די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס

אלעס איבער האנדל וואנדל
רעאגיר
Visionary
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 1:51 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל

די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס

שליחה דורך Visionary »

עס איז שוין יארן וואס א סאך האבן געמאכט א חיים טובים אויף די איידיע פון SETSS. די סערוויס Special Education Teacher Support Services, מיט די ראשי תיבות SETSS איז געמאכט צו באצאלן טוטערס פאר קינדער וואס זענען אינטערשטעליג מיט די לימודים. די אפיציעלע פרייז פאר א פראוויידער איז $41.98 א שעה. מיט בערך א צען יאהר צוריק זענען אפיר געקומען, ווי שוועמלעך נאכן רעגן, צענדליגע קליינע מיט גרעסערע עיזשענסיס וואס זענען אויפגעקומען מיט א מהלך ארויס צובאקומען מער געלט פון די DOE פער שעה פאר די סעטס סערוויסעס, הגם א סאך פון די עישזענסיס האבן געמיינט ערליך צו העלפן אידישע קינדער, איז אבער געווען אפאר וואס זענען געווען ליידער נישט אזוי ערליך. דערנאך איז געקומען אסאך פלעצער פון טרעינינג, קאלעשזעס, אזוי ווי TTI וכדו', וואס האבן געאפערט איינער א שוואכערע טרעינינג פראגראם פונעם צווייטער, ווי אינגעלייט און פרויען האבן געקענט מאכן דעגריס.

עס איז דא צוויי מהלכים, איינס איז די ענהענסד מהלך און די צווייטער איז פענדעסי. ביידע מהלכים ארבייטן מיט א לויער וואס מען דארף סוען די באורד אוו עד. די וועג פון סוען די DOE ארבייט אז עס גייט פאר א אימפארשאל הערינג. קודם האבן די עיזשענסיס געסוט פאר $60 פער שעה, דערנאך $90, און מיט די צייט זענען די עיזשענסיס געווארן דרייסטער און מען האט אנגעפאנגען צו סוען פאר גאנצע $250 פער שעה. די DOE פון NYC, וואס איז בעיקר געווארן עפעקטעד מיט די גאנצע שמיי דריי, האט קודם, מיט בערך א צוויי יאהר צוריק, איינגעפירט א נייע סיסטעם פאר די הערינגס, עס איז געגאנגען צו OATH הערינגס. דאס איז די זעלבע אפיס וואס דיעלט מיט די ווייעלעישאנס פון די DOB און דאס גלייכן. OATH האט געגעבן עטוואס א קיצל פארן אינדוסטרי אבער עס האט גארנישט געטוהן. מיט א פאר חדשים צוריק האט די DOE מודיע געווען אז מהיום קען די הערינגס מער נישט גיין פאר קיין הערינג, נאר עס וועט מוזן גיין פאר א פול פלעדשז קאורט. דאס טוט אונטערהאקן די גאנצע אינדוסטרי, ווייל קאורט קאסט צענדליגע טויזענטער דאללארן און א היערינג נאר א צוויי דריי טויזענט דאללער.

עס איז געווארן א ויצעקו און אגודה מיט אנדערע ווילן דאס טוישן ווייל עס איז דא טויזענטער אינגעלייט מיט פרויען וואס זייער ברויט ליגט אויפן טיש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום Visionary, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר