שאק און געלעכטער נאך ליצנות פאראדיע פאלט אריין אין "ילקוט יוסף"

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
סעמיט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 56
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 8:24 am
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

שאק און געלעכטער נאך ליצנות פאראדיע פאלט אריין אין "ילקוט יוסף"

שליחה דורך סעמיט »

שוין איבער 30 בענדער זענען ערשינען פונעם ספר "ילקוט יוסף", פסקים פון הגאון ראשון לציון רבי יצחק יוסף שליט"א, זוהן פון הגר"ע יוסף זצ"ל. גרויס שאק און געלעכטער האט ארומגענומען דעם עולם התורה ווען עס איז די וואך באקאנט געווארן אז אין די נייע מהדורא פון ילקוט יוסף הל' ציצית איז אריין א ציטאט פון א ליצנות קונטרס מיט'ן נאמען "תכלא דפלזון" וואס ווערט געשאצט אז ס'איז נתחבר געווארן דורך @משה זאב פעטש-געבער.

דער קונטרס איז געשריבן געווארן אפצושפעטן פון די וואס ווילן נישט איינזעהן דעם פשוט'ן מציאות אז דער מיורעקס איז דער חלזון, און טענה'ן אז עס זענען געווען צוויי חלזונות. זאגט דער קונטרס אז לויט די טעאריע אז ס'איז געווען צוויי חלזונות, איז דאס וואס ס'שטייט אז דער חלזון איז געטראפן געווארן אינעם שטח פון שבט זבולון באדייט אז עס זענען געווען צוויי שבטים זבולון, און ממילא צוויי יעקב אבינו'ס, און צוויי יצחק'ס, און היות יצחק איז צוגעזאגט געווארן ארץ ישראל, מיינט דאס אז דער אויבערשטער האט מבטיח געווען א"י פאר ביידע יצחק'ס און ממילא זענען דא צוויי ארץ ישראל'ס. איי מיר זעען נאר איין ארץ ישראל, נאר פשט איז אז עס זענען דא צוויי עולמות און אין יעדן עולם איז דא איין ארץ ישראל. דאס פארענטפערט דאס וואס שטייט אין חז"ל אז א"י איז גבוה מכל הארצות, און לכאורה איז דאך נישט אזוי דער מציאות - נאר די כוונה איז אויפ'ן אנדערן ארץ ישראל. אזוי אויך פארענטפערט עס וואס די גמ' זאגט אין חגיגה אז די וועלט איז פלאך, און מיר זעען אז די וועלט איז רונדיג, נאר די גמ' רעדט פון דעם אנדערן עולם וואס איז טאקע יא פלאך.

דאס אלעס איז ציטירט געווארן אין ילקוט יוסף מיט אן ערענסטן פנים...
בייגעלייגטע פיילס
422045286_10161884592482366_897251787745305385_n.jpg

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר