בלאט 7 פון 7

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2024 10:39 pm
דורך שמעקעדיג
דער יונגערמאן קען ענגליש?

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2024 10:53 pm
דורך אהוב את האמת
שפילער האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 10:22 pm
אהוב את האמת האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 8:55 pm זעה איך יעצט אז דעי טעלעגראם אקאונט ANNAELENA@ איז נאך געהעריג אקטיוו.. איינער איז אין פאר אפאר דאלער?
Last seen may 06...
שטימט טאקע לויט דעם חשבון וואס זיי שרייבן אז בערב פון 5/6 איז געווען די לעצטע דו"ד אויף טעלעגראם.
די נעקסטע אינטערעקשאן שרייבן זיי שוין איז געווען ווען ער האט עקטיוועטעד דעי פאון וואס זיי האבן אים געגעבן

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2024 10:55 pm
דורך אהוב את האמת
שמעקעדיג האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 10:39 pm דער יונגערמאן קען ענגליש?
די קלענסטע דאגה היינט.. פעלט נישט קיין טרענסעלעטער עפפס

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2024 12:48 am
דורך שמן למאור
די גרויסע טראגעדיע דא איז נישט שפיאנירן, בזיונות, אדער אפילו גיין אין תפיסה. די עיקר בראך איז אז זיין ווייב איז געוואויר געווארן אז איר מאן האט ליידער א סמארטפאון, און זי איז עס נאך געוואויר געווארן אויף אזא שאקירנדע אופן.

דער אינגערמאן האט מסתמא נישט געוויסט אינגאנצן וואס ער טוט און האט געזוכט צו מאכן א גרינגע דאלער. ער האט זיכער געוואוסט אז ער טוט עפעס טראבל, אבער כ'גלייב נישט אז ער האט געוואוסט אז ער ארבעט ממש פאר איראן.

און דא פיקט מען אים אויף פלוצלונג פון איין מינוט אויפן אנדערן. ער גייט אפשר זיצן אביסל אין תפיסה, נישט דאס איז דער חורבן. איך בין נישט מקנא זיין שלום בית און סאושל לייף נאך ער קומט ארויס פון תפיסה.

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2024 1:54 am
דורך אונטער חכם
אינטערעסאנט אז זיי קענען אים קלאגן פארן קאנספירירן אויף איומים , כאטש ער איז עס למעשה נישט גרייט געווען צו טון

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2024 7:52 am
דורך צקון לחש
שמן למאור האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 12:48 am די גרויסע טראגעדיע דא איז נישט שפיאנירן, בזיונות, אדער אפילו גיין אין תפיסה. די עיקר בראך איז אז זיין ווייב איז געוואויר געווארן אז איר מאן האט ליידער א סמארטפאון, און זי איז עס נאך געוואויר געווארן אויף אזא שאקירנדע אופן.

דער אינגערמאן האט מסתמא נישט געוויסט אינגאנצן וואס ער טוט און האט געזוכט צו מאכן א גרינגע דאלער. ער האט זיכער געוואוסט אז ער טוט עפעס טראבל, אבער כ'גלייב נישט אז ער האט געוואוסט אז ער ארבעט ממש פאר איראן.

און דא פיקט מען אים אויף פלוצלונג פון איין מינוט אויפן אנדערן. ער גייט אפשר זיצן אביסל אין תפיסה, נישט דאס איז דער חורבן. איך בין נישט מקנא זיין שלום בית און סאושל לייף נאך ער קומט ארויס פון תפיסה.
פון די אנדערע זייט אבער כאפן זיך טויזנטע ווייבלעך (און זייערע מורי דרך) אז ס'איז היבש יתכן אז זייערע מענער האבן טעלעגראם עקסעס

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2024 8:23 am
דורך Visionary
און די רבנים וועלען זיך כאפן אז מען דארף נאך אפאר ר' שמואל ניימאן'ס און מרת בילגוריי, ווייל דער עולם איז שוין איינמאהל עקספאוזד.

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2024 1:45 pm
דורך מיסטעריע
שמן למאור האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 12:48 am די גרויסע טראגעדיע דא איז נישט שפיאנירן, בזיונות, אדער אפילו גיין אין תפיסה. די עיקר בראך איז אז זיין ווייב איז געוואויר געווארן אז איר מאן האט ליידער א סמארטפאון, און זי איז עס נאך געוואויר געווארן אויף אזא שאקירנדע אופן.

דער אינגערמאן האט מסתמא נישט געוויסט אינגאנצן וואס ער טוט און האט געזוכט צו מאכן א גרינגע דאלער. ער האט זיכער געוואוסט אז ער טוט עפעס טראבל, אבער כ'גלייב נישט אז ער האט געוואוסט אז ער ארבעט ממש פאר איראן.

און דא פיקט מען אים אויף פלוצלונג פון איין מינוט אויפן אנדערן. ער גייט אפשר זיצן אביסל אין תפיסה, נישט דאס איז דער חורבן. איך בין נישט מקנא זיין שלום בית און סאושל לייף נאך ער קומט ארויס פון תפיסה.
האסט עס זייער גוט ארויסגעברענגט, אבער זיך אפגעשטעלט און נישט ארויסגעשריבן די פאנט"ש ליי"ן..... אז דרייט זיך ארום א כאניוקישע אינגערמאן, אויף וואס רבי צבי מאיר האט געזאגט אויף איהם וכו' און ער זאגאר האט שטילערהייט ביזנעס מיט א פרוי.....

ס'דערמאנט מיר פון די אלטע באקאנטע וויץ (דשאו"ק בלע"ז) פון א פרייע נאקעדיגע זונה וואס איז געזיצן ביים ים-ברעג (ביט"ש בלע"ז) אין תל אביב, פלוצלינג שפאצירט אדורך א היימישע חסידישע אינגערמאן, און ווארפט זיינע אויגן אויף די הייסע שרייעדיגע מחזה, און קוקט איהר אזוי אהן, גיבט זיך די זונה א רעג אויף און שרייט, "אויך מיר א חסיד", די אינגערמאן הערט א היימישע אידיש, האט זיך נישט פארלוירן, און שרייעט צוריק, אויך מיר א הייסע נקיבה.

בקיצור ס'שטעלט זיך ארויס אונזערע כאניוקישע אינגערלייט, ווייסט קיינער נישט וואס טוהט זיך אונטער די קוליסן, ער האט טעלגערערם, ער טשע"ט מיט אנדערע פרויען וכו' וכו'

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2024 2:29 pm
דורך היימלינד
נו! ס'איז דאך לצורך פערנאסע

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2024 5:34 pm
דורך נחום הסופר
שמן למאור האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 12:48 am די גרויסע טראגעדיע דא איז נישט שפיאנירן, בזיונות, אדער אפילו גיין אין תפיסה. די עיקר בראך איז אז זיין ווייב איז געוואויר געווארן אז איר מאן האט ליידער א סמארטפאון, און זי איז עס נאך געוואויר געווארן אויף אזא שאקירנדע אופן.

דער אינגערמאן האט מסתמא נישט געוויסט אינגאנצן וואס ער טוט און האט געזוכט צו מאכן א גרינגע דאלער. ער האט זיכער געוואוסט אז ער טוט עפעס טראבל, אבער כ'גלייב נישט אז ער האט געוואוסט אז ער ארבעט ממש פאר איראן.

און דא פיקט מען אים אויף פלוצלונג פון איין מינוט אויפן אנדערן. ער גייט אפשר זיצן אביסל אין תפיסה, נישט דאס איז דער חורבן. איך בין נישט מקנא זיין שלום בית און סאושל לייף נאך ער קומט ארויס פון תפיסה.
זאגסט זייער גוט, איינער פרעגט צי מ'גייט יעצט למפרע ארויסווארפן זיינע קינדער פון די מוסדות פארן האבן גע'אסר'עטע טעכנאלאגישע כלים

(יעצט קום מיר נישט זאגן אז ער האט נאכנישט קיין קינדער אין די מוסדות, נאר א קליין בעיבי, ווייל ס'איז נאר געווען א דזשאוק)

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 12:22 pm
דורך קאווע איד
סאו וואס האט זיך אויסגעלאזט פון די גאנצע מעשה?

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 1:12 pm
דורך מהיכי תיתי
צ/ק: דער אינגערמאן איז נישט געווען קיין שפיאן פאר איראן אדער סיי וואספארא פרעמדע לאנד, ער האט משתף פעולה געווען מיט זיי (קשר בוגדים).

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 11:58 am
דורך סבא דבהתא
עפעס פרישע זאכנס לעצטנס מיט די פרשה? כהער סגעווען א קאנפעשן

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 1:30 pm
דורך חמלה גדולה

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:52 pm
דורך די קעפעלע
חמלה גדולה האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 1:30 pm https://vinnews.com/2024/08/05/report-c ... stigators/
אויב די אלע פרטים זענען אמת איז דאס א ביטערע רחמנות אויף די אינגערמאן וואס איז נאיווערהייט אריינגעשלעפט געווארן אין א פאסקע, און נישט געוויסט א וועג ארויס פון גרויס פחד פון זיך אפשאקלען פון די איראנער אגענטן וואס האבן געהאט א שטארקע קאנטראל איבער איהם מיטן האבן אלע זיינע איינצעלהייטן און אים שטראשענען מיט די ערגסטע, און פון די אנדערע זייט די ציטער אז די מדינה גייט אים באפלען אויב קומט ער פאר הילף.

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 3:47 pm
דורך berlbalaguleh
ס'האט זיך נישט אנגעהויבן דארט. ערשטנס, ווי קומט א חסיד'ישער יונגערמאן צו גיין אויף אינסטעגרעם. און נאך קאמיוניקירן מיט "אנא"...! די אלע זאכן האט ער געטון במזיד וברצון. די איבריגע איז שוין נאכגעקומען.

ווען ער וואלט גלייך געגאנגען צו די פאליס ווען ער האט איינגעזעהן אז די זאך מיט "אנא" איז נישט אזוי פשוט וואלט מען איהם נישט ארויסגעשלעפט פון בעט אינמיטן די נאכט. נאר די בושה אז ס'וועט ארויסקומען אז ער האט קאמיוניקירט אויף אינסטעגרעם מיט "אנא" האט איהם צוריקגעהאלטן פון טון וואס איז ריכטיג. יעצט זענען די בושות א סאך גרעסער.

מסתמא וועט אן ארנטליכער דזשאדזש איהם געבן א לייכטע שטראף ווייל ער זעהט אז דער יונגערמאן איז נישט קיין שפיאן אדער אגענט פאר איראן.