בלאט 6 פון 7

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2024 3:03 pm
דורך פסכתר
קהל'ס נער האט געשריבן: איך בין נישט אויפגעוואקסן אויף אזאנע מעשיות, איז דא א מקור צי אזאלכע מעשיות אדער האט עפעס א כיתה ג' רבי עס מחדש געוועהן?!

תוס' עבודה זרה י"ח עמוד א'

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2024 4:10 pm
דורך פאריעריגע שניי
אךטוב האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 1:05 am די שאלה איז אויב זי איז געווען אונטער די אויפזוכט פון א סייקייטריסט.
יא!! זי איז געווען אונטער גאר גרויסע טעראפיסטן אין סקייעטריסט.. זיי האבן געהאלטן אז זי טיט סאך בעסער, אזוי האט אויסגעזען פאר אלע ארומיגע.
געהערט אז די פראפעסיאנאלע געמיינדע איז ספעציעל די וואס זענען באהאווענט אין איר קעיס זענען שטארק שאַקט מיט וואס ס'איז געשען אוי פלוצלינג

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2024 4:42 pm
דורך פאריעריגע שניי
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 8:27 am
מר. קלונימוס האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 1:53 am
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 12:18 am איינער האט די ציפער פון וויפיעל סועסיידס אדער מעשיות אוואו דאס עס איז געווען אין אולטרע היימישע קאמיוניטי די לעצטע עטליכע וואכן?

די נומבער וואס דו גאס ווייסט איז האר אויפשטעלנד, איך רעד שוין נישט פון די וואס מען פארשווייגט מיט אניריזם אדער הארץ אטאק.

זייער אסאך. עטליכע טויזענט אין וויליאמסבורג אליינס. א חביבים מעמבער האט מיר געזאגט אז דאס איז נאר אין אלט וויליאמסבורג, מיט ניי וויליאמסבורג צוזאמען זענען די נומבערס נאך מער האר אויפשטעלנד
שטארקע סארקאזאם, יא און דאס איז די סיבה פארוואס ביי אונז איז עס נאך שטארק סטיגמעטייזט, דער יונגערמאן קומט אריין אין קאווע צימער און מאכט א גוטע וויץ און יאלא גארנישט פאסירט פאריאר זומער יונגערמאן געטאנצן אין ווילי, דריי בחורים היימיש היימיש גענומען דאס לעבן זייערע אין די לעצטע צוויי חדשים, קינד דערשטאכן טאטע און מאמע אין בארא פארק, יונגערמאן מיט א שטוב פון 6 זיך געפארטיגט צוויי וואכן צירוק, א מאמע מסדר געווען אירע צוויי נעכטען, און סארקאזם איז עכט קעיוט, קודאוס פאר דיין ברעווערי.
נאר אנצומערקן אז עס איז קלאר געווען נאך פעלער די לעצטע שטיק צייט, וואס איז 100 פראצענט קאנפערמיד נאר דא האט מען מיר געמעקט דערוועגן וויל איך נישט שרייבן נאכאמאל. די לעצטע wave פון סוסיידס איז איום ונורא, קיינמאל בעפאר האט די היימישע קאמיונעטי געהאט אזא פראבלעם אויף אזא שטאפל

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2024 6:59 pm
דורך קהל'ס נער
פסכתר האט געשריבן: תס' עבודה זרה י"ח עמוד אלף

די קינדער האבן עס אליינס געטוהן ווייל מען האט זיי פארדרייט א קאפ בבחינת שומרים קארדס, אז ס'איז ביהרג ואל יעבור, ע"פ הלכה האבן זיי עס נישט געמעגט טוהן, אלץ מאבד עצמו לדעת.

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 1:45 am
דורך שמן למאור
קהל'ס נער האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 6:59 pm
פסכתר האט געשריבן: תס' עבודה זרה י"ח עמוד אלף

די קינדער האבן עס אליינס געטוהן ווייל מען האט זיי פארדרייט א קאפ בבחינת שומרים קארדס, אז ס'איז ביהרג ואל יעבור, ע"פ הלכה האבן זיי עס נישט געמעגט טוהן, אלץ מאבד עצמו לדעת.
אקעי, הער שוין אויף צו פארדרייען די תורה און עס מאכן ליבעראל. אז דו ווילסט אפלאזן די תורה, גא אהעד, אם אלל פאר איט, אבער פארוואס סתם פארדרייען וואס שטייט? די תורה איז אן עקסטרעמע פונדאמענטאלע דאקטארין, מען קען עס נישט ספינען.

