ.)

ובזה קען מען זאגן אז דער תפארת יהונתן זאגט בפ׳ ויקרא, אז די א׳ זעירא מיט וואס ספר ויקרא הייבט זיך אָן ווייזט אויף די מספר ״אך״ בחינות וואס זענען בתוך דעם שער הנ׳ מנ׳ שערי בינה ע״ש. און דער פרי צדיק שרייבט בפ׳ בהעלותך, אז ספר ויקרא איז נגד יעקב אבינו ע״ה מחמת זה דמדתו אמת ע״ש. ולפי הנ״ל איז דערפאר הייבט זיך דאס אָן אין די ערשטע ווארט אינעם ספר לרמז על ענין 21 שבשער הנ׳ כהתפארת יהונתן, וואס דאס איז משם ״אהי-ה״ כנ״ל המרמז לענין מספר ״אמת״. און יעקב האט טאקע דוקא געהאט 4 ווייבער, וואס אט די מספר עקספּאָנענט דארף מען לתקן דעם סקווער רוּט פון נעגאטיוו ״אמת״ שהיא 21i כנ״ל, שלזה מרמז ענין שער הנ׳ שאי אפשר לעמוד על ידיעת אמתת השי״ת.

*

ולגבי כופל זיין שם אהי-ה על עצמו און דאס אז "ג-ט" קען באטראכט ווערן ווי "אַיִן הגמור", איז אויב איז מען כופל "אַיִן" על עצם "אַיִן", והיינו 00, דאן קען דאס זיין 1. והיינו, ענין "אחדות" ה'. (ועיין לעיל במה שציינתי לגבי די "ליידיגע סעט".)

***

ובזה אז סייקעדעליקס ברענגט נענטער לידיעת השי״ת, האב איך געקלערט אז דאס קען זיין א רמז בהגמרא בב״ב עג: (וועלכע מ׳קען קלערן זענען געזאגט געווארן אונטער די איינפלוס פון סייקעדעליקס וכעין נבואה):
אמר רבה לדידי חזי לי אורזילא בר יומיה [רְאֵם בן יום אחד דאותו היום נולד - רשב״ם] דהוה כהר תבור, והר תבור כמה הוי ארבע פרסי, ומשאכא דצואריה תלתא פרסי, ובי מרבעתא דרישיה פרסא ופלגא. רמא כופתא [צואה - רשב״ם ותוס׳] וסכר ליה לירדנא.
דא הא׳מיר צוגעברענגט פון אַקטעוויע בּאָטלער אז ״ג-ט״ קען זיין די געדאנק פון ״ג-ט״, והיינו די מושג פון שינוי, וואס אט די מושג איז א קאנסטענט קבוע וואס טוישט זיך נישט. שפעטער דארט בב״ב בדף עד: זאגט תוס׳ בד״ה שמגיע, אז די נהר ירדן, ווען זי גייט דורך ימה של טבריה, מישט זיך נישט אויס מיט איר ע״ש. והיינו, אז ביי דעם איז נישטא דעם געדאנק פון ענטראפּי.

יעצט, הרב דר. נתן סליפקין טענה׳ט אז דער רְאֵם איז די (שוין עקסטינקט) אָראַקס. דא זאגט דער פּעליאוֺעקאלאדזשיסט דר. אנטאני ברוין, אז אויף די צואה פון גאר גרויסע בע״ח, כגון דער אָראַקס, קענען וואקסן מאָשׁרומס און מ׳טרעפט ספּאָרס אין די צואה פון גאר אלטע ריזיגע בע״ח. ובזה קען מען זאגן אז דאס איז די רמז אז צואת הרְאֵם האט פארשטאפט דעם ירדן. וויבאלד אויף דעם קען וואקסן מאָשׁרומס המביאים לנבואה והכרת ה׳, וואס די געדאנק דערין איז די דיינעמיזם ושינוי וענטראפּי בהעולם. ולכן פארשטאפט דאס דעם ירדן טייך וואס גייט נישט עפ״י ענטראפּי בימה של טבריה.

ובסתם טרעפט מען דארט לעיל בדף עג. אז טאקע אויף א גל הים וואס וויל טובע זיין, שלאגט מען דאס מיט א שטעקן שעליו השם של אהי-ה אשר אהי-ה ע״ש (וע״ש במהרש״א). וואס די שם ווייזט דאך אויף דעם אז מ׳קען טאקע נישט משיג אמתת מציאותו ומהותו וכנ״ל.

***

לגבי די סימיולשעיאן ארגומענט איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צום גמרא בסנהדרין סה: אמר רבא אי בעו צדיקי ברו עלמא שנאמר (ישעיהו נט ב) כי אם עונותיכם היו מבדילים ביניכם לבין אלקיכם ע"ש. והיינו, אז ווען דאס מענטשהייט קומט צו צו מדריגת אלקות בחכמה ובהתנהגות, וואס דאס איז די שפיץ פון "צדיקי", קענען זיי בורא זיין עולמות דורך סימיולעישאנס.

ובנוגע דעם אז דאס דארף צושטאנד קומען דורך א העכערע ציוויליזאציע אויפ׳ן קאַרדאַשׁעוו סקעיל, איז די געדאנק אז זיי גייען לכאורה נוצן דערפאר א מאַטריאָשקאַ מח קאמפּיוטער. דאס איז א ‏קאמפּיוטער וואס איז א דייסאן ספער. והיינו, אז מ׳נעמט ארום א גאנצע שטערן מיט א קאמפּיוטער, וואס די ענערגיע פונעם זון/שטערן געבט די כח פאר׳ן קאמפּיוטער. און ארום דעם איז דא נאך א לעיער, וואס דאס נוצט די היץ וואס די פריערדיגע לעיער געבט ארויס (עפ״י דאס צווייטע געזעץ פון טערמאדינאמיקס) צו געבן כח פאר׳ן צווייטן לעיער וואס איז ווייטער א קאמפּיוטער. וכן הלאה והלאה. (און די מאטעריאל פון אט די מאַטריאָשקאַ מח קאמפּיוטער קען זיין פון ״קאמפּיוטראָניאם״, וועלכעס איז א חומר וואס די עדווענסד ציוויליזאציעס קענען מאכן, וואס איז די מערסטע עפישענט פאר קאמפּיוטעישאנס; אסאך מער ווי סיליקאן וכדומה.) (דער שרייבער טשארלס סטראס שרייבט אין זיין סייענס-פיקשאן בוך אקסעלעראַנדאָ, אז צום סוף ווערט יעדעס שטערן פון א סאלאר סיסטעם פארוואנדעלטאין צו א מאַטריאָשקאַ מח סארט קאמפּיוטער. און ווי דר. ראַבּערט בּרעדבּורי שרייבט, קען דאס זיין א לעזונג צום פערמי פּאראדאקס: די צייט אפשניט וואס א טעכנאלאגישע ציוויליזאציע קאמיוניקירט ביז אלעס ווערט געפירט דורך די מאַטריאָשׁקאַ מח סוּפּערקאמפּיוטער וואס זיי בויען, איז נישט לאנג. זיי קומען שוין צו צו ווי זיי אליין לעבן גאר לאנג און זענען נאר אינטרעסירט אין שטארקע אינפארמאציע פּראַסעסינג. וכמובן קען געהעריגע לעבן נישט זיין אויף די פּלאנעטן אין דעם סיסטעם איינמאל מ׳נעמט ארום און באדעקט איר זון מיט א מאַטריאָשׁקאַ מח.)

ולפי״ז קען דאס אפשר זיין א רמז בהמימרא של ר״ל בנדרים ח: אז לע״ל הקב״ה מוציא חמה מנרתיקה צדיקים מתרפאין בה ורשעים נידונין בה וכו׳ ע״ש. והיינו, אז ווען/אויב מ׳קומט צו צו א העכערע לעוועל פון ידיעה און ציוויליזאציע, ״צידקות״ ו״צדיקים״, דאן קענען זיי נוצן דעם חמה צו טאקע סימיולעיטן און שאפן אנדערע וועלטן ועולמות, דורכ׳ן דאס נוצן פאר א מאַטריאָשקאַ מח קאמפּיוטער. וואס די קאמפּיוטער אליינס קען זיי העלפן בסתם אויף טיפערע דעת.

***

דר. וויליאם לעין קרעיג טענה׳ט אז פאר אויפגעוואוזענע פאקטן ממש וכדומה, קען א מענטש טאקע נישט וועהלן בבחירתו וואס צו גלייבן. אבער לגבי זאכן וואס קענען זיין אזוי צי אזוי מער-ווייניגער בשווה, קען א מענטש יא. ועיין בדברי הרב דר. י״ד סאלאווייטשיק.

***

ולגבי דעם אז בע״ח׳ס קאַנשׁעסנעס קען זיין בתענוג כעין אויף א סייקעדעליק טריפּ כל חייהם, אפגעזעהן פון וואס ווערט געטוהן צו זיי און ווי זייערע אינסטינקטס ארבעטן, איז אינטרעסאנט צוצוברענגען דאס וואס דער רמב״ם שרייבט במו״נ ח״א פע״ג:
שאם ידעת הנפש וכוחותיה והתאמת לך בה כל דבר לפי אמיתת מציאותו, הנה תדע כי הדמיון נמצא לרוב בעלי החיים (אמנם בעלי החיים השלמים כולם, רצוני לומר אשר להם לב, מציאות הדמיון להם מבואר), ושהאדם לא הובדל בדמיון.
עס איז נאר כח השכל וואס דער מין האדם איז מובדל מבע״ח. (ועיין בשמונה פרקים פ״א.)

און די סייקעדעליק הנאה ותענוג קומט (לכאורה) פון דאס סאָפּרעסן חלק השכל און נאר ארויסברענגען דעם חלק המדמה.
דורך מי אני
דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:46 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 140763

סקעפטיקער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 1:36 pm שוין לאנג נישט געהערט אזא ווארימע תורה פון מורינו @מי אני שליט"א.
ייש״כ!

און טאקע נאכדעם וואס אברהם האט זיך גע׳מל׳עט, וואס דארט איז אים געזאגט געווארן והיה ״תמ״ים וכנ״ל, איז געווען (בראשית ״חי״ א) כ״חם״ היום…

און מ׳טרעפט אויך באו״ח סימן שיא סעיף ו עפ״י שבת מג:
מת המוטל בחמה ואין להם מקום לטלטלו או שלא רצו להזיזו ממקומו באין שני בני אדם ויושבים מב' צדדיו חם להם מלמטה זה מביא מטתו ויושב עליה וזה מביא מטתו ויושב עליה חם להם מלמעלה זה מביא מחצלת ופורס על גביו וזה מביא מחצלת ופורס על גביו זה זוקף מטתו ונשמט והולך לו וזה זוקף מטתו ונשמט והולך לו נמצאת מחיצה עשויה מאליה
זעה׳מיר אז ביי א ״מת״ מאכט מען טאקע אַן ערמה וואו מ׳נוצט חמימות…

און הלכה נעמט אָן ביי חם אז ת״תא״ה גבר, און דא האט מען עוסק געווען בהר״ת של א׳מונה ת׳ורה.
ווי אויך הא׳מיר דאך צוגעברענגט אז בתוך אות ת׳ איז דא א צורת אות ח׳. און פון ״תם״ ווערט דא ״חם״.


***
מי אני האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 10:25 amווי הרב דר. ברוך פינקעלשטיין וויל מצדד זיין בכלל, איז שיכרות דוקא ביי אלקאָהאָל, וועלכע איז א גאנץ צווייטע סארט שיכרות ווי קאַנאַבּיס בכלל, וחלוק במין.
דא זאגט דר. ראלענד גריפיטס לגבי זיין פארשונג אין פּסילאסייבּין:
And then turning to my skeptical psychiatric colleagues, who immediately said, “Well, your subjects are delirious”, I had to take that head-on. And what we did is give them the Mini-Mental Status Exam, which is actually a gold standard measure of cognition, which is used to assess delirium. And importantly, in this case, it's not affected at all across the same range of psilocybin doses that produce these full-on mystical experiences
ועיין כאן.

ער ברענגט דארט ארויס די כאראקטעריסטיקס פון די עקספּיריענס:
IMG_7529.jpeg
עס איז מן הראוי לציין צו וואס ער זאגט:
The final implication and the one that's most interesting to me is the fact that psilocybin can occasion, in most people studied, mystical type experiences that are virtually identical to those that occur naturally. This suggests that such experiences are biologically normal and it raises the question why are we wired to have these salient sacred experiences of encountering Ultimate Reality and the interconnectedness of all people and all things? Experiences that arguably provide the very basis of our ethical and moral codes, common to all the world's religions. I think there's something about the mystical experience that relates intimately to the very nature of consciousness

Just reflect on the mysterious truth that if you direct your attention inward, you become aware that you're aware; an indisputable and profound inner knowing arises that we can all access individually and perhaps collectively. I think this inner knowingness is at the core of our humanity. We recognize that at some deep level we're all in this together and there's an impulse that arises for mutual caretaking. I further believe that investigation of this inner knowing, through contemplative and other spiritual practices can give rise to a profound worldview shifts of an uplifting kind and an awakening to a sense of freedom, peace, joy and gratitude that most people simply find unimaginable

The exciting exploration of the psilocybin occasioned mystical experience, seems to provide a modeled system for rigorous and prospective investigation of these awakening experiences. Further research will surely reveal underlying biological mechanisms of action and will likely result in an array of therapeutic applications. More importantly, because such experiences are foundationally related to our moral and our ethical understandings, further research may ultimately prove to be crucial to the very survival of our species
די יעוד אז לע״ל (ישעיה יא ט) ומלאה הארץ דעה את ה׳ און יעדער וועט זיין כנביא. ‏(ואגב, איז מן הראוי לציין אז דער אבן עזרא שרייבט דארט אויף דעם פסוק, ״כי ידוע הוא כי יודע השם לא ישחית לעולם רק יבנה ויתקן.״)

עס איז אויך אינטרעסאנט ווי דר. יהושע וואָלי דערמאנט אז שטודיעס האבן געצייגט אז די וועלכע האבן אַן עטעשמענט עוואידענט סארט פּערסאנעליטי, והיינו אז זיי האבן מורא צו קאנעקטן און מאכן א(ן אינטימע) קשר מיט מענטשן/פּאַרטנערס, איז דאס א פּרעדיקטאר אז זיי וועלן האבן א שלעכטע סייקעדעליק עקספּיריענס. משא"כ די וועלכע האבן אַן עטעשמענט ענקזייעטי סארט פּערסאנעליטי, והיינו אז זיי האבן מורא אז די צו וועלכע זיי האבן קאנעקטעד וועלן זיי פארלאזן, איז דאס א פּרעדיקטאר אז זיי וועלן האבן א גוטע סייקעדעליק עקספּיריענס. ואולי קען מען דאס צאמשטעלן לגבי נבואה בענין קשר ודביקות לאלקים און די סטייל פונעם נביא'ס קשר, ולכן אין שני נביאים מתנבאים בסיגנון אחד.

***

לגבי די קאַרדאַשׁעוו סקעיל ומראה יחזקאל של מעשה המרכבה, ברענגט דר. קארל ערליך צו אז עס זענען געווען די וועלכע האבן באטראכט די מראה הנבואה של יחזקאל ווי עיליענס וועלכע האבן באזוכט אונזער וועלט מיט זייער ״מרכבה״ פון ספּעיסשׁיפּס:
Ezekiel 1 was chosen as the haftarah for the first day of Shavuot, as it picks up on the theme of divine revelation, which is what the festival celebrates. This chapter is part of a larger complex consisting of Ezekiel 1:1–3:15 which belongs to the genre of the prophetic call narrative, and it details how God arrives in his chariot to speak with Ezekiel

The text is so peculiar that Erich von Däniken (b. 1935), a Swiss “ufologist,” i.e., someone who looks for evidence of alien visits to earth, used Ezekiel’s vision of the chariot as a parade example of an alien visitation story. (Von Däniken first articulated this theory in his 1968 bestseller Chariots of the Gods?, which was followed by a “documentary” of the same name as well as innumerable spinoffs.) (When I was an undergraduate in the mid 1970s, he was one of the more popular speakers on the college/university lecture circuit.) In fact, this theory proved so convincing to one NASA scientist, Josef Blumrich (1913–2002), that he wrote a whole book on it, including specs outlining how such a spacecraft would have functioned
דורך מי אני
פרייטאג יאנואר 12, 2024 4:32 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 140763

די קאַרדאַשׁעוו סקעיל און דידזשיטעל טעאלאגיע

לגבי די קאַרדאַשׁעוו סקעיל און דאס אז, ווי דר מיכאל שערמער ברענגט ארויס, אונז וואלטן באטראכט א טייפּ 3 ציוויליזאציע און העכער ווי געטער, שרייבט דר. דוד סקיבּינסקי אז טאמער איז די מולטיווערס היפּאטעזיע ריכטיג, אז עס זענען פארהאן אומצאליגע יוניווערסעס (מיט די זעלבע, צי מעגליכע אנדערע, פיזישע געזעצן), דאן איז אזא סארט ענטיטי און גאר העכערע ציוויליזאציע (וועלכע האט מעגליך געמערדזשד אין צו איין קאַנשעסנעס), וואס אונז פארשטייען מיר און קענען נאר משיג זיין אלס "ג-ט" און וואס קען פועל זיין על עולמות, בהכרח אפירגעקומען נאטורליך (וידוע מאמרו של ארטור קלאַרק). ער שרייבט:
The requirements of God in theism are extremely substantial and demanding. For example, the Wikipedia article on the attributes of God in Christianity lists twenty-eight attributes, including omnipotence and omniscience. These attributes and their importance have been the subject of theological and philosophical debate over millennia. Many religions also demand features such as heaven, souls and miracles. In attempting to associate these attributes and features to a naturally emerging God, appeal could again be made to the idea that it is not possible to predict the scientific knowledge of the future. Thus, in the future it might be possible for the descendants of humans to understand scientifically how these attributes and features could be realized by natural processes. For example, perhaps our stream of consciousness with associated memories could be preserved disembodied in a way that we now cannot imagine through current science. Other civilizations elsewhere in our Universe or in other universes may already possess such knowledge. One version of the Kardashev scale involves an extension of the ability to control smaller and smaller entities down to elementary particles, and then to create organized complexity from them (Barrow 1998). Exploitation of this knowledge could perhaps render naturally what are called miracles, through transformation or creation of matter. Some of the attributes seem compatible with a naturally emerging God without the need to appeal to as yet unknown scientific forces
ער שרייבט אז ס'נישט מוכרח אז ס'דא א נפק"מ לגבי דת ורעליגיע, צי "ג-ט" איז למעלה מהטבע לגמרי אדער איז נאטורליך ארויסגעוואקסן על הדרך שזכר; די אי-השגה איז דארט אויך פארהאן (הגם אפשר נישט ממש מעטאפיזיש כמו בהרמב"ם). ווי אויך קען מען זאגן אז ביידע זענען אמת: עס איז דא א "ג-ט" למעלה מן הטבע וואס ער/דאס איז מחוייב המציאות און איז איר גרונט. דערנאך זענען/איז דא די נאטורליכע גאט/געטער על דרך נאטורליך פון די הויכע סקעילס אויפ'ן קאַרדאַשׁעוו סקעיל וכנ"ל. ובזה אפשר לפרש הפסוק (שמות טו יא) מי כמוך באלים ה'. והיינו, אז שם הוי' ב"ה, וועלכע איז מורה על מחוייב המציאות וכדכתב הרמב"ם במו"נ ח"א פס"א, דאס איז למעלה משאר ה"אלים" הטבעיים עפ"י הקאַרדאַשׁעוו סקעיל הנ"ל. (וזהו נמי הרמז בהפסוק בתהלים כט א, הבו לה' בני אלים (וע"ש באבן עזרא דפירש ד"אלים" קאי על הכוכבים ע"ש), וג"כ לקמן במזמור פו ח אין כמוך באלהים ה' (ועיין ברד"ק שם שפירש ד"אלהים" קאי על השמש והירח ע"ש, ועיין במלבי"ם שם).)

דאס קען אפשר ליגן אין דעם וואס די חולקים על הרמב"ם האלטן אז כישוף איז יא אמת (עיין ברמב"ן בדברים חי י ובהגר"א ביו"ד סימן קעט ס"ק יג). והיינו, אז עס זענען טאקע דא אזעלכע עדווענסד טעכנאלאגיע. ואגב, לגבי די געדאנק פון קלאַרק'ס געזעץ אז מ'קען נישט זעהן א חילוק צווישן עדווענסד טעכנאלאגיע און כישוף, דערמאנט דאס אביסל פונעם נועם אלימלך בפ' וארא עה"פ תנו לכם אות או מופת, אז כישוף איז נישט קיין מופת פאר'ן מכשף אליינס, וועלכע ווייסט וואס דאס איז ע"ש. און דאס איז די געדאנק פון דעם אז ס'איז בעצם טעכנאלאגיע, און דער וואס מאכט דאס ווייסט וויאזוי און פארוואס דאס ארבעט.

דאס אלעס גייט אביסל אין איינקלאנג מיט די פּלעניטעריאום היפּאטעזיע, וועלכע קלערט אז אונז זענען א טאקע אין א סארט סימיולעישאן געשאפן דורך א טייפּ 3 ציוויליזאציע, אזוי אז זיי מאניפּיולירן (עכ"פ) דאס וואס אונז זעהן אין די רוימן. דאס איז א מעגליכע תירוץ צום פערמי פּאראדאקס, אז טאמער איז די יוניווערס אזוי אומגעהויער גרויס, איז דאך יתכן אז עס זאלן זיין אנדערע לעבנס אין די רוימן, איז אלזא פארוואס זעהט מען גארנישט אזוי?

ועוד יותר, אז ווי צוגעברענגט דא, קען דאס'ן האלטן אז אונז זענען באמת אין א סימיולעישאן פון א העכערע טעכנאלאגישע ציוויליזאציע, ראטעווען דעם מאמין פונעם פראבלעם פון שלעכטס אז "וויאזוי האט א גוטער אלמעכטיגער ג-ט געקענט באשאפען א וועלט פון אזויפיל צער ועגמת נפש?" ווארום טאמער זענען אונז אין א סימיולעישאן, איז יתכן אז אין די "עכטע" וועלט איז באמת נישטא קיין שום רעות. אלע רעות, ואפילו די פון נאטור, וואס אונז זעה'מיר אין אונזער וועלט וואס איז דאך א סימיולעישאן, איז די שולד פון די פּראגראמירער, וועלכע זענען אויך בעצם ברואים, און עס איז מחמת בחירתם החופשית אינעם דאס פּראָגרעמען אזוי.

און אז ער האט דערמאנט דר. דזשאן בּערוי'ס ווערסיע פונעם קאַרדאַשׁעוו סקעיל, האב איך געקלערט אז מ'קען דערין זאגן א רמז. והיינו, די קאַרדאַשׁעוו סקעיל בעצם ארבעט עפ"י ענערגיע במקום וואו עס ווערט גרעסער: די פּלאנעט, דערנאך די שטערן סיסטעם, דערנאך די גאלאקסי סיסטעם אא"וו. דר. בּערוי שטעלט דאס בעצם אויס צוריקצווועגס און אסאך מער דירעקט מקושר צו מקום, כזה:

טייפּ 1 (מיינוס) - א ציוויליזאציע וועלכע קען מאניפּיולירן וואס מ'קען זעהן בחוש: כלים, געביידעס און צאמשטעלן/אפטיילן סאלידס

טייפּ 2 (מיינוס) - א ציוויליזאציע וועלכע קען מאניפּיולירן דזשיִנס און צעלן; דאס וואס שטעלט צאם לעבן

טייפּ 3 (מיינוס) - א ציוויליזאציע וועלכע קען מאניפּיולירן מאלעקיולס וועלכע זענען צאמגעשטעלט פון אטאמען, און מאכן נייע מינים וכו'

טייפּ 4 (מיינוס) - א ציוויליזאציע וועלכע קען מאניפּיולירן און טוישן אטאמען ממש (און דאדורך שאפן גאר קליינע AI און ראבּאטן)

טייפּ 5 (מיינוס) - א ציוויליזאציע וועלכע קען שוין מאניפּיולירן די נוקלעאוס בתוך די אטאם; די פּראָטאַנס און נוּטראַנס בתוכה

טייפּ 6 (מיינוס) - א ציוויליזאציע וועלכע קען שוין מאניפּיולירן די קוואנטום סאָבּאטאמישע פּארטיקלס פון וועלכע די פּראָטאַנס און נוּטראַנס זענען אליינס צאמגעשטעלט

טייפּ אָמעגאַ (מיינוס) - א ציוויליזאציע וועלכע קען שוין אפילו מאניפּיולירן די עצם יסוד און פיעלדס פון זמן ומקום ממש

עס קומט אויס דערפון אז טאמער באטראכט מען טאקע דעם געדאנק פון א הויכע קאַרדאַשׁעוו סקעיל ציוויליזאציע ווי "ג-ט", איז דאך דאס מקושר בענין "מקומו" של עולם.

*

און אז מ'רעדט פונעם סימיולעישאן ארגומענט און אירע טעאלאגישע השלכות, איז דר. דייען פּראַוּדפוט מסכם דר. עריק סטיינהאַרט׳ס (אויסגעברייטערטע) טעזע בזה:
Steinhart takes the simulation hypothesis (our universe is ‘a software process’) and the iterated simulation hypothesis (‘we are living at the bottom of an infinitely high stack of computer-generated universes’) very seriously. The first hypothesis allows that ‘uploaded people’ may ‘own earthly property’ or ‘be married to earthly people’; the second hypothesis allows that human beings themselves are just increasingly intelligent software and that every human life is the root of ‘an endlessly ramified tree of better lives’ including ‘many infinitely long spans of lives, across many universes’. Gods, in Steinhart’s account, are living computing machines. The most primitive digital god, Alpha, is ‘the first cause of all things’, ‘the ultimate necessary being’, and the ‘root of the Great Tree’ of successively smarter gods. The gods evolve according to the ‘Divine Algorithm’ and each successive god ‘inherits’ a ‘cosmic script’ which it uses to make a better virtual universe
אין קורצן, עס איז א מהלך פון צאמשטעלן דאס געדאנק פון ״ג-ט״ וכל המסתעף ממנה, מיט אפילו א ריינע מאניסטיק מאטעריאליזם/פיזיקעליזם/נאטורעליזם - וואס ער טערמינט "דידזשיטעליזם" (וואו נשמות זענען פּראגרעמס אא"וו).

דר. סטיינהארט שרייבט אין דעם לגבי נאך א דרך אין "ג-ט" לפי"ז:
According to the classical cosmological and design arguments, God is the creator-designer of our universe. One popular atheistic response to those arguments is simply to assert that if God created our universe, then there is some prior deity who created God. The result is an endless regress of ever greater deities. This regress of deities resembles the regress of engineers in the iterated simulation hypothesis. One problem with this regression is that it has no initial premise - no foundational deity whose necessity transmits existence further down the chain to our universe. Another problem is that earlier deities are more divine than later deities; hence the explanatory burden increases without bound in the regression. The regression of ever greater deities has no explanatory power

Digitalists solve the problems with this endless regress by inverting it: each previous deity is less divine than the next deity. Hence the digitized cosmological and design arguments reason back to an initial deity. This initial deity is the least divine deity - it has minimal degrees of goodness, intelligence, and power. Digitalists argue that intelligent computers have a natural tendency to recursive self-improvement. An intelligent computer can re-write its own code to make itself better. And, when it makes itself better, it also makes itself better at making itself better. Digitalists think of deities as universe-generating computers - these deities are really just digital gods. Digital gods are recursively self-improving. Every god can design and create a more divine version of itself. And since self-improvement is morally obligatory, every god wants to design and create a more divine version of itself. Hence every god does design and create a more divine version of itself. Every god makes itself more divine in all possible ways. All increases in divinity, for the sake of continuity, are minimal. A minimal increase in divinity is an improvement

Although the initial digital god has little divinity, it has enough to create all possible improved versions of itself. For every digital god, for every way it can create an improved version of itself, it does create an improved version of itself. Every god is surpassed by a plurality of successor gods. Hence there is an endlessly ramified tree of ever more divine gods. One of these successor gods supports our universe; but our local god is merely finitely perfect and is surpassed by many more divine gods. The tree of digital gods runs into the transfinite. For every endless progression of gods, for every way that progression can produce a limit god that is minimally more divine than every god in that series, that progression does produce a limit god. Every progression of gods is surpassed by a plurality of limit gods. Hence there are infinitely divine digital gods. As Cantor showed, there are higher and higher grades of transfinite complexity. But there is no highest grade of transfinite complexity. There is no biggest number and there is no all-inclusive set. Analogously, there are higher and higher grades of transfinitely divine digital gods. But there is no maximal digital god - there is no God. The tree of digital gods is an atheistic structure. It does not rise towards any sun; it rises only into greater light

Every digital god supports a universe. Universes are to gods as software to hardware. Thus every universe is a software process running on some god. All digital gods are impersonal machines that ground but do not penetrate their universes. The tree of gods supports an endlessly ramified tree of universes. The epic of physics describes the structure of the tree of universes. At the most abstract level, this epic has three rules. The initial rule says there is an initial universe supported by the initial god. The successor rule for universes is supported by the successor rule for gods. More divine gods support better universes. Thus the successor rule says that for every universe, for every way to improve that universe, there is a universe that is improved in that way. The limit rule for universes is supported by the limit rule for gods. More divine limit gods support better limit universes. Thus the limit rule says that for every endless series of ever better universes, for every way to improve that entire series, there exists a limit universe that is better than the series in that way. Techniques from set theory can be used to precisely assign ordinal numbers to the ranks of universes generated by these rules
(עס דערמאנט א משהו פון דר. ליִ סמאָלין'ס געדאנק פון קאסמאלאגישע נאטורליכע סעלעקשׁאָן. ווי אויך איז דאס בכלל א שטערקערע געדאנק אין אפענע טעאיזם. ווי אויך רירט דאס אָן אויף די געדאנק פון התפתחות אלס ״משיח ואחרית הימים״ על הכלל כולו.)

אין קורצן, אַן אינטרעסאנטע סארט פּאליטעאיסטישע אטעאיזם...

ועפי״ז שרייבט דר. פּראַוּדפוט:
Steinhart has distinctive reasons for predicting universal salvation. These include the Argument for Virtuous Engineers, which aims to demonstrate that designers of universes possess ‘superhuman benevolence’ and will build terraria to be ‘heavens rather than hells’. According to Steinhart, building such sophisticated technologies requires ‘long-term stability and rational purposiveness’, and this in turn requires ‘social harmony’, which also requires ‘virtuous individuals virtuously organized’. He concludes that such designers are ‘virtuous persons in a virtuous society’ and as such ‘will design habitats for the flourishing of other persons’. However, this argument could not work in the case of the digital gods, since in Steinhart’s account there is no society of gods: each god is alone and each universe is ‘spatially, temporally, and causally isolated’ from the others. This feature also undermines Steinhart’s claim (if referring to the gods) that the designers of universes might save humans in order to avoid punishment from ‘even higher-level’ designers if they failed to do so
דר. אַיקוט אַלפּערט יִלמאַז ברענגט ארויס אז די סימיולעישאן ארגומענט (אדער די מאָלטיווערס היפּאטעזיע) זענען נישט קיין סתירה מיט טעאיזם, און באדייט נישט אז דאס לעבן איז מיינונגלאז. ער ברענגט ארויס אז די געדאנק פון סימיולעישאנס בתוך סימיולעישאנס, קען זיין ענליך צו וויאזוי מ׳באטראכט די מציאות וואס איז נובע פון ג-ט והאחד הפשוט און איז זיך מתרבה. ועיין לדוגמא בעיקרים (מאמר ב פי״א) - מ׳קען באטראכטן ״ג-ט״ ווי די ״אָנסימיולעיטעד סימיולעיטאר״ און די שורש און גרונט וכעין דברי דר. סטיינהארט. וכמובן אז דאס אלעס דערמאנט פון אפלטון׳ס משל פון די מערה.

און ווי דר. יִלמאַז ענדיגט צו:
Given the fact that we do not possess any knowledge of the purpose and nature of divine creation, it is difficult to dismiss the possibility that our universe is a sim universe. Anyone who says “we can’t know what God’s purposes are in creation” can’t very well object to the idea that God created us by means of creating others who simulated us
וידוע המו״נ בח״ג פי״ג. ער זאגט אז דאס איז ענליך צום פּאַראַדיים שיפט דורך קאָפּערניקוס אז אונז זענען נישט די סענטער פונעם בריאה. ווי מ׳ווייסט כהיום, איז דאס ל״ד א סתירה מיט טעאיזם. וכן הוא הכא.

אגב, דר. דזשעפרי ווייט פרעגט אויפ'ן סימיולעישאן ארגומענט דאס זעלבע/ענליכע קשיא וואס דר. הילערי פּוטנעם האט געפרעגט אויף די טעזע אז דער מענטש קלערט אז ער איז באמת א מח אין א גלאז: איז דען נישט מסתבר אז אויב שטעלט מען מענטשן אריין אין א סימיולעישאן, אז מ'זאל דאס אזוי פּראגראמירן אז זיי זאלן נישט קענען קלערן אז זיי זענען אין א סימיולעישאן? ווי אויך קען מען בכלל נישט רעדן לפי"ז פון "נישט"-סימיולעיטעד ברואים ומציאות, זייענדיג אז אונזער גאנצע השגה איז דאך לפי"ז נאר מוגבל צו אונזער סימיולעיטעד מציאות.
דורך מי אני
פרייטאג אקטאבער 27, 2023 8:44 am
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 140763

די סימיולעישאן ארגומענט און טעאלאגיע

אז מ׳האט דערמאנט די געדאנק פון דר. ראבּערט נאָזיק׳ס תענוג/עקספּיריענס מאשין, די מעיטריקס פילם, און וויאזוי דאס קען זיין אַן ענדציהל פאר׳ן מענטשהייט, איז דא די באקאנטע סימיולעישאן ארגומענט פון דר. ניק בּאסטראם.

דאס זאגט אז די קאמפּלעקסיטי פון די יוּניווערס איז טאקע א געוואלדיגע געוואלדיגע ריזיגע ריזיגע נומער, אין טערמינען פון
אינפארמאציע בּיטס
, אבער עס איז דאך עפעס א פיניט נומער. וא״כ איז יתכן אז אונזער גאנצע יקום איז בעצם א פּראָגרעם און סימיולעישאן אין עפעס א געוואלדיגע סוּפּערקאמפּיוטער וואס לויפט דאס פאר א העכערע ציוויליזאציע אויפ׳ן קאַרדאַשׁעוו סקעיל. ולא זו בלבד, נאר אט די העכערע ציוויליזאציע וכו׳ וואס לויפט די סימיולעישאן וואס איז אונזער יוניווערס און לעבן, ווערט אליינס אויך געלאפן אויף א שטערקערע סוּפּערקאמפּיוטער אלס א סימיולעישאן דורך א נאך העכערע ציוויליזאציע פון זיי. וכן הלאה והלאה (עכ״פ צוריקצווועגס, ואפילו פון אונז און ווייטער ווען אונז קומען אָן צו די טעכנאלאגישע מדריגה דאס צו טוהן ווייטער, ווי די דריטע הנחה נעמט אָן).

