ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ישי שטיינמעץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 2:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך ישי שטיינמעץ »

פארט א שיף קיין ארץ ישראל פארט זי אויסגעצויגן....
פארט א איד קיין ארץ ישראל מיט פארוויינטע אויגן....

(כ'ווייס ס'אביסל אנדערש פון יו"ט ערליך)

אידעלאך טייערע, ס'צייט צו קומען אהיים!

יעדע געוואוקס האט זיך איר נאטורליכע פלאץ ווי דארט וואקסט זי די בעסטע. ס'קען אויך וואקסן אין אנדערע לענדער, אבער די בעסטע און געזונטסטע וואקסט זי אין איר נאטורליכע האביטאט.

די נאטורליכע פלאץ פון א איד איז אין ארץ ישראל!! א איד אינדרויסן פון ארץ ישראל איז אין גלות, אפילו ווען ער ווייקט זיך אין מיליאנען. די נשמה פון א איד טרעפט איר רואיגקייט, איר פלאץ, נאר אין ארץ ישראל!!

פאר סאם ריזאן זעה איך אז ס'דא אזא מין יצר הרע וואס דרייט א קאפ פאר מענטשן צו זוכן סיבות פארוואס נישט צו מאכן עלייה. רוב זאכן זענען סתם אבי גערעדט.

נישט אז מען קען נישט אויסטרעפן סיבות. אבער טאמער מען פארגלייכט עס מיט די פראבלעמען פון אמעריקא שטעלט זיך ארויס אז אמעריקא איז סוף פסוק זייער א פראבלעמאטישע פלאץ!!

כ'האב פונקט גערעדט מיט איינעם וועגן עלייה. קיצור יענער האט גע'טענה'ט אז די טעקסעס זענען ממש אסאך.... (וואס ס'איז טאקע א פראבלעם אבער ס'האט נישט מיט ארץ ישראל נאר מיט די רעגירונג וואס מען האפט אז די אלע פאליסיס וועלן זיך טוישן, און ס'טוישט נישט די מציאות פון סגולת הארץ. אבער אויך אין די ענין פון טעקסעס איז אמעריקע ערגער!) למעשה האבן אונז אנגעהויבן מאכן א שטיקל חשבון שטעלט זיך ארויס אז אין מאנסי ווען מען רעכנט צאם אלע טעקסעס איז עס אסאך מער פון די טעקסעס אין ישראל. נעמענדיג אין חשבון די משוגענע הויכע פראפערטי טעקסעס, וואס מער ווייניגער מיינט עס אז איינער וואס קויפט א הויז אין ראקלענד קאונטי צאלט פשוט "רענט" פאר די רעגירונג!

ס'הייסט אזוי. בעצם די מציאות פון וואוינען אין ארץ ישראל איז נישט וועגן יא אדער נישט טעקסעס. ס'איז בעסער פאר א איד אויף אסאך העכערע לעוועל'ס. נאר למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז אפילו לגבי טעקסעס איז עס אסאך בעסער ווי מאנסי...

אבער פאר סאם ריזען איז דא מענטשן וואס זוכן צו קריטיקירן ארץ ישראל. כ'רעד נישט פון סאטמארע געשטימטע וואס צוליב זייער חינוך זענען זיי מער אויסגעשטעלט צו זוכן קריטיק לגבי דעי ענין, נאר אפילו סתם יונגעלייט וואס האבען גארנישט מיט סאטמאר, איז דא אזעלכע וואס זוכן קריטיק, ווען למעשה דעי זעלבע זאכן זענען אין אמעריקע אסאך ערגער.

א אנדערע תירוץ וואס מען הערט אסאך איז. ווען משיח וועט קומען וועט מען גיין קיין ארץ ישראל.... כ'פארשטיי נישט דעי שפראך.... זייט ווען האט די מצוה פון יישוב ארץ ישראל צו טוהן מיט משיח? ס'איז א מצוה וואס שטייט אין די תורה מסתם מער מאל פון אלע אנדערע מצוות!! אפשר זאל מען שאקלען לולב נאר ווען משיח קומט??

יא, ס'געווען צייטן וואס ס'געווען זייער שווער צו מאכן עלייה. סיי די וועגן זענען געווען זייער שווער און סיי ארץ ישראל איז ליידער געווען חרוב ונחרב, ס'כמעט נישט געווען קיין געהעריגע שטעט און א געהעריגע עקאנאמיע. אבער היינט ווען דער באשעפער האט געהאלפן און ארץ ישראל איז באזעצט דורך אידן, ס'דא שטעט און דערפער, פעלדער און גערטנער, א געהעריגע עקאנאמיע, און אזוי ווייטער, איז עס גאנץ א אנדערע מציאות פון אמאל.

וואוינען אין ארץ ישראל איז פונקט אזא מצוה ווי לייגן תפלין און ווי עסן מצה. און נאך אסאך מער, אזוי ווי חז"ל זאגן אז ס'איז שקולה כנגד כל המצוות. און היינטיגע צייטן איז עס א מציאות וואס איז שייך למעשה! ס'איז בכדי שיעשו פאר ווער עס וויל גענוג שטארק צו עולה זיין קיין ארץ ישראל!

כ'האב עכט נישט אזוי ליב צו סאך צו רעדן דערפון, ווייל א עכט טייערע און ווערדפולע זאך ברויך מען נישט "פארקויפן"... פארקערט, מענטשן דארפן עס נאכלויפן. אבער למעשה איז דא מענטשן וואס כאפן נישט די ענין, און מען דארף פרובירן צו אויפוועקן מענטשן צו די מצוה פון יישוב ארץ ישראל.

די ניו יארקער אידיש רעדענדע קאמיוניטיס זענען אביסעלע ברעינוואשט קעגן יישוב ארץ ישראל, ווייל למעשה די 3 אידישע צייטונגען אין ניו יארק זענען סאטמארע צייטונגען און ווי נישט ווי האט עס א שטיקל השפעה אויף די געדאנקען גאנג אין די ניו יארקער אידיש רעדענדע קאמיוניטיס.

אבער לא עת לחשות. ס'איז צייט דער עולם זאל זיך געבן א שאקל און אנהייבן טראכטן פון קומען אהיים. גענוג געווען דאס וואנדערן כמעט צוויי טויזענט יאר אין פרעמדע לענדער. ס'איז צייט צו קומען אהיים צו אונזער לאנד!! צו די לאנד וואס דער באשעפער האט אונז געגעבן.

ס'דא נאך אסאך צו רעדן דערפון. ועוד חזון למועד. אבער למעשה אידעלאך טייערע, ערוועקט אייער בענקעניש צו אונזער אמת'ער היים. ווילאנג נאך וועט מען זיין ווי פארלוירענע שעף אין ווייטע פרעמדע לענדער. קומט אידעלאך אהיים. דערווארימט אייער הארץ אונטער די פליגלעך פון די שכינה וואס ווארט אירע קינדער זאלן צוריקקומען צו איר!!

שוש תשיש ותגל העקרה בקיבוץ בניה לתוכה בשמחה. ברוך אתה ה' משמח ציון בבניה.

ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים, אמן.

דער אשכול פארמאגט 106 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר