וויכטיגע אנווייזונגען פאר א נייעם מעמבער

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 488
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1624 מאל

וויכטיגע אנווייזונגען פאר א נייעם מעמבער

שליחה דורך מנהל »

שלום עליכם צו קאווע שטיבל – די ערליכע פארומס פאר'ן פרייהייט פון ווארט על דרך התורה.

מאך זיך באקוועם און גיס זיך אן א גלעזל קאווע.

קאווע שטיבל איז א קאמיוניטי פון היימישע אידן וואס גלייבן אין די וויכטיגקייט פון א פלאטפארמע פאר פרייהייט פון ווארט על דרך התורה, און אין די וויכטיגקייט פון זיין א חלק פון אזא קאמיוניטי.

דערפאר, איז קאווע שטיבל א "שרייבער-באזירטע פארום" - דאס מיינט די שמועסן זענען אפן נאר פאר די וואס זענען אינטערעסירט צו זיין אקטיוו און אנטיילנעמען אין די שמועסן, און אליין אריינווארפן א ווארט אמווייניגסטענס אמאל אמאל.

די ארטיקלען פון קאווע שטיבל וואס ערשיינען אין די ערשטע הודעות פון אשכולות זענען אפן צו יעדן, און פאר דעם דארף מען זיך נישט איינשרייבן. אויב האסטו זיך איינגעשריבן, איז דאס ווייל דו ווילסט ליינען די קאמענטס און די ווייטערדיגע שמועסן - און אויף דעם ערווארטן מיר אז דו זאלסט נישט סתם זיין א "קוקער", נאר אויך אנטייל נעמען אין די שמועסן, און געבן א גוטן געפיל פאר די שרייבערס אז מ'ליינט וואס זיי שרייבן און מ'האט הנאה. א ניק וואס וועט ביז א שטיק צייט נישט אנפאנגען אנטייל נעמען אין די שמועסן, וועט ווערן אויסגעשפארט.

קאווע שטיבל'ס ציל איז צו זיין בס"ד אן אפענע פלאץ פאר יעדע לעגיטימע שמועס אין די גרעניצן פון די תורה. מיר זענען נישט דא צו שטופן קיין שום אגענדעס, און יעדער האט דא די פלאץ זיך צו לאזן הערן מיט יעדע דעה וואס ווערט געהאלטן דורך אידן שומרי תורה ומצוות.

כפירה און ניבול פה זענען שטרענג פארבאטן, און דער וואס וועט עובר זיין וועט תיכף פארשפארט ווערן.

אויב האסטו נאך נישט געליינט אונזערע תקנות, איז יעצט די צייט דאס צו טוהן. אויב האסטו נישט יעצט די צייט צו ליינען אלע נקודות, איז די וויכטיגסטע זאפארט צו ליינען פון אות מ"א ביז אות מ"ט.

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=5


א נייער מעמבער פארמאגט דעם טיטל "א גאסט אין שטיבל", און האט א ספעציעלע בלויע קאליר ביז נאכ'ן שרייבן 25 הודעות.

א בלויע מעמבער קען נישט עפענען קיין אשכולות, און קען נישט שיקן קיין פריוואטע מעסעדזשעס.

בלויע מעמבערס זענען אויף פראבע, און וועלן אויסגעשפארט ווערן פאר די מינדעסטע פארלעצונג.

די ערווארטונג איז אז א מעמבער זאל נישט בלייבן בלוי אויף א לאנגע צייט. כדי ארויסצוגיין פון די "נייע מעמבער" דעזיגנאציע דארף מען שרייבן זאכליכע תגובות. א מעמבער וואס וועט געזען ווערן פירקלען נאכאנאנדע נארישע און גארנישט-מיינענדע תגובות כדי ארויפצורוקן זיין סכום תגובות וועט זיין קאנסעקווענצן.

אזוי אויך דארף א מעמבער נזהר זיין צו האלטן די ניווא פון יעדן פארום. אין אן אשכול וואס געפונט זיך אין די "תורה ומחשבה" פארומס קען מען זיך נישט נאריש מאכן מיט געשמאקע וויצן וכדומה. מ'דארף שרייבן ערענסט און ערוואקסן כראוי וכיאה פאר די נושאים וואס ווערן דורכגעשמועסט.

געדענק, ביסט א גאסט, און פיר זיך אויף ווי א גאסט ווילאנג דו מאכסט זיך באקוועם. רעספעקטיר דעם פלאץ, די שרייבערס, און שרייב איידל און צו די זאך. שרייב נישט שארף, און ווילאנג ביסט נישט קיין תושב זאג נישט קיין דעות איבער פאליסיס פון קאווע שטיבל און מנהגי המקום.

מיר זענען נישט דא דיר ענג צו מאכן דעם לעבן, נאר פארקערט, דיר צו געבן א זאכליכע פלאטפארמע צו קענען זיך לאזן הערן און זאגן א מיינונג. כדי דאס צו דערגרייכן מוזן מיר האבן דיין פולסטע קאאפעראציע צו האלטן דעם פלאץ ערליך, ריין, און אויף א הויכן קאליבער.

מיר קוקן ארויס צו הערן פון דיר! הצלחה רבה.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
רעאגיר