תוס' זאגט קלאר אז ווען מען האט מורא אז מען וועט צוקומען צו אן עבירה דאן איז 'מצוה' לחבל עצמו. און תוס' ברענגט א ראיה אז ס'איז א מצוה פון דעם וואס די גמרא פארציילט אין מס' גיטין וועגן די קינדערלעך וואס זענען נעבעך אריינגעטאנצן אינעם ים און זיך גענומען דאס לעבן ווייל זיי האבן פארשטאנען אז מען פירט זיי לדבר עבירה.

קענסט שרייען אז תוס' איז עקסטרעם, קענסט שרייען אז ס'איז ממש אייסיס רעטאריק און וועסט אפשר זיין גערעכט אויך, אבער עס טוישט נישט די מציאות אז תוס' האלט און שרייבט אזוי.

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 9:18 am
דורך אלפא
איבוד לדעת - אדער assisted dying איז דאך שוין היינט גאר א ליבעראלע קאנצעפט!

אזא הפה שאסר הוא הפה שהתיר, די תורה וועלכע געבט אן אביעקטיווע הערכה צום לעבן איז מתיר זיך צו נעמען דאס לעבן ווען מ'קען צוקומען עובר צו זיין אויפן תורה (הגם עס איז נישט מענדעטארי.. אפי' איבער די דריי עבירות בלייבט מען אן אונס אויב מ'האט זיך נישט געלאזט הרג'נען.)
און די לינקע וועלכע געבן מתחילה נישט קיין וועליו פאר 'לעבן' זיי זענען מתיר זיך צו נעמען דאס לעבן ווען דו ביסט מחליט אז עס איז דיר נישט ווערד מער...

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 3:40 pm
דורך סקעפטיקער
עי' שו"ת בשמים ראש סימן ש"א

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 4:53 pm
דורך האניג
נישט פארגעסן רבותי, מען רעדט דארט פון פארטיגן זיך זעלבסט, נישט א צווייטן ח"ו.

איך ווייס אז עס זענען דא מעשיות ווען מען האט געהרג'ט אייגענע קינדער אבי זיי זאלן זיך נישט שמד'ן. (געליינט אלס א קינד אין א מנחם מענדל בוך, אוי האב איך פארגאסן טרערן), אבער לכאורה איז עס וויסטע עם הארצות און רציחה

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 5:05 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בענין הלכה - אין קינות (נוסח אשכנז) ווערט דערמאנט דער ענין פון הרגנ'ן קינדער נישט אריין צו פאלן אין שמד.

דער בית יוסף אין בדק הבית יו"ד סימן קנ"ז ברענגט א מחלוקת ראשונים צו עס איז אויסגעהאלטן צו נישט, ועיי"ש.

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 5:13 pm
דורך סקעפטיקער
האניג האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 4:53 pm נישט פארגעסן רבותי, מען רעדט דארט פון פארטיגן זיך זעלבסט, נישט א צווייטן ח"ו.

איך ווייס אז עס זענען דא מעשיות ווען מען האט געהרג'ט אייגענע קינדער אבי זיי זאלן זיך נישט שמד'ן. (געליינט אלס א קינד אין א מנחם מענדל בוך, אוי האב איך פארגאסן טרערן), אבער לכאורה איז עס וויסטע עם הארצות און רציחה
עס איז דא שמועס דערוועגן אין בית יוסף סי' קנ"ז אין בדק הבית

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 7:56 pm
דורך צוויי
מנשסתר האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 5:00 pm ווייל מען האט נאר געשחט'ן קינדער ווען די גויים האבען ארום גערינגעלט די אידישע הייזער און געהאלטען ממש נאנט זיי צו כאפען און מאכען פון זיי גוטע קריסטען
משא"כ היינט
א מענטש מיט א סמארטפאון איז געקומען צום טיר צו דערליווערן א פעקל, זי האט מורא געהאט אז ער זאל זיי נישט מאכן פאר גוטע סמארטיסטען.....

