בלאט 6 פון 8

Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 4:15 pm
דורך גראף
דער שול איז עניטיים נאך אזוי שיין ווי דער אלטע בית רחל זאל..

Sent from my XT1096 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 8:00 pm
דורך שושן פורים
מזל טוב

Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 8:01 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
איינער פרעגט מיך וואס זיכסטע דא ביי די חתונה ? זאג איך אים ווען פאפא רבי האט חתונה געמאכט און ביהמ״ד בין איך אויך געגאנגען קוקן [emoji851][emoji851]

Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 8:04 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
מיש-נייעס האט געשריבן:איך נעם מיין אינפארמאציע פון די קליפ'ס וואס זיינע חסידים שיקן ארום

איך בין בעצם א פייערדיגע חסיד זיינער, איך בין מקורב געווארן דורך וואטסעפפ... און פון דארט ווייטער אויף יאו טאב...

א זינגער און א שפילער זאגט ער אז ליפא שמעלצער, בערי וועבער, און נאך פולע זינגער'ס האבן שוין אינוועסטירט פאר די חתונה הונדערטער טויזענטער דאללערס... אין זייערע סידי'ס וואס מען וועט אי"ה אויפשפילן ביי די חתונה.

מקור:
https://youtu.be/ZsL-8c-bRVU


בערי וועבער זינגט בחינם א פעטער פין די כלה

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 8:20 pm
דורך [NAMELESS]
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
מיש-נייעס האט געשריבן:איך נעם מיין אינפארמאציע פון די קליפ'ס וואס זיינע חסידים שיקן ארום

איך בין בעצם א פייערדיגע חסיד זיינער, איך בין מקורב געווארן דורך וואטסעפפ... און פון דארט ווייטער אויף יאו טאב...

א זינגער און א שפילער זאגט ער אז ליפא שמעלצער, בערי וועבער, און נאך פולע זינגער'ס האבן שוין אינוועסטירט פאר די חתונה הונדערטער טויזענטער דאללערס... אין זייערע סידי'ס וואס מען וועט אי"ה אויפשפילן ביי די חתונה.

מקור:
https://youtu.be/ZsL-8c-bRVU


בערי וועבער זינגט בחינם א פעטער פין די כלה

נאופס בערי זינגט נישט!
2 ספיקער'ס געבן ארויס א קול פון א היימישע חסידישע זינגער

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 9:13 pm
דורך berlbalaguleh
שושן פורים: אויך די שענדעליערס זענען פון די ענערגיע-שפארונג סארט. גרויסע, רינדעכיגע פלואורעסענט לייטס... כה לחי...!

Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 9:36 pm
דורך יהודי פשוט
נאך נישטא קיין בילדער פון ד חתונה ?

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 9:39 pm
דורך שושן פורים
.

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 11:30 pm
דורך ברסלבער
יעצט געענדיגט די חתונה. ס'איז געלונגען ב"ה הערליך שיין, העכער אלע ערווארטונגען. איך האף בקרוב צו שרייבן א לענגערע אפהאנדלונג איבער די היסטארישע חתונה.

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 1:06 am
דורך איש את רעהו
מהראש'ס חבורה האבן דערלאנגט א הילכיגע פראסק פאר אלע גרויסע פירמע'ס און הויפן
אזא זאך צו פועל'ן חתונה צו מאכן פאר גרייצער'ס, און דער עולם גייט אהיים א שעה פאר חצות, קענט איר נישט באווייזען ?
צייטונגען, מאכט, שטחים, געלטער, פראפאגאנדע, איז אויף אייער זייט, וואס שלאפט עטץ.

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 6:20 am
דורך יואב
שמערל, אמת, דער גאנצער מערידזש סיסטעם ביינונז איז זינלאז און צעדרייט, על מה יצא הקצף פונקט דא, פארשטיי איך אבער נאכנישט. מ'רעדט סך הכל פון אינערהאלב דעם סיסטעם, זאל מען כאטש אפקומען גרינג אויפ'ן פינאנציעלן פראנט. אוודאי איז דאס צום באגריסן. און אז מ'וועט אויפהערן אינגאנצן צו חתונה מאכן, און יעדער וועט זיך חמשה-עשר-באב'ענען ווי און ווען ער/זי פארשטייט, דאן וועט זיין א תיקון השלם. די דאזיגע איניציאטיוו איז אבער א ווערד צו באגריסן.

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 1:27 pm
דורך מיש-נייעס
ברסלבער האט געשריבן:יעצט געענדיגט די חתונה. ס'איז געלונגען ב"ה הערליך שיין, העכער אלע ערווארטונגען. איך האף בקרוב צו שרייבן א לענגערע אפהאנדלונג איבער די היסטארישע חתונה.


עס האט זיך אלעס געלוינט אז מען האט געקענט ארויסשלעפען @ברסלבער פון זיין באהעלטעניש

איך רייב מיר שוין די הענט שפייעכץ ליגט מיר אין מויל.... אה. איך קען קוים ווארטן ווי ברסלבער וועט דא צוענדיגן דעם דשזאב...

יראו עינינו וישמח לבינו

Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 1:40 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לכאורה דארף מען צוטיילען די שמועס אויף יואלי ראטה און אויף די חתונה. די חתונה איז מעגליך א גוטע זאך, אבער די ווידיאו׳ס פון דער ראטה לאזען גאר א שלעכט טעם אין מויל. עפען אן אשכול דערוועגען, וועט מען קענען אויסשמועסען..

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 1:46 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 1:55 pm
דורך מיש-נייעס
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לכאורה דארף מען צוטיילען די שמועס אויף יואלי ראטה און אויף די חתונה. די חתונה איז מעגליך א גוטע זאך, אבער די ווידיאו׳ס פון דער ראטה לאזען גאר א שלעכט טעם אין מויל. עפען אן אשכול דערוועגען, וועט מען קענען אויסשמועסען..

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ענדליך! איך ווארט שוין אז איינער זאל קלאר ארויסזאגן וואס עס באדערט, די יחידים הרוצים להשתלט דרייען זיך ארום מיט דייעריע, מען שעמט זיך צו רופן דאס קינד ביים נאמען...

און ליטוואק האט עס אזוי שיין ארויסגעשריבן:

אלעס זייער פיין, וואויל, גוט, הערליך, א שריט וואס איז נישט געטון געווארן די לעצטע זיבעציג יאר... אבער פארוואס האט געמוזט קומען דורך פארפלוכטעטער דשזיד (ר' יואל ראטה)... עס איז ממש יצא שכרו בהפסדו. עס קרענקט עס שניידט.

שוין מ'איז אין גלות מ'קען מיר גארנישט טוהן, זאכן פירן זיך אנדערש ווי מיר חלומ'ן...

איך ווארט אויף די פייער פון ליטוואק... :cry: :cry:

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 1:58 pm
דורך [NAMELESS]
מיש-נייעס האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: פארפלוכטעטער דשזיד (ר' יואל ראטה)... :cry: :cry:

א מין אויסדרוק דאס...

Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 2:20 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך פארשטיי נישט אזוי גוט, ווער בין איך און וואס האב איך געוואלט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 2:40 pm
דורך shem-tov
.

Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 3:21 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איינס האט נישט מיט די צווייטען. פארשפארען א משפחה א פאר דאללאר איז א פיינער זאך.
טרעפען א לעזונג פאר די אומדערטרעגליכער פרייז פון חתונה מאכען\לעבען איז א צווייטע זאך.
און דער דרגת החכמה מיט די זיידענע מדות פון יואלי ראטה איז גאר א דריטע זאך.

מאנכע מישען אלץ אויס, טאמער חתונה מאכען ביליג איז גוט, דעמאלס איז יואלי ראטה א פקח מפוקח, און אלץ וואס ער זאגט איז שוין פארוואנדעלט אין דברי פקחות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 4:57 pm
דורך איש את רעהו

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:09 am
דורך ליפא
unnamed.jpg

נשלח: מוצ"ש יוני 24, 2017 11:54 pm
דורך איסר האטלקי
עס דארף אויסגעשמועסט ווערן אז צו די הוצאות החתונה זענען צוגעקומען די רעקלאמעס אין אלע צייטונגען צו באשרייבן די היסטארישע חתונה.
איי, אפשר איז עס געווען בחינם? וואלט עס נישט געווען די זעלבע נוסח איבעראל, גענוי ווי אינעם גליון היכל הקודש, וואס ברסלבר האט שוין ציטירט אין זיין אשכול.

נשלח: זונטאג יוני 25, 2017 10:51 am
דורך איך אויך
ההד הזהרו מן הצבועים.