בלאט 6 פון 12
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 12:33 pm
דורך newkave
קאך_לעפל האט געשריבן:Avrom האט געשריבן:קאך לעפל מהרי איז גיוון קעגן ציונות?
יע!
ס'האט דאן געהייסן די קלאניסטן...
אזוי אויך די הייל בעל תחת אהרן פון קרי
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 1:10 pm
דורך קאך_לעפל
newkave האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:Avrom האט געשריבן:קאך לעפל מהרי איז גיוון קעגן ציונות?
יע!
ס'האט דאן געהייסן די קלאניסטן...
אזוי אויך די הייל בעל תחת אהרן פון קרי
פוי! די שייגאץ אזוי רופסטו אן דער ספר פון אהרן קדוש השם דער לעצטער הייליגען בעלזער רב? די שעהמסט זיך נישט? דאס האט מען דיך געלערענט אין רחוב אגריפת? זאגאר אויפגעקלערטע גראבע בערן רעדן נישט אזוי... סארא שאנדע... די היינטיגע יונגווארג...
וויאזוי האט מען זיך מייחס געוועןאין בעלזא צו רבני מזרחי
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 1:26 pm
דורך איש את רעהו
א פלא'דיגע מעשה נארוואס ערשינען לאור עולם אינעם בוך על גאולתינו

- Page 474.jpg (22.15 KiB) געזען געווארן 2829 מאל
וואס זאגן חסידי בעלזא צו דער עובדא איז עס קראנט ?
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 1:38 pm
דורך אישתישבי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך זעה נישט די עוולה. ער האט זיך געראטעוועט דאס לעבע דורך זיי. וואס איז שלעכט? ער וואלט געדארפט שטארבן אבי נישט חנפ'נען די חברה? האט ער זיי בארעכטיגט מיט זייערע מעשים?
מחזק זיין רשעים דורך געבען עליות אדער סיי וועלכע אופן איז א גרויסע עוולה, יא בארד נישט בארד, יא צדיק נישט צדיק, יא קדוש נישט, און אפילו מען ראטעוועט זיך דאס אייגענע לעבן אויף דער חשבון פין אנדערע איז עס אויך נישט קיין תירוץ.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 1:47 pm
דורך יין שרף
איש את רעהו האט געשריבן:א פלא'דיגע מעשה נארוואס ערשינען לאור עולם אינעם בוך על גאולתינו
Page 474.jpg
וואס זאגן חסידי בעלזא צו דער עובדא איז עס קראנט ?
זיי זאגן אז זיי קענען עס נישט לייענען..
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 2:16 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אישתישבי האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך זעה נישט די עוולה. ער האט זיך געראטעוועט דאס לעבע דורך זיי. וואס איז שלעכט? ער וואלט געדארפט שטארבן אבי נישט חנפ'נען די חברה? האט ער זיי בארעכטיגט מיט זייערע מעשים?
מחזק זיין רשעים דורך געבען עליות אדער סיי וועלכע אופן איז א גרויסע עוולה, יא בארד נישט בארד, יא צדיק נישט צדיק, יא קדוש נישט, און אפילו מען ראטעוועט זיך דאס אייגענע לעבן אויף דער חשבון פין אנדערע איז עס אויך נישט קיין תירוץ.
האסט געשריבען צוויי ערליי טענות. מחזק זיין די רשעים און זיך ראטעווען דאס לעבן אויף די חשבון פון אנדערע.
מחזק זיין רשעים במקום פיקו"נ, איז נישט קיין פראבלעם.
די צווייטע איז גארנישט אויפגעוויזן. ווען ער וואלט דארט געבליבן וואלט איין מענטש געבליבן לעבן?
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 2:59 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קאך_לעפל האט געשריבן:כ''ק אדמו''ר ממאכניבקא שליט''א

אה, דער וואס האט אין זיין שול א ריזיגע מגן דוד אויפ'ן דאך? וואספארע אנטי-ציונות האסטו געהערט פון איהם? כ'דארף עס איבערזאגן פאר זיינע חסידים, זיי ווייסן נעבעך נישט וואס זייער רבי אליינס האלט...
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 3:02 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איש את רעהו האט געשריבן:א פלא'דיגע מעשה נארוואס ערשינען לאור עולם אינעם בוך על גאולתינו
Page 474.jpg
וואס זאגן חסידי בעלזא צו דער עובדא איז עס קראנט ?
פארוואס נישט? גראדע די מעשה האב איך שוין געליינט ערגעץ פארדעם, דאכצעך אין 'הכתב והמכתב'.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 4:17 pm
דורך חכם-לב
יוסף יוזפא האט געשריבן:ליטוואק: ער האט דוקא יא דערמאנט די ווערטער פון וה' עמו שהלכה כמותו בכל מקום.
קאך לעפל: מיט דיינע ווערטער ביסטו ממשיך דרך רבותיך מיטן זאגן שקרים און מנגח זיין די בעלזע צדיקים, כה לחי!!!
לאו דווקא אז אלע בעלזא רבי'ס זענען געווען צדיקים. על זה אנו דנין.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 4:18 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דו האלטסט טאקע אז ר' אהרן פון בעלזא איז געווען א רשע?
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 4:23 pm
דורך חכם-לב
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך זעה נישט די עוולה. ער האט זיך געראטעוועט דאס לעבע דורך זיי. וואס איז שלעכט? ער וואלט געדארפט שטארבן אבי נישט חנפ'נען די חברה? האט ער זיי בארעכטיגט מיט זייערע מעשים?
מחזק זיין רשעים דורך געבען עליות אדער סיי וועלכע אופן איז א גרויסע עוולה, יא בארד נישט בארד, יא צדיק נישט צדיק, יא קדוש נישט, און אפילו מען ראטעוועט זיך דאס אייגענע לעבן אויף דער חשבון פין אנדערע איז עס אויך נישט קיין תירוץ.
האסט געשריבען צוויי ערליי טענות. מחזק זיין די רשעים און זיך ראטעווען דער לעבען אויף די חשבון פון אנדערע.
מחזק זיין רשעים במקום פיקו"נ, איז נישט קיין פראבלעם.
די צווייטע איז גארנישט אויפגעוויזען. ווען ער וואלט דארט געבליבען וואלט איין מענטש געבליבען לעבען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רמב"ם בהלכות יסודי התורה הלכה ח:
נשים שאמרו להם גויים, תנו לנו אחת מכם ונטמא אותה, ואם לאו, נטמא את כולכם--יטמאו את כולן, ואל ימסרו להם נפש אחת מישראל. וכן אם אמרו להם גויים, תנו לנו אחד מכם ונהרגנו, ואם לאו, נהרוג את כולכם--ייהרגו כולם, ואל ימסרו להם נפש אחת מישראל. ואם ייחדוהו להם ואמרו, תנו לנו פלוני או נהרוג את כולכם--אם היה מחוייב מיתה כשבע בן בכרי, ייתנו אותו להם, ואין מורין להם כן, לכתחילה; ואם אינו חייב--ייהרגו כולם, ואל ימסרו להם נפש אחת מישראל.
הלכה ה:
כל מי שנאמר בו יעבור ואל ייהרג, ונהרג ולא עבר הרי זה מתחייב בנפשו. וכל מי שנאמר בו ייהרג ואל יעבור, ונהרג ולא עבר הרי זה קידש את השם. ואם היה בעשרה מישראל הרי זה קידש את השם ברבים, כדנייאל חנניה מישאל ועזריה וכרבי עקיבה וחבריו; ואלו הם הרוגי מלכות, שאין מעלה על מעלתם, ועליהם נאמר "כי עליך, הורגנו כל היום; נחשבנו, כצאן טבחה" (תהילים מד,כג), ועליהם נאמר "אספו לי, חסידיי כורתי בריתי, עלי זבח" (תהילים נ,ה).
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 4:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די ווערטער פון די רמב"ם, ווי אייביג, זענען קילורין לעינים. אבער מיט אונזער טעמע האבען זיי נישט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 4:30 pm
דורך חכם-לב
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו האלטסט טאקע אז ר' אהרן פון בעלזא איז געווען א רשע?
איך בין אים נישט דן. איך בין נחשט ראוי, און איך ווייס נישט די פאקטן.
אבער מען קען נישט פארגלאצן די אויגן און מאכן מיט די הענט און זאגן נעע. קדוש. מען דארף וויסן אז עס איז דא מענטשן און היסטאריקער וואס דערציילן זאכן וואס זענען געווען ביים קריג. זכור ימות עולם, בינו שנות דור ודור.
איך האב געזאגט עטליכע מאל, מצווה ליישב.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 4:31 pm
דורך חכם-לב
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די ווערטער פון די רמב"ם, ווי אייביג, זענען קילורין לעינים. אבער מיט אונזער טעמע האבען זיי נישט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דו קענסט לערנען רמב"ם? איך האב בכוונה געלייגט הלכה ח פריער פון הלכה ה.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 4:52 pm
דורך רביה''ק זי''ע
חכם-לב האט געשריבן:אבער מען קען נישט פארגלאצן די אויגן און מאכן מיט די הענט און זאגן נעע. קדוש. מען דארף וויסן אז עס איז דא מענטשן און היסטאריקער וואס דערציילן זאכן וואס זענען געווען ביים קריג. זכור ימות עולם, בינו שנות דור ודור.
איך האב געזאגט עטליכע מאל, מצווה ליישב.
[/quote]
איך ווייס אז ס'איז מעגליך אז ער איז באגאנגען גראבע טעותים, אבער דו האסט ארויפגעברענגט די מעגליכקייט אז ער איז בכלל קיין צדיק נישט געווען, אויף דעם ארויף האב איך געפרעגט.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 5:27 pm
דורך שמעון וואלף
אבו עלא האט געשריבן:https://youtu.be/hm_1ueEx4C0
ווער מאכט די צעדרייטע קליפס?
אקסן
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 5:44 pm
דורך קומזיץ
חכם-לב האט געשריבן:קומזיץ האט געשריבן:חכם-לב האט געשריבן:סמבטיון האט געשריבן:חכם לב, איך ווייס נישט ויאזוי דיינע הענט ציטרן נישט פון שרייבן אזעכע שטותים אויפן הייליגן בעלזער רב ז"ל.
..... און אלע ערליכע יודן האבן פארשטאנען אז א יוד וואס איז זיך מוסר נפש פארן באשעפער יעדן טאג , נישט נהנה געוועהן פון עוה"ז און מחזק געוועהן יודן טאג טעגליך אויף אזא יוד פארלאזט מען זיך אז ער ווייסט וואס ער טוט ,
איר האלט זיך טאקע פאר א גרויסע חכם לב אבער נישט אלעס וואס איר פארשטייט נישט איז א פראבלעם ביי יענעם , קליגערע פון אייך האבן אזוי פארשטאנען
די אלע ערליכע אידן פון וועם דו רעדדטס האבן אים נישט געקענט ביים קריג, און רוח הקודש האבן זיי נישט געהאט. א גרויסע מערהייט פון די אידן וואס האבן דאס מיטגעלעבט זענען גע'הרג'ט געווארן, און הונדערטער פון זיי דורך יד ישראל באמצע שפירא און שפיץ.
ומצווה ליישב.
קשיא מעיקרא ליתא , ר חכם לב פארשטייט נישט די בעלזא רב , באמת א פירכא אויפן בעלזא רב?? , סאיז זיכער געוועהן יודן וואס האבן געוויסט פון דעם מ'האט נישט געהאלטן די פאקטן
מ'דארף האבן א גרויסע מאס איגנארינס און גאוה צו איגנארירן די פאקט אז אלע גדולי ישראל האבן עם מחשיב געוועהן און געהאלטן הייליג
אבער איך בון קלוגער פון יעדעם און ביי מיר איז ער אפגעפרעגט ווילאנג איך טרעף נישט קיין תשובה אין אלעס ווייל מען האט געליינט פון עפעס א פרייע שרייבער..
די גמרא זאגט שוין ת"ח שעבר עבירה בלילה אל תהרהר אחריו ביום
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 6:13 pm
דורך חכם-לב
ומצווה ליישב.
קשיא מעיקרא ליתא , ר חכם לב פארשטייט נישט די בעלזא רב , באמת א פירכא אויפן בעלזא רב?? , סאיז זיכער געוועהן יודן וואס האבן געוויסט פון דעם מ'האט נישט געהאלטן די פאקטן
מ'דארף האבן א גרויסע מאס איגנארינס און גאוה צו איגנארירן די פאקט אז אלע גדולי ישראל האבן עם מחשיב געוועהן און געהאלטן הייליג
אבער איך בון קלוגער פון יעדעם און ביי מיר איז ער אפגעפרעגט ווילאנג איך טרעף נישט קיין תשובה אין אלעס ווייל מען האט געליינט פון עפעס א פרייע שרייבער..
די גמרא זאגט שוין ת"ח שעבר עבירה בלילה אל תהרהר אחריו ביום
ווער האט געוואוסט און געהאלטן פון אים?
היסטאריע איז היסטאריע. ווילסט פארענטפערן? אדרבה, מצווה ליישב, האט ער עס געזעהן אין הימל? שטייט אין הלכה? א בעלזא מנהג? א טשערנאבילע קפידה?
אין פערציג יאר ארום גייט מען האלטן פון דער ************** בורו פארק פאר א צדיק וקדוש, היסטאריע איז אז ער האט פארברענט ספרי קודש פון א גדול וואס האט געשריבן א ספר לשם שמים. ווער וועט אים האלטן פאר א קדוש? די אלע וואס לערנען אין זיין מוסד, און הערן וואס דער יושב ראש ביי כינוסים שרייט צום עולם אין הויכהילכער, און זענען איגנארעמאס צו די היסטאריע. די וואס ווייסן די היסטאריע (ליין: די מיעוט) וועלן נישט קענען פון אים האלטן.
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 6:19 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ב"ה מ׳איז געשפרינגען צו א צווייטען.
קענסט אראפ ברענגען איין פאקט אויף וואס מיר קענען שמועסען? ווער איז געשטארבען צוליעב דער בעלזער רב, וואס ער האט געקענט פארמיידען?
וועלכע ספרים זענען פארברענט געווארען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 6:26 pm
דורך berlbalaguleh
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:ער איז זיכער נישט געוועהן דער איינציגסטער.
מיין זיידע (מאמע'ס טאטע) איז געבליבען מיט'ן בארד און ב"ה ער איז נישט געוועהן א רבי.
און מיין טאטעס טאטע איז געבליבען מיט'ן בארד און ער איז געבוירען געווארען דא אין אמעריקא בערך 1875
א שופר איז א שופר: אבער ס'איז דאך פארהאן א שטיקל חילוק צווישן די נסיונות פונ'ם לעבן אין אמעריקע און זיין אונטער דעם נאצי רעזשים...!
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 6:28 pm
דורך berlbalaguleh
אוהב ספרים האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סתם לידיעה בלעמא, קלויזענבורגער רב איז אויך געבליבן מיט'ן אזויגערופענעם 'דיקנא קדישא'. און ביי איהם איז עס טאקע געווען מיט מסירות נפש.
שקר מוחלט!
אוהב ספרים: מה שאתה אומר זהו שקר מוחלט...!
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 6:31 pm
דורך חכם-לב
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ב"ה מ׳איז געשפרינגען צו א צווייטען.
קענסט אראפ ברענגען איין פאקט אויף וואס מיר קענען שמועסען? ווער איז געשטארבען צוליעב דער בעלזער רב, וואס ער האט געקענט פארמיידען?
וועלכע ספרים זענען פארברענט געווארען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך בין נישט אויף קיין מיסיע, איך האב געגעבן ראשי פרקים בכוונה, איך וויל נישט שרייבן קיין ארטיקל איבער דעם. ס'איז דא גענוג חומר איבער די מענטשן, נאצישע קאלאבערירער און זייער קשר צום בעלזא רב, אייגנטליך, פארקערט, בעלזא רב'ס קשר צו זיי. צוליב א סיבה האט דער רב זכברכה נישט געוואלט אז מען זאל שרייבן איבער די "גרויסע ניסים" וואס איז געשעהן, לויט די בעלזא מקורות, "ווייל עס איז פארהאן אסאך זאכן וואס מען קען נישט פארשטיין".
איך האב דאס נאר געשריבן אין באצוג צו דעם וואס מאנכע האבן געשריבן אז די בעלזע זענען ברוגז אז מ'זאגט אז ער האט זיך דאס בארד אראפגענומען ביים נס הצלה.
און איבער די ספרים קענט איר אריינגיין צום רבי'ן און פרעגן
ער לעבט נאך יא.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2018 6:48 pm
דורך berlbalaguleh
קפה נמס האט געשריבן:ס'ווינדערט מיר ווי יעדער (אפי' @ארי נוהם) איז פארנומען נאר צו אפווענדן די לעכערליכע 'בארד' ראי', און קיינער רעדט נישט פון די שרעקליכע טאקטלאזע זלזול און חוצפה צו זיך גרויסהאלטן מיט אזא זאך.
יעדער ווייסט וואס דאס האט געמיינט פאר די צדיקים נבג"מ צו פארלירן זייער בארד. ס'איז זיכער אז פאר בעלזער רב ז"ל איז דאס געווען ערגער ווי מ'וואלט אים אראפגענומען א האנט, דאס האט אים מסתמא מאראליש צוקלאפט מער ווי די אנדערע פארלוסטן וואס ער האט געהאט.
צו קומען און מאכן פון דעם א 'גערעכט' שפיל ווער ס'איז געווען גרעסער איז אומסענסעטיוו, אומעטיש און מיאוס, און עס קומט מיר פאר ווי איינער זאל טשעפען און זיך גרויסהאלטן קעגן איינעם אז יענער האט פארלוירן א קינד נעבעך...
אייגנטליך איז שוין געווען טאקע אמאל א רבי וואס האט געמאכט אזא 'גערעכט' שפיל ווען עטליכע משפחות האבן פארלוירן ליידער יונגע קינדער/ בחורים אויף א טראגישע אופן...
קפה נמס: און מיט די זעלבע אבסורדאלע הילוך המחשבה (ווי מהר"א האט ארויסגעברענגט) קענמען קומען צו א מורא'דיגע מסקנא וואס איך ווילל אפילו נישט ארויפברענגען על רף שפתי...! ווייל אין די מינוט וואס אונז פרובירן זיך אוועקצושטעללן אלס שופטים פון מער אדער ווייניגער צידקות, קענמען אנקומען צו די ערגסטע מסקנות, וועלכע קענען באמת וויי טון פאר מענטשן...!