ווי לאנג איז א ליינער געשפאנט ?

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1382 מאל

ווי לאנג איז א ליינער געשפאנט ?

שליחה דורך לייביששרייבער »

איך שטיי און טראכט פאר איך שרייב דעם נעקסטן אשכול וואס זענען לענגערע ארטיקלען מיט אריבער צוועלעף טויזענט ווערטער פער פאוסט. האב איך מחליט געווען צו מאכן אביסעל ריסערטש און זעהן ווי לאנג עס איז דער עווערעדזש אטענטשאן ספען איך קען עקספעקטן א ליינער זאל זיין געשפאנט אין וואס ער ליינט.

פארשטייט זיך אליינס, טאמער דער שרייבער איז א שלעכטער שרייבער און דריקט זיך אויס שווער מיטן פעדער איז די אטענטשען ספען נישט מער ווי אפאר סקונדען. אבער לאמיר רעדן פון א גוטער שרייבער און א ציענדער נושא. ווי לאנג איז באמת דעם ליינערס קאפ און פאוקוס באמת אינעם ארטיקעל?

ליינט און שטוינט, איך וועל עס מאכן קורץ פאר צוויי סיבות.

1. איך בין גאר א קנאפער שרייבער און איך וועל פארלירן דעם ליינער ביי די ערשטע צוויי דריי ווערטער

2. ווייל איך ווייס אז איך קען אייך נישט האלטן דעם ליינער געשפאנט מער ווי א קורצע וויילע.

(איך האב אייך צו-געזאגט אז די קומענדיגע ארטיקלען וועלן זיין מער במתינות און אדורך געזופט מיט עטוואס ווייניגער טעותים . ווי אזוי האט מיר איינער געשריבען אין אן אישי נישט צו לאנג צוריק, אז אזוי ווי ער האט נישט צופיל צייט וועט ער נישט האבן קיין ברירה נאר מוזן שרייבען א לענגערע בריוו. "די חכמה פון שרייבען איז נישט לאנג נאר פונקט דאס פארקערטע ווי קורצער אלץ בעסער")

גוטע און ווערדפולע סובסטענס, וועט זיין לכל הפחות 500 ווערטער נישט מער ווי 2000 טויזענט ווערטער וואס די לענג פון א יעדעס איינציגער ווארט זאל נישט זיין מער ווי 5 אותיות. אויב איז דער ארטיקעל מער פון דעם וועט דער עווערדזש ליינער פארלירן זיין געדולד צו ליינען.

דער סכום נארמאלערהייט קען צו שטעלן אן ארטיקעל וואס איז כדי צו ליינען, און קען האבן אין זיך גענוג אינטערסאנטע חומר דער ליינער זאל זיך דערמיט קענען פארסמאקעווען. מער פון דעם איז די שטריק פונעם פאוסט שוין עטוואס איבערעצויגען.

נאך אן אינטערסאנטער פאקט אין שרייבעריי, ווען א שרייבער שרייבט א פאוסט פון 500 ווערטער וועט דער פאוסט זיין אן עווערעדזש פון 2,500 קאראקטארן, מאידך גיסא אויב וועט דער שרייבער שרייבען 2000 ווערטער אין זיין פאוסט וועט דער ארטיקעל ערהאלטן אין זיך בערך 10,000 קאראקטארן.

נאך אן אינטערסאנטער פאקט ווערט באטאנט ביי די ריסערטשער'ס. די סכום פון ליינען פער טאג וועט זיין געוואנדען אינעם יארגאנג פונעם ליינער. למשל א אינגער ליינער פון 15-19 יאר אלט וועט ליינען קארגע 8 מינוט א טאג. 20-24 וועט ליינען נישט מער ווי 6 מינוט א טאג. 25-34 א פאר סקונדעס מער ווי 7 מינוט א טאג 35-44 וועט ליינען עטוואס מער פון 9 א האלב מינוט א טאג.

שטימפט ?

און איינער וואס איז שוין יא א ליינער, גלייכט צו ליינען וועט זיך זיין פאוקוס נישט האלטן מער ווי 45 מינוט און איין ליינען סעסיע. נאך 45 מינוט וועט דער ליינער אנהייבען פארלירן זיין פאוקוס, און שוין נישט אויף כאפן קלאר וואס ער ליינט. און וואס דער ליינער וועט ליינען נאך 45 מינוט ליינען גייט שוין נישט אריין אין זיין קאפ.

ע"כ איז ראטזאם אז נאך יעדע שעה ליינען זאל מען נעמען א שטיקעל הפסקה, אראנדזשירען וואס ער האט געליינט און דאן גיין ווייטער. און נאר אזוי וועט ער געדענקען וואס ער האט געליינט בכל פרטיה ודקדקיה.

איך האלט שוין נאך 520 ווערטער.

אדרבה זאל דער עולם דא אריין קומען קלאר אויב די שטודיעס זענען טאקע ריכטיג צו זיי זענען אנדרעש ווי די שטודיע אראפ געברענגט.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
רעאגיר