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 10:38 pm
דורך moody
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 5:05 pm בענין הלכה - אין קינות (נוסח אשכנז) ווערט דערמאנט דער ענין פון הרגנ'ן קינדער נישט אריין צו פאלן אין שמד.

דער בית יוסף אין בדק הבית יו"ד סימן קנ"ז ברענגט א מחלוקת ראשונים צו עס איז אויסגעהאלטן צו נישט, ועיי"ש.
ר׳ חיים סולובייציק האחרון ווייזט אויף אז ס׳קעניש זיין אז די ראשוני אשכנז האבן באמת געהאלטן אז עס איז מותר צו הרג׳ען להציל משמד, נאר זאגן פאר אידישע מאמע וואס האט מקריב געווען איר קינד אז זי איז א רוצח איז פשוט נישט מעגליך.

אר ניצט דעס פאר קלאסישע דוגמא פון וויאזוי הלכה טוהט זיך דעוועלאפן.

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 11:37 pm
דורך פעטער בייטשיקל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 5:05 pm בענין הלכה - אין קינות (נוסח אשכנז) ווערט דערמאנט דער ענין פון הרגנ'ן קינדער נישט אריין צו פאלן אין שמד.

דער בית יוסף אין בדק הבית יו"ד סימן קנ"ז ברענגט א מחלוקת ראשונים צו עס איז אויסגעהאלטן צו נישט, ועיי"ש.

כברענג אראפ דאס לשון הבית יוסף:
ומעשה ברב אחד ששחט תינוקות הרבה בשעת השמד, שירא שיעבירום על דת, והיה עמו רב אחר וכעס עליו וקראו רוצח, והוא לא חשש לדבריו. ואמר הרב המונע, אם כדברי, יהרג אותו רב במיתה משונה. וכן היה, שתפסוהו גוים והיו פושטים עורו ונותנים חול בין העור והבשר. ואחר כך נתבטלה הגזרה, ואם לא שחט אותם אפשר שהיו ניצולים ולא היו הורגים אותם.

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 11:39 pm
דורך פעטער בייטשיקל
אפילו לויט דער שיטה וואס ער ברענגט פארדעם, אז עס נאר למסור עצמו. נישט די קינדער.

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 4:26 am
דורך נחום הסופר
ליקווד המומה: המטופל דקר למוות את הרב שלמה לאננער ז"ל
ברוך דיין האמת: טרגדיה נוראה בקהילה החרדית בלייקווד, הרב שלמה לאננער ז”ל, מנהל מרכז למתמודדי נפש בניו ג’רזי, נדקר למוות על ידי אחד המטופלים, באמצע יום עבודה שגרתי | המשטרה חוקרת את האירוע | בן 49 בפטירתו הטראגית

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 6:40 am
דורך פוילישע פעפער
נחום הסופר האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 4:26 am ליקווד המומה: המטופל דקר למוות את הרב שלמה לאננער ז"ל
ברוך דיין האמת: טרגדיה נוראה בקהילה החרדית בלייקווד, הרב שלמה לאננער ז”ל, מנהל מרכז למתמודדי נפש בניו ג’רזי, נדקר למוות על ידי אחד המטופלים, באמצע יום עבודה שגרתי | המשטרה חוקרת את האירוע | בן 49 בפטירתו הטראגית
דאס פארלאנגט א באזונדערע אשכול

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 9:53 am
דורך נאך א שמויגער
נחום הסופר האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 4:26 am ליקווד המומה: המטופל דקר למוות את הרב שלמה לאננער ז"ל
ברוך דיין האמת: טרגדיה נוראה בקהילה החרדית בלייקווד, הרב שלמה לאננער ז”ל, מנהל מרכז למתמודדי נפש בניו ג’רזי, נדקר למוות על ידי אחד המטופלים, באמצע יום עבודה שגרתי | המשטרה חוקרת את האירוע | בן 49 בפטירתו הטראגית
איך זאג נישט ח״ו אז ס׳קומט איינער אזא ביטערע זאך אבער פארוואס דארף מען פירען א מרכז פאר חולי נפש אין אטלאנטיק סיטי ווען מ׳דארף מטפל זיין פריער מיט׳ן אייגענע עולם?