ער טענה׳ט אז אדער איז איינע פון די דריי אמת:

1). די מענטשליכע-סארט ציוויליזאציעס וואס קומען צו צום מעגליכקייט צו קענען מאכן אזעלכע סימיולעישאנס (מיט קאַנשׁעסנעס) איז כמעט קיין איינס

2). די מענטשליכע-סארט ציוויליזאציעס וואס קומען צו צום מעגליכקייט צו קענען מאכן אזעלכע סימיולעישאנס (מיט קאַנשׁעסנעס) און זאלן זיין אינטרעסירט דאס צו מאכן איז כמעט קיין איינס

3). די מענטשליכע-סארט ציוויליזאציעס ווי אונזערס וואס לעבן אין אזא סארט סימיולעישאן איז כמעט אלע

ער זאגט אז אויב איז דאס ערשטע אמת באדייט דאס אז מענטשליכע-סארט ציוויליזאציעס גייען עקסטינקט; די גרעיט פילטער איז אינעם עתיד. אבער אויב זענען די ערשטע צווייטע הנחות נישט אמת, דאן איז בע״כ די דריטע הנחה אמת, ווייל דאס באדייט אז וויבאלד מ׳מאכט אזעלכע סארט סימיולעישאנס (פון פריערדיגע דורות וכדומה), זענען די ״מענטשן״ וואס זענען פּראָגרעמס/סימיולעיטעד פי כמה מער ווי די אין אַן ״עכטע/אריגינעלע״ פונדאמענטאלע רעאליטעט. אויב האלט מען נישט אזוי, דאן האלט מען בע״כ פון די ערשטע אדער צווייטע הנחה, און אז אדער אונז אליין וועלן נישט קענען אדער אז אונז וועלן עכ״פ נישט מאכן אין אונזער ווייטן עתיד, די סארט סימיולעישאנס. (און דאס קען זיין די סיבה פארוואס די וועלט און אירע פיזישע געזעצן ארבעטן עפ״י מאטעמאטיקס.)

דר. ראַבּערט לאָרענס קוּהן געבט צום סימיולעישאן היפאטעזיע 5 הנחות:

1). אנדערע אינטעליגענטע ציוויליזאציעס עקזיסטירן

2). זייערע טעכנאלאגיעס און טעכנאלאגישע מעגליכקייטן וואקסן עקספּאָנענשאלי

3).זיי גייען נישט עקסטינקט

4). עס איז נישטא קיין פיזישע אומעגליכקייט צו שאפן די סארט סימיולעישאנס

5). מ׳קען סימיולעיטען קאַנשׁעסנעס

דר. בּאסטראם שרייבט דארט אז עס האט השלכות און ענליכקייטן צו רעליגיעזע דאקטרינעס, ווי למשל אז אם כנים בזה איז שייך א ‏סעקולארע סארט פון עוה״ב ותחיית המתים לאחר המות, וואו די טיפערע פּראגראמירעס, וועלכע זענען כלפי זייער פּראגרעם כל יכול/אַמניפּאָטענט ויודע הכל/אַמנישיענט, שטעלן אריין דעם פּראגרעם/מענטש זייערע וואס האט זיך ריכטיג אויפגעפירט אין א סימיולעיטעד תענוג (מאשין) אדער פּראָגרעמען אים צוריק לעבעדיג. ‏(דא ברענגען זיי אראפ א טעאריע אז לפי די היפאטעזיע, קען די סימיולעישאן זיין אזא בחינה ווי תפיסה וגיהנום פאר עוועטארס פון שלעכטע מענטשן פון די ״עכטע/טיפערע״ וועלט. וכעין מה שהבאתי מקריסטיִן דע פּיִזאַן. וממילא קען דאס לכאורה דינען אלס א תירוץ פאר די פראבלעם פון שלעכטס בכלל און די פראבלעם פון גיהנום בפרט.) דא זאגט ער אז ווען ער האט געזאגט די ארגומענט צו אַן אטעאיסט איז יענער געווארן אַן אגנאסטיק. וויבאלד די סימיוּלעיטארס זענען טאקע אזוי ווי געטער (נישט ממש כמו בטעאיזם, אבער אזא סארט בחינה).

ועפי״ז שרייבט טאקע דר. עריק סטיינהאַרט (אַן אטעאיסט) אז דאס האט שטארקע טעאלאגישע השלכות. ער זאגט אז לייבניץ האט אויסגעשטעלט זיין קאסמאלאגישע ארגומענט ענליך צו אבן סינא׳ס הוכחה. והיינו, אז אפילו טאמער זאגט מען אז עס איז יא שייך אַן אינפיניט פועל ונפעל, ווי איין סיבה איז פון איר פריערדיגע מסובב בב״ת און אָן דארפן צוקומען צו א סיבה ראשונה, איז דארף מען אבער געבן צו די גאנצע סעט פונעם אינפיניט טשעין א סיבה. און דאס איז וואס ער טערמינט ״ג-ט״.

זאגט דערויף דר. סטיינהאַרט אז ביי די סימיולעישאן היפאטעזיע איז ענליך: אויב נעמט מען אָן אז אונז זענען בתוך א סימיולעישאן, איז נישטא קיין סיבה צו זאגן אז די דרויסענדיגע פּראגראמירערס אליינס זענען אליינס נישט אין א נאך העכערע סימיולעישאן. מאי שנא? זיי זענען אליינס אויך אין א נאך העכערע סימיולעישאן. און מ׳נעמט די ארגומענט ווייטער און ווייטער פאר נאך העכער און נאך העכער בב״ת. אבער וואס ״לויפט״ די גאנצע אינפיניט סעט פון סימיולעישאנס? דערויף מוז מען פאזיטירן אַן אנדערע סארט סוּפּערקאמפּיוטער וואס איז אלינס אינפיניט. אין אנדערע ווערטער, די גאנצע סעט פון סוּפּערקאמפּיוטערס טוהט קאנווערדזשן צו אַן אינפיניט סוּפּערקאמפּיוטער; אינפיניט סיי אין מעמארי און סיי אין שנעלקייט. און עס קומט אויס אז די טערמין ״ג-ט״ באדייט אט די (מאטעמאטישע) אינפיניט סעלף-פּראגרעמינג סוּפּערקאמפּיוטער; די מערסטע פּערפעקטע סוּפּערקאמפּיוטער. אין אנדערע ווערטער, פונקט אזוי ווי יעדעס סימיולעיטעד יוּניווערס איז די ״סאָפטוועיר״ צום ״האַרדוועיר״ פונעם העכערן סוּפּערקאמפּיוטער וואס סימיולעיט איר, איז ״ג-ט״ די ״האַרדוועיר״ פאר די גאנצע אינפיניט סעט פון פיניט סוּפּערקאמפּיוטערס וואס איז לגביו כ״סאָפטוועיר״. און ווי ער שרייבט:
Every finite computer in the series is both software and hardware. However, God is outside of this series. God is not software to any deeper hardware. God is pure hardware (which, for the simulationist, is perhaps analogous to saying that God is pure being). And since the physicality of every universe (and every computer in it) is derived from the fact that it is being simulated (that it is being produced by an algorithm), it seems reasonable to associate physicality with software. As a software process, every deeper more fundamental universe (and every computer in it) is more richly physical. However, since God is pure hardware, God is not physical. The reality of God is somehow deeper than any physicality. Thus, in accordance with classical theories of the divine nature, God would be a pure mind, a pure unity, whose self-directed thought processes generate all physical complexity.

If this picture is right, then God is something like the ground of being (Tillich, 1951). God supports an infinite hierarchy of simulators. Each simulator in this hierarchy produces the next shallower simulator. This picture of divine productivity does not have much in common with the picture of divine creativity painted by traditional theism. The Simulation Argument does not depict God as the traditional Judeo-Christian creator. On the contrary, this picture of divine productivity is quite similar to the picture painted by various versions of Neoplatonism. Generally speaking, Neoplatonism says that, God (the One) is the source of all reality. Reality is stratified into a hierarchy of levels of perfection (degrees of being). God emanates the entire series of degrees and each degree emanates the next degree in the series. The Simulation Argument supports this general Neoplatonic picture
ער ברענגט דר. בּאסטראם׳ס געדאנק הנ״ל פון ״עוה״ב״ בזה נאך שטערקער, אין דעם אז זיי פּראגראמירן דעם גוטן מענטש נאך מער צו אנערקענען זייער אייגענע רעאליטעט, די טיפערע רעאליטעט, פון די פּראגראמירערס ממש. און דאס קען אויך גיין ווייטער און ווייטער, ווי די העכערע ציוויליזאציעס פּראגראמירן אים אריין אין צו זייערס אויב פירט ער זיך דארט עטיש וכו׳, ווי דאדורך קומט ער דאך אלס נענטער צום אינפיניט קאנווערדזשענס וואס דאס איז דאך ״ג-ט״ כנ״ל.

עס איז מן הראוי צוצוצייכענען אז דר. דזשעף גראָפּ טענה׳ט אז די סימיולעישאן ארגומענט באגייט א רעאיפיקעישאן פאָלאָסי: עס מאכט די אבּסטראקט מושגים פון היפּאטעטישע העכערע ציוויליזאציעס אינדרויסן פונעם סימיולעישאן, ווי עכטע ענטיטיס ווי אויף/אין אונזער מין. אויב אונזער רעאליטעט איז, זייענדיג סימיולעיטעד, נאמאלאגיש/מיינד-דעפּענדענט לגמרי, ווי קען מען דערפון ברענגען מסקנות צו עפעס (מער) ״עכט״, וואס אונז רעכענען אזוי ווי אונז במין נאר חלוק במדריגה, צו אינדרויסן דערפון? (ער זאגט אז די באקאנטע ספק פון דעקארט צי ער בכלל עקזיסטירט און אפשר איז עס גאר א שד וכדומה וואס מאכט זיך אים דאס אלעס דאכטן וכו׳, וואס איז ענליך צו די סימיולעישאן היפאטעזיע, ליידט אויך פון דעם שטרויכלונג.) וכמובן איז דאך דאס די ערשטע פראבלעם מיט הגשמת המושג של ״א-ל״; וידוע וואס עקזענאפעניס האט געזאגט אז ווען פערדן קענען ווען מאָלן וכו׳, וואלטן זיי געמאָלן און זיך פארגעשטעלט (די אבסטראקט מושג פון) גאט ווי א פערד מיט די מעלות דערפון. דאס גייט אין איינקלאנג מיט אט די לאגישע טעות און שטרויכלונג.

די פיזיקער דר. דזשעימס געיטס און דר. זאָרע דאַוואדי זאגן אז בעצם איז שייך צו אויפווייזן אז אונז זענען אין א סימיולעישאן. ווייל זייענדיג אז אויב איז עס א סימיולעישאן און לויפט אויף א קאמפּיוטער, וועט עס זיך מוזן פארלאזן אויף פיניט קאמפּיוטעשאן בּיטס וכנ״ל, איז די סימיולעיטעד וועלט מיוסד אויף א פיניט סעט פון פונקטן בתוך א פיניט מקום. אויב ווייזט מען אויף אז אונזער וועלט איז יא גענצליך קאנטיניואס און נישט מיוסד אויף דיסקריט פונקטן, דאן איז דאס דאך נישט סימיולעיטעד. אבער ווי דר. דוד טשאמערס ברענגט דארט ארויס, איז אויפווייזן אז אונז זענען אין אַן ״עכטע״ וועלט פי כמה שווערער ווי דעם, ווייל די הוכחה אז אונז זענען אין אַן ״עכטע״ וועלט קען אליינס זיין א פּראגראמירטער פארבלענדעניש. ‏ועיין כאן במה שהבאתי בזה מהפיזיקער דר. דוד טאַנג.

דער פיזיקער דר. מאַרסעלאָ גלייסער שרייבט אז מ׳האט נישט צו ליגן אין די חקירה, וויבאלד דאס נעמט דאך אָן אז קיינער (חוץ ״ג-ט״ כנ״ל) האט נישט קיין בחירה (ואפילו די העכערע פּראגראמירערס, וועלכע זענען דאך אליינס אויך פּראגראמירט כנ״ל), און דאס נעמט אוועק די אחריות פון מענטשן צו ארבעטן אויף מאכן בעסער. דאס איז ענליך צו דר. שאול סמילנסקי׳ס טענה פארוואס מ׳דארף אָנהאלטן בחירה חופשית אלס אַן אמונה הכרחית.

ראה זה מצאתי אמרה קהלת אחת לאחת למצא חשבון וגו׳ אשר עשה האלקים את האדם ישר והמה בקשו חשבנות רבים (קהלת ז כז-כט). והיינו, אז ״ג-ט״ איז דער סוּפּערקאמפּיוטער, ״המחשב״, אינדרויסן פונעם אינפיניט טשעין פון סוּפּערקאמפּיוטערס ו״מחשבים״ וואס זענען גורם דעם טשעין פון סימיולעישאנס אחת בתוך אחת.
דורך מי אני
זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 1:05 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 140763

א מעגליכע ענד-ציל פאר'ן מענטשהייט

אינעם גאנצן שמועס פון תענוג והקב"ה שהוא מקור התענוגים, איז בשעת'ן האבן גענומען 25 מ"ג קאַנאָבּיס האב איך אריינגעקלערט לפי דאס וואס איך האב געשריבן פריער און דא איבער נאָזיק'ס עקספּיריענס/תענוג מאשין. והיינו, אז עס איז יתכן לומר, ובפרט לפי יוּטיליטעריעניזם וואס נעמט אָן אז די העכסטע מטרה איז צו העכערן דאס מענטשהייט'ס תענוג און פארמינערן זייער צער, אז די ענדגילטיגע ציל צו וואו דאס מענטשהייט וויל (צי גאר דארף) גרייכן, איז אָנצוקומען צו דעם אז מ'זאל יעדן אריינלייגן אין אזא סארט תענוג מאשין, וואו ער/זי שפירט ריין תענוג ותענוגים כל ימיו/ימיה - כאילו זיי זענען אויף א סייקעדעליק טריפּ כל ימיהם אָן די נעגאטיווע קאנסעקווענסען דערפון. ובסוף ימיו (וואס ער לעבט לאנג וויבאלד מ'האט דאך ארויס ביאלאגיע פונקטליך, וכדלקמן) מאכט עס אים אוועקגיין פון די וועלט מתוך א סארט מיתת נשיקה; ועיין באיגרת תחיית המתים אז חיי נצחיים פאר'ן מענטש וואס איז קרוץ מגוף החומר איז לאגיש מן הנמנע, און דאס איז די סיבה אז דער רמב"ם שרייבט דארט אז:
שאלו האנשים אשר ישובו נפשותם לגופות ההם יאכלו וישתו וישגלו ויולידו וימותו אחרי חיים ארוכים מאד כחיים הנמצאים בימות המשיח, ואמנם החיים שאין מות אחריהם הוא חיי העה"ב אחר שאין גוף בהם
עכ"פ, צו דעם יעוד פעהלט אויס (לכה"פ) אז דאס מענטשהייט זאל קלאר ולגמרי ארויסהאבן, עכ"פ צו גאר א הויכן מדריגה:
  • ניוראלאגיע, פסיכאלאגיע, דאס מח און קאַנשעסנעס פונעם מענטש - כדי צו וויסן פונקטליך וויאזוי צו מאניפּיולירן די בּרעינוועיווס אין מח און אים ברענגן צו די סארט טיפע סטעיטס אין קאנשעסנעס ותענוג וכו'.

    ביאלאגיע - וויאזוי צו דערהאלטן דאס גוף בחיות ובבריאות לגמרי פונקטליך און איינגענעם וואס איז דאס מערסטע שייך.

    כעמיסטרי - ווי אזוי צו שאפן און האבן באשטיינדלען אין דאס פונקטליכע מאס, און די פונקטליכע עפעקטס דאס האט אויפ'ן מענטש און זיין מח אא"וו.

    קאמפּיוטער סייענס, הנדסה/ענדזשינירינג, און ראבּאטיקס - אז די קאמפּיוטערס און די מאשינען זאל כסדר קענען פונקטליך מאכן די נאכאנאנדע קאלקולאציעס וואס די סאביעקט אינעם מאשין דארף בכל פרטיה ודיקדוקיה לגמרי, און קענען פירן דאס ווירטשאפט אינדרויסן פונעם מאשין פון מעינטענענס אד"ג.

    ועל כולם, אָנצוקומען (כאטש) צו א טייפּ-2 ציוויליזאציע אויפ'ן קאַרדאַשׁעוו סקעיל. והיינו, וואו דאס מענטשהייט קען האַרנעסען די גאנצע ענערגיע פון אונזער זון, אויף צו פּאַוּערן אט דאס אלעס וכו'.
אויב קומט מען צו דערצו אין אפאר טויזענט יאר (פּראַוויידעד אז דאס מענטשהייט גייט נישט עקסטינקט פאר דעם), שטעלט זיך אבער אפאר שאלות:

1). ווי צוגעברענגט דא, דארף אבער לכאורה בתוך זה זיין אַן אפציע אז דער מענטש קען דאס ברענגען צו אַן אויפהער אויב וויל ער מאיזה סיבה, און באגיין זעלבסטמארד בלא צער. אבער דאן גייט דאס בהכרח האבן א מעגליכקייט פאר מעלפאָנקשענס. ועכ"כ אז עס איז שייך אז עס זאל אים אויפוועקן פונעם תענוג, דערהאלטן ביים חיות כל ימיו, און אים נישט ארויסלאזן פונעם מאשין. און נישט קיין חילוק וויפיל רעדאָנדענסיס און סעיפגאַרדס מ'לייגט אריין, איז נאך אלס דא עפעס א פּראַבּעבּיליטי אז דאס וועט פאסירן צו א מענטש, ווענדענדיג זיך אין וויפיל מענטשן זענען דא אין יענע צייט אין די מאשינען (פארשפרייט דורכאויס ספּעיס אינעם סאָלער סיסטעם וכו'?). איז די עטישע שאלה צי עס איז ווערט און לוינט זיך די גאנצע יעוד פון תענוג התענוגים וואס על מזבח זה קען דאס פאסירן צו א מענטש?

2). את"ל אז עס לוינט זיך יא אלס דעם אבנארמאלן גודל התענוג על הכלל, איז צי עס האט זיך געלוינט די גאנצע תלאה פונעם יקום ביז אהין ביז ווען די מענטשהייט האט דאס געגרייכט? ווי אויך, טאמער דעמאלטס איז עס עטיש אויסגעהאלטן לכו"ע אראפצוברענגען ווי מער קינדער אויף די וועלט (ע"י די ראבּאטיקס וכו', וואס וויבאלד מ'האט דאך א קלארע השגה אין ביאלאגיע און מייקראביאלאגיע קען מען דזשיִן-עדיטן אז עס זאל זיין בתכלית השלימות, וואס ער וועט ממילא זיין, רוב רוב זיכער, בתענוג כל ימיו. דאס באדייט אויך אז מ'איז שוין ביי, ווי דר. דזשאן בּערוׂי טערמינט דאס, א ציוויליזאציע סקעיל פון טייפּ-2-מיינוס)?

3). את"ל אז יא, איז צי די וואס האבן נישט צוגעגעבן צו אט די פּראגרעס, צי עס האט זיך געלוינט זייער באשאף (חוץ אלס'ן אפשר אראפברענגען א קינד וואס וועט קענען)?

מיין ווייב האט מיר אבער געזאגט, ענליך צו הרב דר. מיכאל אברהם'ס טענה, אז דאס קומט פאר וואו מ'וויל אוועקגעבן פון זיך די אחריות וזעלבסטשטענדיגקייט ווייל מ'קען נישט דיעלן מיט די וועלט ווי עס איז. מיין אנטווארט איז אבער געווען אז דאס צוקומען צו דעם יעוד איז דאך אליינס זעלבסטשטענדיג עררייכט געווארן דורכ'ן מענטשהייט - ענליך צו וואו א מענטש אליין געבט זיך זעלבסטשטענדיג אַן עצה אויף צו בויען א הויז וואס איז אים די מערסטע באקוועם מזרם ומטר וכו'. ועכ"כ, אז הגם די גאנצע געדאנק איז בעצם סעקולאר, קען מען אבער פארט דאס באטראכטן אז אט דאס איז טאקע די "רצון" ה' צו וואס די מענטשהייט זאל צוקומען ליעודו (עכ"פ בעוה"ז). דורך זיין אייגענע פארשטאנד ושכל איז ער צוביסלעך צוגעקומען צו אט דעם.

דר. פרענק טיפּלער זאגט אפשר אביסל ענליך צו דעם געדאנק אין זיין אפטיישט, עפ"י פיזיקס, בתחיית המתים ואחרית הימים. (דאס אלעס נעמט אויך אָן אז דאס איז טאמער קען מען נישט טוהן מער ווי דעם, ווי למשל אָפּלוידן קאַנשעסנעס.)