'פנים אל פנים' איז דוכט זיך געווען געווענדעט אקעגן שאולזאהנ'ס 'פנים חדשות' צייטונג, ריכטיג? סאטמארע בחורים האבן דאס ארויסגעגעבן כדי צו אפענטפערן און חוזק מאכן פון שאולזאהן און שטייצעך פון די שונאים ווי בני יואל וכדו'.
ס'איז געווען א צייטונג פנים אל פנים וואס איז געווען געווידמעט אקעגן בני יואל און אקעגן פנים חדשות וואס האט דאן געשריבן אקעגן סאטמאר ברך משה לשביעת רצונם פון בני יואל וואס האבן געפיטערט שאולזאהן מיט סחורה.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
די איראניע פון די מזרח'יסטישע צייטונג אין א זייט, "פנים אל פנים" איז געווען די סאטמאר'ער ענטפער צו שאולזאהן'ס "פנים חדשות." געדריקט אין "דער איד" אפיס, איז די צייטונג ערשינען אין די ווינטער חדשים צווישן חנוכה און פורים תשנ"ד. ערשטע עקזעמפלאר איז ערשינען אים חנוכה דערקלערענדיג "פרסומא ניסא" ווייל קהל יט"ל האט אפגעהאלטן א זיג אין געריכט איבער די בית יואל דירה אויף בעדפארד קעגן ר' נחמן בראך. דורכאוס שובבי"ם איז די צייטונג פארקויפט געווארן אין געשעפטן פון "אנשי שלומינו", אריינגערעכנט געשעפטן אין ק"י וועלכע וועלן בשום אין פנים נישט פארקויפן דער שטערן אדער מאמענט.
אויף פורים איז ארויסגעקומען די לעצטע צייטונג אין א ניו יארק טיימס פארמאט, געריפן "הסתרת פנים".
איך בין געווען א קינד געדענק גוט דעם פנים אל פנים, נאכדעם האבן זיי געטוישט דעם נאמען צו פני הכלב. מיט הכלב איבערגעטייטש צו זיין ראשי תיבות 'האגער 'קאשוי 'לייטנער 'ברייער (מארגנשטערן). אינטערן אלטן משכיליש לאזונג: די הינט בילן און דער באן פארט ווייטער.
געווען נישט קיין סוד עס איז געדרוקט געווארן אין איד אפיס. א חידוש ראובן ווייסט נישט דערפון. געווען זייער שמוציק איר'ט נישט טרעפן אזאנס אפילו היינט אינעם אינטערנעט עפאכע. איך געדענק נאר אזאנע העדליינס ווי אלטע פייגע האט געמאכט קולות אז די טיכל איז איר אראפגעפאלן וכדומה. זייער מיאוס באשריבן ר' מאטעלע וויזשניץ, קאשויער רב און ר' אברהם לייטנער.
נהורא נפישא האט געשריבן:ס'איז געווען א צייטונג פנים אל פנים וואס איז געווען געווידמעט אקעגן בני יואל און אקעגן פנים חדשות וואס האט דאן געשריבן אקעגן סאטמאר ברך משה לשביעת רצונם פון בני יואל וואס האבן געפיטערט שאולזאהן מיט סחורה.
ס'איז מסתמא דא קאפיעס פון איינצלנע זייטן אינעם צייטונג, אינעם קונטרס "מעלבונה של תורה" אדער אנדערע אזאלכע.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
שמעקעדיג האט געשריבן:'פנים אל פנים' איז דוכט זיך געווען געווענדעט אקעגן שאולזאהנ'ס 'פנים חדשות' צייטונג, ריכטיג? סאטמארע בחורים האבן דאס ארויסגעגעבן כדי צו אפענטפערן און חוזק מאכן פון שאולזאהן און שטייצעך פון די שונאים ווי בני יואל וכדו'.
איך האב זייער שטארק הנאה געהאט דאס צו ליינען. נאר ס'איז ליידער פריצייטיג פארשניטן געווארן. איין מימרא אדער מאמר וועלכע גייט מיר נישט ארויס פון קאפ האביך געליינט אין..פנים אל פנים"...זיי האבן געברענגט א קארטון פון א ריזיגן אפארטמענט בילדינג אין לאנדאן מיט אויסגעשאסענע פענצטערס. און נו. איך גיב טאקע א שמייכל. כ'האב מורא אז דו וועסט אויכעט שמייכלען...!!...!איין שכנ'טע זאגט פאר די צווייטע..."בעריש (ב.) האט שוין ווידער געגעסן טשאלנט
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זאג נאר,דו בעלעגלה דארט, ווען איז דיין ברמצוה? ווי גייטו קויפען א הוט? דו לאכסט אויף די סארט וויצען נאך אין דיין יארען?
ליטפאק: וואס האסטו דיך אזוי צוהיצט...? על מה חרה אפו וחמתו בערה בו. דו האלטסט זיך פאר אן עקספערט אין הלכה. מילא דו ביסט א יושב אוהל, כ'האב מורא אז נישט.... דו זיצט אפ אויפ'ן אינטערנעט יומם ולילה. קיין שום פראדוקטיווע, זאכליכע הודעה האביך נאכנישט געזעהן פון דיר. קיין טראפ אינפארמאציע אדער נוצליכע ידיעות זענען נאכנישט ארויסגעקומען פון דיין פענע. נאר מעלה גרה און נאכאמאל מעלה גרה ככ-- שב על קיאו. מיט לויטער קרומע סברות און קאפ-דרייענישן. דו ביסט זיך מפלפל (מילא ווען דאס וואלט געווען אמת, החרשתי.) נאר דו מאכסט אוועק אלץ און אלעמען. במחילת כבודך, רעדסטו און שרייבסט זייער א צובראכענעם און צוקאליטשעטן אידיש.
אנטשולדיגט: ס'איז נאך געבליבן א סאך תוכחת מוסר און גיפט אין מיין קיבאורד. נאר איך מוז לויפן צום באס. פיהרן די אידישע קינדערלעך אהיים פון ישיבה... המשך יבוא, אי"ה.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זאג נאר,דו בעלעגלה דארט, ווען איז דיין ברמצוה? ווי גייטו קויפען א הוט? דו לאכסט אויף די סארט וויצען נאך אין דיין יארען?
ליטפאק: וואס האסטו דיך זיך אזוי צוהיצט...? על מה חרה אפו וחמתו בערה בו.? דו האלטסט זיך פאר אן עקספערט אין הלכה., מילא דו ביסט ביסט דו א יושב אוהל, כ'האב מורא אז נישט.... ס'איז אפגעהאקט אינדערמיט, וואס איז דאס? א שאלה? אן אויסדרוק? דו זיצט זיך אפ אויפ'ן אינטערנעט יומם ולילה. קיין שום פראדוקטיווע, זאכליכע הודעה האביך האב איך נאכנישט געזעהן פון דיר. קיין טראפ אינפארמאציע אדער נוצליכע ידיעות זענען נאכנישט ארויסגעקומען פון דיין פענע. נאר מעלה גרה און נאכאמאל מעלה גרה ככ-- שב על קיאו פעלט א ווארט אז מ'זאל דאס קענען לינען געהעריג. מיט לויטער קרומע סברות און קאפ-דרייענישן וואס איז מיט לויטער..., פעלט א ווארט. דו ביסט זיך מפלפל (מילא ווען דאס וואלט געווען אמת, החרשתי.) נאר דו מאכסט אוועק אלץ און אלעמען דאס ליינט זיך בכלל נישט, ביסט מפלפל נאר מאכסטו אוועק?!. במחילת כבודך, רעדסטו און שרייבסט זייער א צובראכענעם און צוקאליטשעטן דער ווארט קען איך נישט, וואס דארף עס צו מיינען?אידיש.
אנטשולדיגט: ס'איז נאך געבליבן א סאך תוכחת מוסר און גיפט אין מיין קיבאורד., נאר איך מוז לויפן צום באס.,[color=#FF4040][/color] פיהרן די אידישע קינדערלעך אהיים פון ישיבה... המשך יבוא, אי"ה.