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 12:59 pm
דורך [NAMELESS]
צוויי האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 7:56 pm
מנשסתר האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 5:00 pm ווייל מען האט נאר געשחט'ן קינדער ווען די גויים האבען ארום גערינגעלט די אידישע הייזער און געהאלטען ממש נאנט זיי צו כאפען און מאכען פון זיי גוטע קריסטען
משא"כ היינט
א מענטש מיט א סמארטפאון איז געקומען צום טיר צו דערליווערן א פעקל, זי האט מורא געהאט אז ער זאל זיי נישט מאכן פאר גוטע סמארטיסטען.....
נו נו

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:54 pm
דורך שיינע איד
נאך א שמויגער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 9:53 am
נחום הסופר האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 4:26 am ליקווד המומה: המטופל דקר למוות את הרב שלמה לאננער ז"ל
ברוך דיין האמת: טרגדיה נוראה בקהילה החרדית בלייקווד, הרב שלמה לאננער ז”ל, מנהל מרכז למתמודדי נפש בניו ג’רזי, נדקר למוות על ידי אחד המטופלים, באמצע יום עבודה שגרתי | המשטרה חוקרת את האירוע | בן 49 בפטירתו הטראגית
איך זאג נישט ח״ו אז ס׳קומט איינער אזא ביטערע זאך אבער פארוואס דארף מען פירען א מרכז פאר חולי נפש אין אטלאנטיק סיטי ווען מ׳דארף מטפל זיין פריער מיט׳ן אייגענע עולם?
וואס הייסט פארוואס? פאר פרנסה ער איז נישט געווען אין די נאן פראפיט וועלט

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 2:04 pm
דורך א אידיש קינד
moody האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 10:38 pm
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 5:05 pm בענין הלכה - אין קינות (נוסח אשכנז) ווערט דערמאנט דער ענין פון הרגנ'ן קינדער נישט אריין צו פאלן אין שמד.

דער בית יוסף אין בדק הבית יו"ד סימן קנ"ז ברענגט א מחלוקת ראשונים צו עס איז אויסגעהאלטן צו נישט, ועיי"ש.
ר׳ חיים סולובייציק האחרון ווייזט אויף אז ס׳קעניש זיין אז די ראשוני אשכנז האבן באמת געהאלטן אז עס איז מותר צו הרג׳ען להציל משמד, נאר זאגן פאר אידישע מאמע וואס האט מקריב געווען איר קינד אז זי איז א רוצח איז פשוט נישט מעגליך.

אר ניצט דעס פאר קלאסישע דוגמא פון וויאזוי הלכה טוהט זיך דעוועלאפן.
ווער איז רבי חיים סולובייציק האחרון?

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 2:18 pm
דורך צקון לחש
א אידיש קינד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 2:04 pm ווער איז רבי חיים סולובייציק האחרון?

זוהן פון רבי יאשע בער האחרון

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:23 pm
דורך נאך א שמויגער
שיינע איד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:54 pm
נאך א שמויגער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 9:53 am
נחום הסופר האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 4:26 am ליקווד המומה: המטופל דקר למוות את הרב שלמה לאננער ז"ל
ברוך דיין האמת: טרגדיה נוראה בקהילה החרדית בלייקווד, הרב שלמה לאננער ז”ל, מנהל מרכז למתמודדי נפש בניו ג’רזי, נדקר למוות על ידי אחד המטופלים, באמצע יום עבודה שגרתי | המשטרה חוקרת את האירוע | בן 49 בפטירתו הטראגית
איך זאג נישט ח״ו אז ס׳קומט איינער אזא ביטערע זאך אבער פארוואס דארף מען פירען א מרכז פאר חולי נפש אין אטלאנטיק סיטי ווען מ׳דארף מטפל זיין פריער מיט׳ן אייגענע עולם?
וואס הייסט פארוואס? פאר פרנסה ער איז נישט געווען אין די נאן פראפיט וועלט
און ס׳פעלט אין לעיקוואוד צוויי קליינע מיידלעך שלא טעמו טעם חטא און א אינגערמאן. האט ער כאטש איבערגעלאזט א שיינע ירושה פון זיין פראפיט?

Re: שרעקליכע טראגעדיע אין לעיקוואד: צוויי קינדער געהארגעט ה"י

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:25 pm
דורך היימלינד
נאך א שמויגער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:23 pm

explain