על מה יצא הקצף?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 549
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 745 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2115 מאל

על מה יצא הקצף?

שליחה דורך תוהו ובוהו »

נבלה נעשתה בישראל.

אן אפיציעלער צעטל איז ארויס פאריגע וואך מטעם דער ארונישער סאטמארער קהילה אין קרית יואל קעגן א פריוואטן יחיד. אנגעבליך צוליב "מעשים שלא יעשו שהשתיקה יפה להם", און זינט דאן איז כל העיר כמרקחה.

וואס איז די נבלה, וועט איר אוודאי פרעגן, וועל, אט דאס האבן הונדערטער אידן געפרעגט פארגאנגענע וואך. טייל, בעיקר קינדער און אומבאהאוונטע, האבן געפרעגט פשוט וואס די מעשה איז, זיי האבן גארנישט געהערט אדער געוואוסט בכלל אז עפעס האט פאסירט, בעת אנדערע האבן געפרעגט אט די זעלבע שאלה טאקע שוין נאכ'ן וויסן די געשיכטע.

כ'וויל נישט אריינגיין אין דעם עצם געדאנק אז א מאכטפולע קהילה גיבט ארויס א צעטל קעגן א יחיד, וואס דאס אליין דארף גאר שטארקע סיבות. ווען די מאכט פון א פאראיין ווערט געניצט איבערצופארן א פריוואטן מענטש מוזן זיין כאטש עפעס טשעקס און בעלענסעס און א דין וחשבון ווען און ווער ס'מאכט אזוינע לעבנס באשלוסן.

אבער נישט דאס איז דער נושא.

יעדער וואס האט געליינט דעם צעטל האט זיך געוואונדערט איין שאלה: נניח אז די גאנצע מעשה איז אמת וויאזוי די אידן לייגן עס אראפ, לאמיר אננעמען דעם הארבסטן נאראטיוו קעגן דעם ספעציפישן יחיד, וואס איז דען די עוולה אזוי גרויס אז די קהילה נעמט אזא דראסטישן זעלטענעם שריט קעגן א יחיד?

לאמיר לייגן אין דער זייט אז דא איז לכאורה נישט אינוואלט קיין שום איסור וואט-סא-עווער, זיכער נישט קיין הארבערער איסור ווי דאווענען נאך זמן תפלה, אבער לאמיר אננעמען אז דא שטעקט יא א מאראלישע עוולה אויף עפעס א דרגא, זינט ווען נעמט מען אזוינע שריט קעגן יחידים וואס טוען עוולות?

וואו זענען די צעטלען מטעם די קהילה ווען מענטשן ווערן געכאפט מיט מאלעסטעישן, רעיפ, אדער אנדערע מאראלישע פארברעכנס? וואו זענען די פלאקאטן ווען מיטגלידער פון די קהילה פאלן ליידער דורך מיט בא'גנב'ענען אנדערע? וואו זענען די בויקאטס קעגן מאכטפולע פערזאנען, פרנסים שמטילים אימה על הציבור? וואו זענען די מיטלען ווען עס קומט צו מעגנים, שארלאטאנען, און באטריגער?

קרית יואל, ווי סיי וועלכע אנדער שטאט אויפ'ן כדור הארץ, האט שוין מיטגעלעבט חאזעריי פון אלע סארטן און קאלירן, וואס איז דא געשען אז דער סיסטעם שטעלט זיך אויף די הינטערשטע פיס?

ס'איז אויבנאויף באמת שווער צו פארשטיין על מה יצא הקצף.

אבער דער תירוץ איז - מיט'ן באקאנטן גמרא ניגון און אן אגודל אויף ארויף - אז דער דאזיגער מנוול איז אריבער איינע פון די הייליגסטע חרדישע רויטע ליניעס: ער האט זיך דערוואגט זיך עמטליך ארויסשטעלן אין פובליק מיט זיינע/אונזערע "שמוציגע" נטיות.

יא, ליידער, מיר אידן האבן אויך שוועריקייטן, נסיונות, תאוות, אבער מיר ווייסן צו האבן אן אפשיי דערפון. מיר רעדן נישט דערפון, קוקן נישט דערויף, מאכן זיך ווי ס'עקזיסטירט נישט - און מ'טוט וואס מ'האט צו טון...

דרייט זיך ארום א גאנצע קאמיוניטי, פרוכטבארן זיך אויף כוחות און פארשטייט זיך נישט דורך א ברכה פון ראפשיצער רב, אבער דער עיקר איז ומחתה פיה ואמרה לא פעלתי און.

מיר האבן מצליח געווען צו נעמען איינס פון די מערסט אינטעגראלע חלקים פון לעבן און דאס גענצליך פארוואדלען אין טאבו. קיינער גייט נישט אין מקווה, קיינער איז נישט עטרעקטעד צו קיין פרויען, צו קיין מענער, קיינער האט נישט קיין פיריעד, קיין קישוי, קיין הרהורים, קיין פאנטאזיעס. מאקסימום פרעגט מען נאכ'ן בעשוי: נו, געפעלט דיר?

"וואס פעלט אויס צו רעדן?" - איז די באקאנטסטע פראזע וואס מ'הערט ווען אימער בשייכות צו די עניינים.

און אט דאס איז די שרעקליכע פארלעצונג וואס דא איז פארגעקומען; א נבלה אויף וואס מ'קען נישט פארקוקן. א איד האט ל"ע אפיציעל דערקלערט: איך בין מודיע ברבים שרירות ליבי. כ'גיב נישט קיין פייג אויפ'ן גאנצן סיסטעם, כ'האלט מיך נישט ביים פייניגן דזשאסט צו פיטערן דעם סיסטעמ'ס ענדלאזע טאבו ליסטע - מצאתי אשה אחרת --- ממנה.

נישט נאר ליגט דא א הודאה אין די נאטירליכע דראנגען פונעם מענטש, נישט נאר פלאטערט דא א מיטעלסטער פינגער אויף די נארמעס פונעם סיסטעם, נאר פיל פיל ערגערס: איינער מיינט אז מ'קען דא אפיציעל נעמען ווייבער לויט ווי עס שמעקט, ווי ר' עמרם בלוי בשעתו. איינער פילט זיך גענוג באקוועם צו אויפדעקן קבל עם ועדה א קליין ווינקל פון אונזערע געמיינזאמע שוואנגערדיגע טעפיכער, עפעס וואס יעדער קען און שפירט אבער דערוואגט זיך נישט ארויסצוזאגן.

דעריבער, דאס אז איינער וואוינט שוין יארן אזוי, איז גארנישט אנדערש ווי די הונדערטער אנדערע ענליכע געשיכטעס פון אלע סארטן. יא, רבנים און עסקנים וועלן זיך אריינמישן, מ'וועט פרובירן לייגן דרוק, אבער קיין צעטל וועט איר נישט זען. די עוולה דא איז: חתונה האבן. דאס עזות מצח פון טרעטן אויף אונזערע ווירדן בריש גלי און דערקלערן האשה הזאת מצאה חן לפני. און אין פראסט אידיש: כ'האב ליב די פרוי. עפ"ל.

-

כ'בין בכלל נישט באהאוונט אין די פרטים פון דער געשיכטע, און ס'אינטערעסירט מיר ניטאמאל. און ס'איז זיכער דא דא סאך טיפערע פאוער סטראגעלס. אבער דאס איז וויאזוי כ'האב פארשטאנען עומק כוונתם, ואם לא ירדתי לסוף דעתם הסיסטעם הטוב יכפר.

דער אשכול פארמאגט 171 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר