שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רק שאלתי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2024 10:11 am

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך רק שאלתי »

איך האב ליב. צו לייענן אין שרייבען.איך בין אינטערסירט צו זעהן וואס אנדרע שרייבען.א פשוטער איד פין בארא פארק.

איך זעה מען דארפט שרייבען 160 אותיות. האט טא דא האסטו
יאסעלע ראזענבלאט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2024 6:32 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך יאסעלע ראזענבלאט »

א גוטן יעדער איינער ס'איז מיר א כבוד און א זכיה אז כקען מיר היינט אויפסיינען אויף קאווע שטיבל
מיין האבי איז חזנות און איך בין דא צו משפיע זיין אויף סיי וועלעכע פארנעם שייך
צו זאל עס זיין אנאליזן היסטוריה ביוגרפיה תולדות עם ישראל פאר די 2'טע וועלט קריג וואס חזנות האט דעמאלטס זייער שטארק געלעבט און איז געווען זייער אקטיוו
שרייבר וועגן נאויטס אדער צושטעלן נאויטס קען איך אויך
און אויך האב איך זייער ליב מיוזיק זאל זיין סיי וועלעכע
תיקון ברענגער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2024 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך תיקון ברענגער »

איך בין געבוירן אין א פאמיליע וואס די טאטע שטאמט פון פוילן און די מאמע פון אונגארן. איך האב זייער ליב צו לערנען ספרים פון ליבאוויטש און איך בין א טשערנאוויצע חסיד.
יקנהז
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2024 12:45 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך יקנהז »

א גוטן איך בין אין מיינע מיטעלע צוואנציגער יארן, אויפגעוואקסן אין די היימישע ברוקלינע געסעלאך, מיין הנאה איז צו הערן פארשידענע ערליי מיינונגען, דאס איז איינע פון די פליאות היצירה אז יעדער בר נש טראכט אויף זיין אייגענע שניט און מהלך המחשבה, און קאווע שטיבל איז א פלאטפארמע וואו מ'גיבט א געלעגנהייט פאר אנשים כערכינו צו לאזן הערן זייערע דעות און מחשבות ללא חת ומורא, איך האף איך וועל הנאה האבן דא, ומיני ומינייכו תסתיים שמעתתא.
שלאמקע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2024 1:55 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך שלאמקע »

ווייל אויב מען רעגיסטרירט זיך נישט קען מען גארנישט ליינען ממילא רעגיסטריר איך מיך. אין איך האף אז עס וועט זיין אינטערסאנט אין פארברעגען אין הנאה האבן פון די פלאץ.
מה נשתנה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2024 10:51 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך מה נשתנה »

איך זיך א פלאץ וואו מען קען פארברענגען געשמאַק אויף אידיש איבער אלע נושאים וועלטליך אין אידישע נושאים אין נישט אַ פלאץ וואו מען לאזט נאר איין זייט געהערט ווערן נאר א פלאץ וואו מען קען שמעוסן אין הערן מיינונגען אנדערש ווי איך האלט אזוי ערוואקסענער מענטשן אין נישט אויב איינער זאגט אנדערש ווי מיר דארף מען אים שטיל מאכן. פאר די סיבה זיך איך צו זיין אויף דעם פלאטפארמע
א פאמקיאז
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 14, 2024 1:29 am

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך א פאמקיאז »

כ’קען די סיסטעם און ס׳איז גוט, אבער…………… און א קאווע שטיבעל זאגט מען הויך וואס א צווייטער טראכט שטיל, נו הערט מען פארשידענע מיינונגען איז די תוצאה אז עס קומט ארויס א שלימות
פרייהייט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 15, 2024 3:46 am
האט שוין געלייקט: 6 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך פרייהייט »

ווען פרייהייט פון ווארט הערט זיך אויף,
דאן איז ווען מלחמות הייבן זיך אן
דערפאר איז מיר א זכיה זיך צו געפונען צווישן די קאווע שטיבל קאמיונוטי וואו פרייע שפראך איז געשעצט און ווערט פראטעקצירט
מבקש צוויי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 15, 2024 10:22 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך מבקש צוויי »

איך האב אלס געהערט אז דא איז א פיינע פלאטץ צו פארברענגען. אין שמיסן. איך האב אלס געווילט זיין א חלוק פין די חבריה.
דאס איז א פלאטפארם וואו מען קען זיך איינשרייבן און שמועסן מיט אנדערע. איך האב שוין לאנג געהערט אז דא איז א פיינע פלאץ צו פארברענגען, איך האב שטענדיג געוואלט זיין א חלק פון די חברה דא. מיך איינשרייבן צו זיין א טייל פון דעם איז א שריט צו ווערן אן אקטיווער טיילנעמער אין א דינאמישע און שטיצנדיקע קהילה.
פעלדארבייטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 15, 2024 11:06 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך פעלדארבייטער »

לאמיר זיך פארשטעלן
אההעם...... א יונגערמאן מיט א שטיקל פענע מיט איבעריגע צייט זיכט אויסציגעבן פין זיך טאלאנט אין פראבירן אנפילן די צייט צים האפן אז קאווע שטיבל איז די ריכטיגע פלאץ
תמיםשטיין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 10:22 am

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך תמיםשטיין »

אלץ פארשער און נאכהענגער פאר אומצאליגע יאהרן און גאר קיוריאזער זאכן, ליינענדיג וואס טוהט זיך דא בין איך זייער אינטרעסאנט וואס איז באהאלטן אינעם מעמבער אנלי ארטיקלן
פעטוועי רבי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:56 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך פעטוועי רבי »

א איד וואס ליינט ליינט ליינט ליינט און האפט אז די אינפארמאציע וועט פראסעסירט ווערן אין זיין געהערן און נישט דארפן איבערליינען ליינען און ליינען

איך גלייך צו ליינען אין די נייעס און וואס נישט…….א דאנק!
טרעוולער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2024 12:15 am

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך טרעוולער »

א איד וואס האט גוטע שאופות אין לעבן אין וויל אוסניצן די צייט מיט עבודת השם אין וויל דינען די אויבערשטער א גאנצע טאג אין בין הפרקום זיך אביסל אויסליפערן די מח מיט גוטע אין אינטערעסאנטע זאכן אין נייעס צו קענען אונגיין ווייטער
לאקשען שמאסער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 19, 2024 2:25 am
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך לאקשען שמאסער »

איך האב זייער ליב לאקשען וועגען דעם האט מען מיך געגעבן דעם נאמען אויך בין איך זייער אינטרעסירט צו ליינען לאקשען און ווער רעדט נאך פון שרייבן לאקשען
יעצט ערענסט גערעדט איך פלעג נאך דא זיין פאר מהאט געדארפט זיין א חבר אבער זעהט אויס אז די דורות פאלען און נאך א לאנגע אפשניט וואס איך בין נישט דא געווען קום איך יעצט דא האקן אביסעל לאקשען
ברייטקייט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 19, 2024 2:47 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך ברייטקייט »

געקומען בין איך זוכענדיג אביסל ברייטקייט איבער נושאים ווי השקפה און חסידות און ווי אזוי אנדערע און די חסידשע וועלט.
איך בין א שטילער אינגערמאן אין די צוואצעגערס, איך בין נישט די גרעסטע שרייבער אבער איך האב א מיינאנג און די נושאים וואס אונטערסירט מיר אוןאיך וועל פראבירען צי צולייגער מיינע צוויי סענט.
חיים גראביצר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2024 1:28 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך חיים גראביצר »

איך בין א חסידישע איד אין איך האב ליב מחשבה און חסידית. איך בין א שרייבער איך קען זייער גוט ארויס ברענגען מיינע געפילען דורך א פענע. איך בין זייער פריילעך זיך צו טרעפען מיט נייע חברים דא אויף קאווע שטיבל.
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 239
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך צוויי »

לאקשען שמאסער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 8:39 pm איך האב זייער ליב לאקשען וועגען דעם האט מען מיך געגעבן דעם נאמען אויך בין איך זייער אינטרעסירט צו ליינען לאקשען און ווער רעדט נאך פון שרייבן לאקשען
יעצט ערענסט גערעדט איך פלעג נאך דא זיין פאר מהאט געדארפט זיין א חבר אבער זעהט אויס אז די דורות פאלען און נאך א לאנגע אפשניט וואס איך בין נישט דא געווען קום איך יעצט דא האקן אביסעל לאקשען
די שמאסט אריין לאקשן אויף אלע באקן...
זייער גוט זיך צו באקענען...

האפנטליך אז די וועסט שרייבן און מיטהאלטן בקביעות וועט די דורות וועלן נישט פאלן...
ירמיהו
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2024 6:47 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך ירמיהו »

איך בין אלט 20 יאר, פון ארה"ק - מיין אידיש איז שוואך, אבער איך פרוב צו לערנען די שפראך. איך בין אַ ספרדישער בחור.
איך באַשלאָסן צו ווערן אַ מיטגליד צו לייענען באַמערקונגען, איך קען ביישטייערן צו דעם פּלאַץ לויט מיין מיינונג, און אין די זאכן וואס איך זע דא, ווי די שטעלונג פון רבנים צו געוויסע זאכן, ווי למשל גזירות השמד(גזירת הגיוס, גזירת מירון, גזירת החינוך וכו').
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 239
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך צוויי »

חיים גראביצר האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 8:41 pm איך בין א חסידישע איד אין איך האב ליב מחשבה און חסידית. איך בין א שרייבער איך קען זייער גוט ארויס ברענגען מיינע געפילען דורך א פענע. איך בין זייער פריילעך זיך צו טרעפען מיט נייע חברים דא אויף קאווע שטיבל.
שלום עליכם חיים,
מחשבה איז פיין, מ'טאר נישט לאזן די קאפ ווערן פארדזשאווערט...
ס'איז דא דא אסאך מחשבה קעפ, ס'וועט גיין פייער פון די באלאטעס...
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 239
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך צוויי »

ברייטקייט האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 8:40 pm געקומען בין איך זוכענדיג אביסל ברייטקייט איבער נושאים ווי השקפה און חסידות און ווי אזוי אנדערע און די חסידשע וועלט.
איך בין א שטילער אינגערמאן אין די צוואצעגערס, איך בין נישט די גרעסטע שרייבער אבער איך האב א מיינאנג און די נושאים וואס אונטערסירט מיר אוןאיך וועל פראבירען צי צולייגער מיינע צוויי סענט.
דא לערנט מען זיך אויס צו זיין א שרייבער,
מ'מוז נישט זיין קיין גרויסע שרייבן, דזשאסט אביסעלע שרייבן על דא ועל הא, און געווענליך ווען מ'לייגט צו צוויי סענט ווערט עס מיט די צייט דריי און פיר, נאכדערצו ווען מ'רעדט פון יונגע כחות...
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 239
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך צוויי »

ירמיהו האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 8:41 pm איך בין אלט 20 יאר, פון ארה"ק - מיין אידיש איז שוואך, אבער איך פרוב צו לערנען די שפראך. איך בין אַ ספרדישער בחור.
איך באַשלאָסן צו ווערן אַ מיטגליד צו לייענען באַמערקונגען, איך קען ביישטייערן צו דעם פּלאַץ לויט מיין מיינונג, און אין די זאכן וואס איך זע דא, ווי די שטעלונג פון רבנים צו געוויסע זאכן, ווי למשל גזירות השמד(גזירת הגיוס, גזירת מירון, גזירת החינוך וכו').
א גוטן מקבלים בברכה הרב ירמיהו (הנביא?)
די בעסטע וועג זיך צו לערנען סיי וועלכע שפראך, איז ליינען און שרייבן, אפי' אנפאנג איז עס גרייזיג, ווערט עס בעסער מיט די צייט
ברכה והצלחה
לאקשען שמאסער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 19, 2024 2:25 am
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך לאקשען שמאסער »

צוויי האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 8:41 pm
לאקשען שמאסער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 8:39 pm איך האב זייער ליב לאקשען וועגען דעם האט מען מיך געגעבן דעם נאמען אויך בין איך זייער אינטרעסירט צו ליינען לאקשען און ווער רעדט נאך פון שרייבן לאקשען
יעצט ערענסט גערעדט איך פלעג נאך דא זיין פאר מהאט געדארפט זיין א חבר אבער זעהט אויס אז די דורות פאלען און נאך א לאנגע אפשניט וואס איך בין נישט דא געווען קום איך יעצט דא האקן אביסעל לאקשען
די שמאסט אריין לאקשן אויף אלע באקן...
זייער גוט זיך צו באקענען...

האפנטליך אז די וועסט שרייבן און מיטהאלטן בקביעות וועט די דורות וועלן נישט פאלן...

שכח פאר די ברוך הבא... וויי איז מיר אבער, כהאב קיינמאל נישט געשריבן דא בעפאר, כהאף ווייטער נישט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20227
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25871 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15502 מאל
קאנטאקט:

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך berlbalaguleh »

לאקשן שמייסער: אויב דו וועסט נישט שרייבן וועסטו הערן פונ'ם מנהל שליט"א.
רעאגיר