הרב דר. אברהם יהושע העשיל - ח"י טבת

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8039 מאל

הרב דר. אברהם יהושע העשיל - ח"י טבת

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[justify]די רעזוטאלטען פון מיין פארגעשריטענע זוך (מיט גוגל? ✔) אויף "העשיל" איז געווען ווייניג. יאיר האט גענוצט פון אים א פראזע פאר זיין צייטווייליגע אונטערשריפט, שליח און הוגה האבן דאס דעבאטירט (1); לעיקוואד דערמאנט אים אויך, אויך נאר אין זכות פון די שייכות וואס העשיל האט געהאט צו הקדוש הרב ד"ר מרתין לוטר קינג זצוקללה"ה (2). עס לאזט זיך טראכטן, במקום גדולים אל תעמוד, און קאווע טרינקער זאל זיך בעסער ווייקען ביים הימל-ערדע'ן רבי (3), און לאזן "העשיל" פאר די לייבן פון אונזער חבורה. - אבער אז די 40'סטע יומא דהילולא קומט אונטער שפיר איך אז ס'פאסט מ'זאל רעדן איבער דעם אדם גדול, און זעהן וואס מיר קענען ארויסנעמען פון זיינע השקפות און מעשים טובים, למען נדע את הדרך נלך בה.

ווער איז העשיל?

געבוירן איז ער אין יאר תרס"ז אין ווארשה, פולין. די יונגסטע פון 6 קינדער, צו זיין טאטע דער מעזיבוז'ער רבי, ר' משה מרדכי, א בנש"א (=בנן של אדמורי"ם. קרעדיט: ק"ט) פון די אפטע גזע, און נאך. - זייענדיג בלויז 10 יאר אלט, האט אים זיין טאטע פאר'יתום'ט, און זיין פעטער, דער נאוואמינסקער רבי, ר' אלתר פערלאוו, האט אים אויפגעצויגען. ער איז נאכנישט געווען גאנצע 16 יאר ווען הגאון ר' מנחם זעמבא האט אים סומך געווען להוראה. מ'האט אים א חתן געמאכט מיט זיין פעטער'ס א טאכטער, כנהוג... אבער דא האבן זיך זאכן פארפלאנטערט... וואס איז געשעהן?

די שידוך איז דורכגעפאלען; מ'האט אים געשיקט פאר הילף... דער חב"ד'סקע פסיכיאטער פישל שניאורסון האט געאורטיילט אז העשיל איז אביסל ברייטער פון די שמאלע געטאו. די מאמע האט געגעבן איר הסכמה ער זאל גיין שטודירן אין ברלין. - אבער אן קיין הויך-שולע-דיפלאמע נעמט מען דאך נישט אן אין קיין יניווערסאטי, דעריבער איז אריבער קיין ווילנע צו לערנען אין לייב טורבאוויטץ'נס פרייע-אידישען גימנאסיום. ער האט זיך אויך איינגעשלאסן אין א גרופע פון פאזיע שרייבער, און פאבליצירט זיינע ווערק. זייענדיג 20, האט ער זיך איינגשריבן אין די בערלינע יניווערסיטעט צו לערנען פילאסאפיע, היסטאריע פון קונטס, פילאלאגיע, סעמיטע שפראכן און נאך.[/justify]


---
מודעה: המשך המאמר איז נאכנישט גרייט, אבער היות די יארצייט געפאלט אויף שבת, הזמן גרמא צו post`ן קמא קמא דמטי, ואתכם הכפרה. שבת שלום ומבורך.
Under influence

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר