בלאט 6 פון 6
בקשה כללית!
נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 7:08 am
דורך נייגעריגער
איך האב שוין אפאר מאל געוואלט בעטן פון ידידינו "זר זהב" אז ווען ער עמבעדירט א ווידיאו ערגעץ אין שטיבל זאל ער אויכעט לייגן א לינק פארדעם אדער נאכדעם, ווייל מיין מאוביל בראוזער ערלויבט מיר נישט זען די עמבענדעט ווידיאו, אבער דורך א לינק קען איך עס זען דורך א סעפערירטע עפפ!
בתקוה להבנה, ייש"כ למפרע
נייגעריגער עט קאווע שטיבל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 4:56 pm
דורך שעפטל
דעוויד רענטא האט געשליכטעט זיין סיוויל לאוסוט מיט די סיטי פאר 6.4 מיליאן דאלער
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:00 pm
דורך גם כי אלך
לכאורה איז דאס פאר אים א גאלדענעם געשעפט.
אין תפיסה וואלט ער סייווי אנגעקומען צוליב זיינע פילע אנדערע מעשים טובים, נו איז ער געזיצן עטוואס לענגער און ארויסגעקומען א מיליאנער...
אזא נייעס ערוועקט אבער נאכאמאל א שאנדע אויף די היימישע עסקנים וואס האבן אויסגעאיבט דעם פובליק דריק און געברענגט דערצו אז א אומשולדיגער פערזאן זאל אפזיצן
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:45 pm
דורך דער (פינטעל) איד
זייער ווייניג געלט
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:12 pm
דורך berlbalaguleh
דעת תורה האט געשריבן:וואס הייסט? די לייסענס פלעיטס איז דאך געווען יחזקאל שמש'ס פלעיטס, ניין?
זיי זענען געזיצן אין אן אנדערע קאר פאר ער/זיי האבן געשאסן אויף ר' יחזקאל.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:20 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:22 am
דורך איינער
גם כי אלך האט געשריבן:לכאורה איז דאס פאר אים א גאלדענעם געשעפט.
אין תפיסה וואלט ער סייווי אנגעקומען צוליב זיינע פילע אנדערע מעשים טובים, נו איז ער געזיצן עטוואס לענגער און ארויסגעקומען א מיליאנער...
אזא נייעס ערוועקט אבער נאכאמאל א שאנדע אויף די היימישע עסקנים וואס האבן אויסגעאיבט דעם פובליק דריק און געברענגט דערצו אז א אומשולדיגער פערזאן זאל אפזיצן
וואס?! צו זיצען אין תפיסה אומשולדיג אן וויסן אז דיין אומשולד וועט אמאל ארויסקומען אדער בכלל לעבען ארויס צו קומען, איז קיינמאל קיין גאלדענעם געשעפט.
נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 9:26 am
דורך ליפא
היינט אדער נעכטן איז די יארצייט
נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 2:12 pm
דורך שבת אחים
שוידערליך. כ׳געדענק נאך די מעשה ווי נעכטן, אונז האבן געוואוינט א גאס אוועק.
נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 2:44 pm
דורך יואלי וואלפסאן
נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 11:54 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב דאמאלס געדרייווט א באס פאר א ישיבה אין וויליאמסבורג. איך בין געווען זייער שטארק שאקירט ווען כ'האב געהערט די בשורה לא טובה. איך האב געקענט ר' יחזקאל פערזענליך. זייער א ליבליכער מענטש. ער האט א יעדן געקענט. ער איז אויך געווען דער ..."שעריף" אין די קהילה. טשיעף לאו ענפארסמענט אפיסער...! ווען מ'האט געדארפט א טובה איז ער געווען דער ערשטער צו לויפן און טון די טובה...!
יהא זכרו ברוך...!...
איבער דעם הונטערגרונט פון די גאנצע פרשה. די אנגעבליכע סיבה פאר'ן שיסן ר' יחזקאל. און די רויב קאנספיראציע איז בשעתו באשריבן געווארן דורך דעם פון די אינשי דלא מעלי חיים'קע שאולזון לחרפה ולדראון עולם. ממילא וויל איך נישט אריינגיין אין יענע פרטים. אבער ס'איז אן אינטרעסאנטע פרשה וועלכע איז כדאי גרונטליך אויסגעפארשט צו ווערן. און באריכטעט פאר'ן ברייטן ציבור...!
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2017 12:47 am
דורך שבת אחים
ר׳ בערל די מעשה מיט ר׳ יחזקאל שמש און די מעשה מיט די מיידל וואס מהאט געזוכט פאר אפאר טעג און צום סוף געטראפן דורך קאנסטראקשען ארבעטארער אינטער די ווימסבג בריטש, האלב פארברענט, טאכטער פון די רוסישע שוסטער אויף ווילסאן, די צוויי מעשיות זענען געוועהן מיין גרעסטע קאשמאר אלץ קינד, די שרעק איז מיר געבליבן איינגעקריצט אין די ביינער... אוי דער שוסטער, אזא וויואלע איד געוועהן, דער צווילדעוועטר ארעסטאנט איז פונקט יענע טאג ארויס פון תפיסה און איהר אנגעטראפן, רח״ל.
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2017 8:12 am
דורך שמעקעדיג
שבת אחים האט געשריבן: און די מעשה מיט די מיידל וואס מהאט געזוכט פאר אפאר טעג און צום סוף געטראפן דורך קאנסטראקשען ארבעטארער אינטער די ווימסבג בריטש, האלב פארברענט, טאכטער פון די רוסישע שוסטער אויף ווילסאן.
לפי זכרוני איז פון מארסי, נישט ווילסאן. יאגעדייעוו איז געווען די נאמען, עפעס אזוי.
יאפ, דאס זענען טאקע געווען קאשמארן אלס יונג קינד.
Re: ברעקינג: מערדער פון ר' יחזקאל שמש אויף דער פריי
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2017 10:24 pm
דורך שלי שלך
אויף ווילסאן צווישן ליע און דעוויזאָן