בלאט 7 פון 12
נשלח: מוצ"ש יוני 09, 2018 11:40 pm
דורך קומזיץ
חכם-לב האט געשריבן:ומצווה ליישב.
קשיא מעיקרא ליתא , ר חכם לב פארשטייט נישט די בעלזא רב , באמת א פירכא אויפן בעלזא רב?? , סאיז זיכער געוועהן יודן וואס האבן געוויסט פון דעם מ'האט נישט געהאלטן די פאקטן
מ'דארף האבן א גרויסע מאס איגנארינס און גאוה צו איגנארירן די פאקט אז אלע גדולי ישראל האבן עם מחשיב געוועהן און געהאלטן הייליג
אבער איך בון קלוגער פון יעדעם און ביי מיר איז ער אפגעפרעגט ווילאנג איך טרעף נישט קיין תשובה אין אלעס ווייל מען האט געליינט פון עפעס א פרייע שרייבער..
די גמרא זאגט שוין ת"ח שעבר עבירה בלילה אל תהרהר אחריו ביום
ווער האט געוואוסט און געהאלטן פון אים?
היסטאריע איז היסטאריע. ווילסט פארענטפערן? אדרבה, מצווה ליישב, האט ער עס געזעהן אין הימל? שטייט אין הלכה? א בעלזא מנהג? א טשערנאבילע קפידה?
אין פערציג יאר ארום גייט מען האלטן פון דער ************** בורו פארק פאר א צדיק וקדוש, היסטאריע איז אז ער האט פארברענט ספרי קודש פון א גדול וואס האט געשריבן א ספר לשם שמים. ווער וועט אים האלטן פאר א קדוש? די אלע וואס לערנען אין זיין מוסד, און הערן וואס דער יושב ראש ביי כינוסים שרייט צום עולם אין הויכהילכער, און זענען איגנארעמאס צו די היסטאריע. די וואס ווייסן די היסטאריע (ליין: די מיעוט) וועלן נישט קענען פון אים האלטן.
איר האט נישט פארענפערט די גמרא ת"ח ..אל תהרהר אחריו ,
איר באציט זיך צו היסטאריע אבער איר פארגעסט אז דאס איז איין פארנעפעלטע פאקט וואס איז געוועהן אונטער אויסטערלישע שווערע אומשטענדען און נישט קלאר פונקטליך אלע פאקטן, און ווי ליטוואק האט שוין געשריבן אז מ'זעהט נישט נישט קיין פראבלעם מיט דעם, און מיט דעם ווילסטו אפפאסקענען די מענטש אז אויב האסטו נישט קיין תירוץ איז ער פראבלעמאטיש,
אבער אינדערצייט איגנארירסטו די גרעסערע חלק פון היסטאריע פון א יוד וואס האט געדיענט די באשעפער מיט מסירות נפש כל ימיו און נאכן קריג איז געוועהן רעספעקטירט ביי אלע גדולי ישראל אלס צדיק וקדוש און מ'האט זיך גערעכנט מיט זיין דעה און השקפה
און די מאכסט אוועק די גאנצע היסטאריע מיט אזא כעין תמימותדיגע שאלה "ווער האט געהאלטן פוןעם??" , און אלטץ כדי זיך צו שפירן פון די מיעוט וואס קענען היסטאריע און זענען קליגער פון אלע ערליכע יודן און גדולי ישראל
עס זעהט נישט אויס ווי איר זיכט דא די אמת.
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 12:22 am
דורך רביה''ק זי''ע
berlbalaguleh האט געשריבן:אוהב ספרים האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סתם לידיעה בלעמא, קלויזענבורגער רב איז אויך געבליבן מיט'ן אזויגערופענעם 'דיקנא קדישא'. און ביי איהם איז עס טאקע געווען מיט מסירות נפש.
שקר מוחלט!
אוהב ספרים: מה שאתה אומר זהו שקר מוחלט...!
קום אריין מיט מער אינפא.
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 2:20 am
דורך Avrom
אז די קענסט זאגן אזאנס ביסטו נעבך אימוויסנד
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 11:22 am
דורך אישתישבי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ב"ה מ׳איז געשפרינגען צו א צווייטען.
קענסט אראפ ברענגען איין פאקט אויף וואס מיר קענען שמועסען? ווער איז געשטארבען צוליעב דער בעלזער רב, וואס ער האט געקענט פארמיידען?
וועלכע ספרים זענען פארברענט געווארען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ר' ישעיה האלבערשטאם, זוהן פין צאנזער רב.
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 11:24 am
דורך אישתישבי
באמת איז דער אשכול מער איבער דער בארד מימרא פין לב אהרן, אינטערעסאנט, אז דער שכינה האט נישט מגין געוועהן אויף איר זוהן ער זאל איבערלאזן דורות.
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 12:28 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אישתישבי האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ב"ה מ׳איז געשפרינגען צו א צווייטען.
קענסט אראפ ברענגען איין פאקט אויף וואס מיר קענען שמועסען? ווער איז געשטארבען צוליעב דער בעלזער רב, וואס ער האט געקענט פארמיידען?
וועלכע ספרים זענען פארברענט געווארען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ר' ישעיה האלבערשטאם, זוהן פין צאנזער רב.
קודם, האסטו פארדרייט די מעשה. עס איז געבליבען איין פלאץ אין קאר, און דער גבאי פון בעלזער רב האט עס גענומען און נישט געגעבען פאר ר' ישעיה'לע אזוי ווי מ'וואלט געהאפט. וואס האט עס מיט דער בעלזער רב? און ווידער, דער גבאי האט עס געמוזט אוועק געבען? פארוואס? חייך קודמין!
אין לעיקוואד האט געוואוינט א איד וואס איז געווען אין דער באכניא געטו, א חסיד פון ר' ישעיה'לע. א חבר האט מיר געזאגט אז ער האט געשמועסט מיט יענער איד וועגען די מעשה, און יענער האט איהם געזאגט אז ר' ישעיה'לע האט קיינמאל נישט געגלויבט אין די הצלה, און ער האט אליינס נישט געוואלט הערען פון אזא וועג פון אנטלויפען.
אבער לשיטתך, וואס האט דער בעלזער רב'ס אנטלויפען צו טוהן מיט ר' ישעיה'לע? ווען ער האט געהאלטען ביים בלייבען, וואס וואלט ר' ישעיה'לע געטוהן? מ'האט אראנדזשירט די גאנצע הצלה ספעציעל פאר'ן בעלזער רב, ווען ער האלט נישט ביים גייען, וואלט עס נישט געגאנגען. איך זעי נישט וואס זיין אנטלויפען האט צוטוהן מיט ר' ישעיה'לע
טאמער דו האסט קראנטע מעשה'ס אז מענטשען האבען געליטען צוליעב זיין אנטלויפען, אז די נאמיס האבען נוקם געווען וכדו', און די וואס מ'האט נוקם געווען אין זיי וואלטען געבליבען לעבען ווען נישט, דעמאלס האסטו א טענה. אבער ביזדערווייל זעי איך נישט אז אזוי איז געשען
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 4:37 pm
דורך קפה נמס
די פאקטן זענען נישט אזוי אקוראט. די הצלה האבן בעלזער חסידים אראנזשירט צוזאמען מיט טשחויב'ער חסידים, דאס איז געווען זיכער אז איין פלאץ האט געהערט פאר בעלזער רב און איין פלאץ פאר ר' ישעי'לע.
די שאלה איז געווען אויפ'ן דריטן פלאץ, ר' ישעי'לע האט געזאגט אז ער גייט נישט אהן זיין זוהן, און בעלזער רב האט געזאגט אז ער גייט נישט אהן זיין ברודער דער בילגורייער רב.
און די בעלזער חסידים האבן אויסגעפירט, און ר' ישעי'לע האט נישט געוואלט גיין אליינס, האט דער בעלזער גבאי גענומען זיין פלאץ. די טשחויב'ער חסידים זענען געווען שאקירט ווען די קאר איז אנגעקומען אהן זייער רבי'ן.
ס'איז שווער צו דן זיין ווער ס'איז גערעכט, טראכטנדיג פון די דעמאלטס'דיגע אומשטענדן כאפט א שוידער.. און דא זענען אנדערע פארנומען ווער ס'איז נישט געווען אויף די מדריגה צו בלייבן מיט די בארד..
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 4:43 pm
דורך סיקריק
מחאה
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 6:06 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נישט געוואלט גיין איז נישט בעלזער רב'ס שולד, אפילו לויט דיין גירסא, וואס איז נאר א צווייטע גירסא, און די עדות פון דער איד אין לעיקוואד איז ביי מיר פונקט אזוי אויפ'ן וואגשאהל.
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 6:26 pm
דורך אונטער חכם
סיקריק האט געשריבן:מחאה
איך בין זיכער אז דער לץ האט שוין מער ווי איינמאל גערעדט דערפון אז נאר דער רבי איז געבליבן מיטן בארד אפשר נישט פונקטליך דעיס אבער כאטש עפעס ענליך.
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 6:27 pm
דורך אישתישבי
די אלע דיונים זענען זייער שיין ווען עס האנדעלט זיך צוויי אידן שותומ"צ, ווען מען רעדט כלומרשט פין א מלאך אלקים, און מען הערט פין זיין התנהגות מיט מקרב זיין קאפויס און מרעין בישין און נישט וועלען גיין אהן דער ברודער און לאזען דער גבאי אוועק שטופען ר' ישעיה'לע ביים טיר פין דער קאר אלץ חייך קודמין, איז ביי מיר פשוט איין זאך, א מלאך אלקים איז ער נישט, א איד וואס איז אלעס גרייט אוועק צו געבן פאר א צווייטער איז ער נישט. יא יא, גערעכט נישט גערעכט מהיכי תיתי, מען קען קיינעם נישט דן זיין אין דער מצב פין דעמאלס, און אוודאי און אוודאי איז דער קאמענט פין דער בארד א שטות והבל, אבער ווען מער מאכט איינעם פאר א מלאך אלקים, און למעשה ווען דער לעבען איז אין געפאר איז זיין התנהגות פונקט ווי א צווייטער, זאגט עס עפעס.
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 6:45 pm
דורך יין שרף
סיקריק האט געשריבן:מחאה
אייזענע טיטלן אויף ר' מנשה, שומר פיו ולשונו...

#לצים
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 7:36 pm
דורך דער דאס
ווער רעדט נאך פון 'דובר אמת בלבבו' אין זיין הארץ אפשר.. בעל פה אדער בכתב זיכער נישט!!
יין שרף האט געשריבן:#לצים
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 7:39 pm
דורך קפה נמס
אישתישבי האט געשריבן: און לאזען דער גבאי אוועק שטופען ר' ישעיה'לע ביים טיר פין דער קאר אלץ חייך קודמין,
קוק ווי מעשיות ווערן געבוירן. פון א סברא וואס @ליטוואק האט ארויפגעברענגט בדרך אפשר, איז שוין געווארן א געשיכטע. דערמאנט מיך פון דיינע ספייקי מעשיות...
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 7:44 pm
דורך אישתישבי
כ כ'האב נישט קיין אהנונג וואס די רעדסט, אזוי איז די מעשה באקאנט פאר די לעצטע זיבעציג יאר, עס מאכט נישט קיין נפקא מינה לגבי די מעשה. די תירוצים פין חייך קודמין דינען דא אויך.
און לגבי דיין ראי' פין ספייקי, ווייזט נאר פארקערט, אז פאר דיין פארטיי וועסטו אלס זאגן.
Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 7:52 pm
דורך קפה נמס
כ'ווייס נישט ווער מיין פארטיי איז.. אפשר די טשחויב'ער פארטיי ?
ביי די ספייקי אשכול האט מען געזעהן דיין ארויפטאנצן אויף יעדע ווארט וואס איינער זאגט, און ציען אומבאגרינדעטע מסקנות...
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 7:58 pm
דורך אישתישבי
און ביי דער אשכול זעהט מען אז די ביסט נעבעך אנגעווייטאגט פין ספייקי, האט ער דיר אפשר אויך געפראקט?
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 9:54 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אישתישבי האט געשריבן:די אלע דיונים זענען זייער שיין ווען עס האנדעלט זיך צוויי אידן שותומ"צ, ווען מען רעדט כלומרשט פין א מלאך אלקים, און מען הערט פין זיין התנהגות מיט מקרב זיין קאפויס און מרעין בישין און נישט וועלען גיין אהן דער ברודער און לאזען דער גבאי אוועק שטופען ר' ישעיה'לע ביים טיר פין דער קאר אלץ חייך קודמין, איז ביי מיר פשוט איין זאך, א מלאך אלקים איז ער נישט, א איד וואס איז אלעס גרייט אוועק צו געבן פאר א צווייטער איז ער נישט. יא יא, גערעכט נישט גערעכט מהיכי תיתי, מען קען קיינעם נישט דן זיין אין דער מצב פין דעמאלס, און אוודאי און אוודאי איז דער קאמענט פין דער בארד א שטות והבל, אבער ווען מער מאכט איינעם פאר א מלאך אלקים, און למעשה ווען דער לעבען איז אין געפאר איז זיין התנהגות פונקט ווי א צווייטער, זאגט עס עפעס.
ערשטנס, א מלאך האט אויך געפילן און קען אויך מאכן גרייזן. צווייטנס, די רב ז"ל איז נישט געווען קיין מלאך, ווען יא וואלט ער נישט געדארפט עסן, נישט געקענט האבן קיין קינדער, און נישט געדארפט ארויסגיין. וק"ל.
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 10:21 pm
דורך גדליה
איש תשבי ברענגט ארויף א גוטע נקודה.
מען רעדט כסדר פון בעלזער רב ווי ער איז געווען למעלה מדרך הטבע. כ'בין זיכער אלעס איז אמת ויציב. אבער אויב בשעת חירום פירט מען זיך נישט אויף אנדערש ווי סיי וועלכע בשר ודם, מאכט קשרים מיט וועמען ס'לוינט זיך, פארקוקט אויף אנדערע לעבנס כדי צו ראטעווען דעם אייגענעם, וואספארא פשט האט דאס גאנצע פארהייליגן.
דאס זעלבע איז שווער אויפ'ן לב אהרן'ס פעטער. די בארד וואס איז אים געבליבן גאנץ קומט דאך אוודאי פון דעם וואס ער איז געווען פון די קאסטנער טראנספארט. אפנים אז ער האט נישט גורס געווען יהרג ואל יעבור ווען ס'געקומען צו נהנה זיין פון די רשעים. נו, ברויך מען אפשיקן א דאנק בריוול פאר משפחת קאסטנער פאר'ן אפראטעווען דעם רבי'ן און זיין דיוקנא קדישא וואס אן דעם וואלט די גאנצע קנאות געווען אין געפאר.
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 10:54 pm
דורך signout
מנשה פילאפ איז דאס מאל קעגן מהר''א
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2018 12:53 am
דורך [NAMELESS]
signout האט געשריבן:מנשה פילאפ איז דאס מאל קעגן מהר''א
גערעכט איז גערעכט ער האט א וואלידע פונקט...
א שאד אזא שיינע דרשה פארוואס האט ער דאס געמוזט אריינווארפן?
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2018 1:43 am
דורך גדליה
א שאד אזא שיינע דרשה פארוואס האט ער זיך געמוזט ארויפכאפן אויף די דריי ווערטער?
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2018 2:57 am
דורך Avrom
שנאה מקלקלת השורה