בלאט 7 פון 18
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 4:13 pm
דורך רביה''ק זי''ע
זאגט מיר פריער א אינגעל אז חיים וואלדער איז געשטארבן אין אן עקסידענט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 4:16 pm
דורך petrishke
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זאגט מיר פריער א אינגעל אז חיים וואלדער איז געשטארבן אין אן עקסידענט

אזוי האט דיך א יונגעל געזאגט?
ממילא?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 4:16 pm
דורך קאך_לעפל
בונה של טוב האט געשריבן:נפה האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:די דאזיגע פרשה האט זיך אויסשליסליך נישט געדארפט אזוי מואוס ענדיגן... ווען די א.ג עסקנים וואלטן עס ווען געמיינט ערענסט, וואלט דאס ווען צוגעגאנגאנן אויף א שטילער פארנעם. רבי חיים ז''ל האט געהאט א ווייב און קינדער, און פאמיליע און א סאך גוטע פריינד. וואס האבן זיי דען געטאן? ווי סאך גייט זיין פאמיליע ליידן צוליב דאס רשעות און אומפארגינערישקייט פון די דאזיגע רשעים? האבן זיי דען געמיינט ג-ט? א פייג! מען האט דאך געקענט ארבייטן אין די שטיל? פארוואס האט מען געמוזט פאבליצירן די אינפארמאציע אויף אזא ברייטער פארנעם? האלבע אמת און גאנצע ליגנטס, וואס אין רעזולטאט געווארן מער און מער אויפגעבלאזן פון טאג צו טאג? אזש רבי חיים ז''ל איז נעבאך מיד געווארן פון זיך צו פארענטפערן, און ער האט נישט געקענט צוקוקן צו די שאנדע וואס זיין פארמיליע גייט דורך, אזש ער האט זיך אריינגעיאגט א קויל אין קאפ אויפן קבר פון זיין פארשטארבענעם זון? פארוואס האט זיך דאס געדארפט אזוי אויסלאזן?
ס'איז נישט קיין צווייפל אז די אלע משחיתים וועלכע האבן געהאט א טייל אין זיין פריצייטיגער מארד,
לויט וויי אזוי די וואס זענען אריינגעמישט אין די קעיס זאגן איז שוין געווען רבנים און עסקנים וואס האבן שוין געוויסט 20 יאר צוריק פון זיינע מעשים טובים און חוץ פון מאכן נא נא מיט די פינגער האבן זיי גארנישט געטון, און פארדעם איז דא די כח פון מידיא וואס דאס איז די איינציגסטע וועג אפצושטעלן אזא פארשוין.
ס׳איז נישט קיין צווייפל אז די אלע משחיתים וואס האבן יעצט א טייל אין אפשטילן קרבנות און ווייזן פאר די נעקסטע פוגע אז אויב ער גייט אנקומען צו מזרח נישט קיין חילוק וואס ער האט געטון גייט שטיין אויף אים אין די יתד זצ״ל,
וועלן דערגרייכט ווערן דורך די לאנגע הענט פון ג-ט! דער צארן פונעם מידת הדין וועט זיי באטרעפן, און דאס פארשטארבענער גייסט פון די נפגעים, וועט זיי פארפאלגן און נאכיאגן ביז צו די טיפסטע נארעס. גארנישט וועט זיי נישט באשוצן פון די שטראף פון ג-ט! דאס בלוט פון די קינדער שרייט צו אונז פון דער ערד...[/justify]
כל שנעשה רחמן על האכזרים לסוף נעשה אכזר על רחמנים
אין רחמים בדין!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 4:41 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
petrishke האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זאגט מיר פריער א אינגעל אז חיים וואלדער איז געשטארבן אין אן עקסידענט

אזוי האט דיך א יונגעל געזאגט?
ממילא?
ווארט נאר פאר @מי אני. מיט א הסבר וואס איז דער קאנצעפט פון א "עקסידענט"...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 4:46 pm
דורך בונה של טוב
קאך_לעפל האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:השם ישמור וואס איז wrong מיט אונזער געזעלשאפט. אזוי dense צו זיין.
איר זענט דאך אזוי צוקער זיס...
ערשט האבן מיר געמיינט אז איר זענט טומטום אדער גאר אן אנדרוגינוס,
אצינד זענען מיר איבערגעצייגט אז איר זענט ווירקליך פון די עזרת נשים...
דיין ענטפער דערציילט מער וועגן דיר ווי וועגן בת קול
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 4:52 pm
דורך היסטאריע
איינער ווייסט דא, וואס איז געוועהן די מטרה פין דער בית דין המיוחד. ווער איז געוועהן דער תובע אבער נתבע, כדי א בית דין זאל זיך נעמען צו אויספרעגן וויקטימס.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 5:04 pm
דורך קאך_לעפל
בונה של טוב האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:השם ישמור וואס איז wrong מיט אונזער געזעלשאפט. אזוי dense צו זיין.
איר זענט דאך אזוי צוקער זיס...
ערשט האבן מיר געמיינט אז איר זענט טומטום אדער גאר אן אנדרוגינוס,
אצינד זענען מיר איבערגעצייגט אז איר זענט ווירקליך פון די עזרת נשים...
דיין ענטפער דערציילט מער וועגן דיר ווי וועגן בת קול
יא? וואה... כ'נישט געוויסט.
שיהיה לך יום טוב...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 5:18 pm
דורך גלויבער
געקריגן דעם בילד
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 5:56 pm
דורך קהל'ס נער
petrishke האט געשריבן:נישטג גענוג מ'טוהט איינעם אביוסען דארף דער אביוסטער קרבן זיך נאך ארויסגעבן פאר'ן פאבליק?
ס'נישט גענוג אז יענער האט גענומען די קוראזש צו גיין צו א רב - סיי וועלכע - און פארציילט בסוד וואס שטעכט זיין לעבן טעג און נעכט?
אה, מ'דארף אויספויקן אין אלע גאסן, אני משה בן זרח האט מען דאס און דאס געטון, ואני חותם למטה, איך בין אין דיפ דיפרעשען וועגן דעם...
יא, ווייל אנדערש קען מען עים נישט גלייבן.
די שרייבסט זייער עמאציאנאל אבער שכל איז נאכאלץ גובר.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 6:19 pm
דורך petrishke
קהל'ס נער האט געשריבן:petrishke האט געשריבן:נישטג גענוג מ'טוהט איינעם אביוסען דארף דער אביוסטער קרבן זיך נאך ארויסגעבן פאר'ן פאבליק?
ס'נישט גענוג אז יענער האט גענומען די קוראזש צו גיין צו א רב - סיי וועלכע - און פארציילט בסוד וואס שטעכט זיין לעבן טעג און נעכט?
אה, מ'דארף אויספויקן אין אלע גאסן, אני משה בן זרח האט מען דאס און דאס געטון, ואני חותם למטה, איך בין אין דיפ דיפרעשען וועגן דעם...
יא, ווייל אנדערש קען מען עים נישט גלייבן.
די שרייבסט זייער עמאציאנאל אבער שכל איז נאכאלץ גובר.
אויך שכל'דיג, איך דארף נישט די שטאט זאל האבן מיין נאמען אויפ'ן צונג, אפילו צובאצאלן מיין באטריגער א עונש.
קלער פון דיר אליינס
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 6:20 pm
דורך petrishke
גלויבער האט געשריבן:געקריגן דעם בילד
דאס איז לכאורה דאס קינד וואס רבינו הקודש האט געהערט זאגן, אז וואלדער איז געשטארבן פון א תאונת דרכים
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 6:29 pm
דורך קהל'ס נער
petrishke האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:petrishke האט געשריבן:נישטג גענוג מ'טוהט איינעם אביוסען דארף דער אביוסטער קרבן זיך נאך ארויסגעבן פאר'ן פאבליק?
ס'נישט גענוג אז יענער האט גענומען די קוראזש צו גיין צו א רב - סיי וועלכע - און פארציילט בסוד וואס שטעכט זיין לעבן טעג און נעכט?
אה, מ'דארף אויספויקן אין אלע גאסן, אני משה בן זרח האט מען דאס און דאס געטון, ואני חותם למטה, איך בין אין דיפ דיפרעשען וועגן דעם...
יא, ווייל אנדערש קען מען עים נישט גלייבן.
די שרייבסט זייער עמאציאנאל אבער שכל איז נאכאלץ גובר.
אויך שכל'דיג, איך דארף נישט די שטאט זאל האבן מיין נאמען אויפ'ן צונג, אפילו צובאצאלן מיין באטריגער א עונש.
קלער פון דיר אליינס
איך צווינג דיר נישט ציקימען אין קאורט און איבערקייען די פרשה, אבער אז די ווילסט אז איך זאל דיר גלייבן איז נישטא קיין אנדערע ברירה.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 6:39 pm
דורך קהל'ס נער
העניך האט געשריבן:צו זען דא וואס א.ג. ברייטע ק"ש מעמבערס שרייבן קומט ממש צו וויינען. כ'רעד פשוט ארויסקריכן פון דעם אייגענעם באקסל און פארשטיין אז מ'האט נישט קיין אנונג וואס דאס מיינט צו זיין א קרבן פון מאלעסטעישאן און נישט אזוי מזלזל זיין אין אזא שרעקליכן אקט ר"ל.
וויטה אלל דיו רעספעקט פאר טהע וויקטימס.
די אלע שרעקעדיגע עמאציאנאלע זאכן זענען גערעכט, און פאר א פעדאפיל דארף מען חרוב מאכן די לעיבן וכו'
אבער פאר ס'איז קלאר אז יענער איז א שמוציאן, איז פינקט אזוי א רשעות עים צי רודפן.
קום נישט וויינען, אבער די פארשטייסט נישט וואס די וויקטימס גייען דורך וכו', ווער זאגט ער איז א וויקטים?
ווער זאגט ער איז א מאלעסטער?
פאר די פאקטן זענען קלאר קען מען גארנישט טין.
Re: חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 6:42 pm
דורך ברוינשטיין
צעלייגט אויף קליין געלט.
איינער טענה'ט אז דאס איז אמת, נאר צוליב בישה קענען זיי זיך נישט ארויס שטעלן.
דער צווייטער טענה'ט, אלץ שיינע הארץ רייסנדע געפיהלן, אבער איך דארף פּרוף, אויב די ווייזט מיר נישט אויף האסטו גארנישט געזאגט.
ווידער דער ערשטע טענה'ט צוריק, אז... נו, קען מיר איינער העלפן ארויסברענגען וואס די ערשטע טענה'ט?
די ווערטער ליגן מיר אויפן שפיץ צינג מען ברויך עס נאר ארויסשלעפן
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 6:43 pm
דורך כלבאשבוע
פון ר׳ שלום קמינצקי
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 6:46 pm
דורך בת קול
ברוינשטיין האט געשריבן:צעלייגט אויף קליין געלט.
איינער טענה'ט אז דאס איז אמת, נאר צוליב בישה קענען זיי זיך נישט ארויס שטעלן.
דער צווייטער טענה'ט, אלץ שיינע הארץ רייסנדע געפיהלן, אבער איך דארף פּרוף, אויב די ווייזט מיר נישט אויף האסטו גארנישט געזאגט.
ווידער דער ערשטע טענה'ט צוריק, אז... נו, קען מיר איינער העלפן ארויסברענגען וואס די ערשטע טענה'ט?
די ווערטער ליגן מיר אויפן שפיץ צינג מען ברויך עס נאר ארויסשלעפן
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
די פראבלעם איז אז די וואס לייקענען, מוזן ניצן מיעוסע לשונות אין זייער שפראך.
מען זעהט אז זיי פארשטייען נישט צו אביוס בכלל.
Re: חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 6:47 pm
דורך ברוינשטיין
זיי דיך מער מסביר, אדאנק. @בת קול
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 6:51 pm
דורך בת קול
די צדדים זענען נישט אויב עס איז אמת אדער נישט.
די צדדים זענען די וואס פארשטייען אביוס און מעניפיולעשאן, און די וואס פארשטייען נישט דערצו.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 6:53 pm
דורך ברוינשטיין
וואס הייסט?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 7:07 pm
דורך בת קול
ווייל אפילו חיים וואלדער וואלט געווען גענצליך אומשולדיג איז די וועג וויאזוי ער האט עס געהאנדלט געווען מעניפיולעטיוו.
ער האט קיינעם נישט אנגעקלאגט אין געריכט אדער גענומען צו אן אנדערן בית דין.
ער האט נישט פרובירט ריין צו וואשן זיין משפחות נאמען.
ער האט געסטראשעט סועסייד אויב מען וועט ארויסגעבן עווידענס, נישט ווייל די גאס האט גערעדט.
זיין סועסייד בריוו איז געשריבן געווארן אויף א מעניפולערישע אויפן.
נישט קיין ווארט פון ליבשאפט צו זיין ווייב און קינדער.
און די אויפן פון שטארבן איז מעניפיולעריש. קיינער שיסט זיך נישט ביים זוןס קבר. דאס איז א פגם אין זיין זוהןס כבוד.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 7:10 pm
דורך קהל'ס נער
כלבאשבוע האט געשריבן:פון ר׳ שלום קמינצקי
איך דארף אנעמען וואס ער זאגט בשעת ער זאגט אליינס אז ער פארשטייט נישט וואס ער רעדט?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 7:11 pm
דורך אברך משי
מיינע צוויי גרייצער:
דער עולם איז אראפ פון די רעלסן, אונזער התנהגות, הנהגה, מנהיגים, און מונהגים פארן אין א שנעל-לויפנדע-באן-בארג-אראפ ווי א אקס מיט א רויטע שמאטע פאר זיין געזיכט, און זאכן ווערן ליידער געטאן מיט א ווילדע גאלאפ אן קיין ברעקל נארמאלקייט אדער ציוויליזירטקייט. אפגעזען וואס די אמת איז דא געוועסן.
קיינער זאגט נישט אז מ'מעג זיין א פעדאפיל. פינטל
יעדער איז מודה אז די תורה איז אונז מחייב מיט ובערת הרע מקרבך. פינטל
קיינער מאכט נישט אוועק די וויקטימס און זייער צרות יגון ואנחה. פינטל
יעדער פארשטייט שוין היינט אז אזעלכע סארט מעשים טארן נישט פארשוויגן ווערן. פינטל
קיינער וויל נישט אז ס'זאל ח"ו געשען צו זיינע קינדער. פינטל
ועוד ועוד ועוד פינטלעך וואס אונז זעמיר אלע אויף די זעלבע בלאט
אבער לא זו הדרך!!!! נישט אז א צייטונג שרייבער באגראבט א מענטש לעבעדיגערהייט, און אויך נישט אז א רב פויקט ארויס זיין מיינונג אויף זיין פייסבוק אקאונט, זאל ער זיין אפי' ר' חיים עוזר אליינס... לא זו הדרך!!!!
מ'האבמיר א תורה, די תורה זאגט אז א רודף אחר העריות מעג מען הארגענען, אבער נאר בשעת מעשה און נאר אויב מקען עם נישט אנדערש אפשטעלן, און אויב איינער הארגעט עם יא איז ער א ביליגע שופך דמים און איז חייב מיתה.
אין די תורה איז דא א מושג פון "קלון" אז מ'דארף וואטשען אויף די כבוד אפי' פון א ביליגע נואף
דאס וואס האט זיך אפגעשפילט אין די לעצטע טעג אין אונזער מחנה איז א התנהגות וואס פאסט זיך פאר א זשאנגל פון חיות אדער פאר א דריטע-וועלט-לאנד וואס הענגט מענטשן אין די גאסן! אין א ציווילזירטע וועלט מיט א נארמאלע הנהגה טאר דאס נישט געשען.
דער צייטונג שרייבער האט נישט וואס אויסצופויקן אין די גאסן זאכן וואס איז יש בהם כדי להמית. דער רב קען טרעפן בעסערע וועגן ווי אזוי צו ברענגן דעם נאשם צו בית-דין. און נישט יעדער געשעפטמאן איז א מאן-דאמר צו לופטערן זיינע שונד מיינונגען אויף איינעם וואס ס'דאכט זיך עם אז ער איז חייב מיתה. רבותי עס שטינקט! און מ'דארפמיר מאכן א באלדיגע חשבון-הנפש ווי אזוי זאכן וועלן אויסקוקן אין די זייער-נאנטע-צוקונפט אויב זיי וועלן פארן ווייטער אויף דעם ספיד. נקודה למחשבה.
לית דין ולית דיין
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 7:15 pm
דורך קהל'ס נער
בת קול האט געשריבן:ווייל אפילו חיים וואלדער וואלט געווען גענצליך אומשולדיג איז די וועג וויאזוי ער האט עס געהאנדלט געווען מעניפיולעטיוו.
ער האט קיינעם נישט אנגעקלאגט אין געריכט אדער גענומען צו אן אנדערן בית דין.
ער האט נישט פרובירט ריין צו וואשן זיין משפחות נאמען.
ער האט געסטראשעט סועסייד אויב מען וועט ארויסגעבן עווידענס, נישט ווייל די גאס האט גערעדט.
זיין סועסייד בריוו איז געשריבן געווארן אויף א מעניפולערישע אויפן.
דעיס שמעקט טאקע נישט גיט.
אבער קיין איינער, אף אחד, nobody, איז נאכנישט ארויסגעקימען זאגען "חיים אליעזר בן ?? ולדר האט מיך געטין אזוי"
ס'נישטא קיין תובע, וויאזוי קען מען באשילדיגען א מענטש אן קיין תובע?