בלאט 7 פון 8
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:16 pm
דורך מאטי
רבותי! אפילו א לוזער, מיינט אבער נישט אז ער איז נישט א פיינעליסט מיט אן אנדערן שטיקל. כ'ווייס לכה"פ איינער (נישט איך) אין אזא מצב.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:19 pm
דורך [NAMELESS]
לויט די רעזולטאטן ווייס איך נישט ווי שוואך א לוזער מיינט
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:24 pm
דורך מאטי
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אוי באשעפער, ס'טוט וויי צו זעהן ווער די לוזערס זענען.
ווארט צו ווען דו וועסט וויסן די געווינערס.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:33 pm
דורך לעיקוואד
איך האב באוויזען אנציען די ווייניגסטע שטימען . דאס איז נאך א הוכחה צו מיין טעזע אז דער גאנצער לעיקוואד זאך איז סתם אן אויפגעבלאזענע דמיון וואס האט מער מיט די ברענד ווי מיט די תוכן. עולם גולם זעהט דער נאמען לעיקוואד און לייקט סתם. קיינער פארשטייט נישט און אינטרעסירט נישט וואס ער זאגט בכלל. מ'זעהט דאך ווען לעיקוואד שרייבט בעילום שמו באקומט ער די ווייניגסטע אטענשין פון אלע.
(דאס מיינט נישט איך בין גרייט צו פארקויפען די ברענד.. א ברענד איז א ברענד..ווי זאגט ר' מיילעך בידערמאן.. ווילאנג דער כי הרבית פארקויפט זיך כאפט מען אריין.)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:38 pm
דורך מאטי
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:42 pm
דורך ישמעאל הכהן
איי לעיקוואד, איז דאך מקוים געווארן דיין פאעזיע אויף דיר ארויף, ביזט געפאלן אין די פארמעסט פאר די שוואכערע... אבער טרייסט זיך לעיקוואד מ'וועט נישט פארגעסן אזוי שנעל פון דיין ליידיגע סקרין. דאס איז געווען עפעס צו חכם און צו נער.
viewtopic.php?f=50&p=141829#p141829
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:47 pm
דורך כוכב
לעיקוואד, סאיז נישט אינגאנצן אזוי, כאטש סאיז געווען די מערסטע סתום און די ווייניגסטע פארשטענדליך, און כאטש סהאט נישט ערהאלטן קיין שום חציוניותדיגע קונסט ווי גראמען אד'ג האבן דרייצן פון הונדערט און דריי ניקים דאס אויסגעוועלט אלס די סאמע בעסטע פאעזיע פונעם פארמעסט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:49 pm
דורך מאטי
הותר לפרסום.. פילאזאפן האבן נאך אלעמען באשטימט אז "מאטי" האט יא א הארץ, טאקע א פארצווייפעלטע, אבער פארט א הארץ.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:54 pm
דורך פישלע העררינג
ימי בינה איז מיינס. סארי עולם פאר'ן אנטוישען... איך האב מיך געלערנט מיין לעססען - נעקסט טיים שרייב איך גראמעלעך איבער טוילעטס והמסתעף...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 8:13 pm
דורך יואב
או חברותא איז מיינס, שכח פאר די אלע וואס האבן יא און נישט געשטימט. אז אכט און צוואנציג חברה זאלן אויף מיך דעם וועל-צינגעל שלעפן, פלוס פארדינען א ביאור פון יאיר און לעיקוואד וואלט איך דאס עני טיים געשריבן נאכאמאל. א כפרה דעם אמאזאן קארד.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 8:19 pm
דורך מצטמק ויפה
שובה/השבינו איז מיין ארבייט, טענק יא אלל איך בין באמת אין שאק פון די שטארקע צאל שטימען וואס עס האט באקומען.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 8:40 pm
דורך טאמבל סאס
לויט וויאזוי עס איז היינט געגאנגען מיין איך אז כ'וועל מוזן ארויסנעמען מיינע ביסקיסע ניקס און איבערוועהלן פאר מארגן און איבערמארגן אזוי אז כ'זאל כאטש קענען זאגן אז מיינע געקליבענע האבן געווינען ביי גרופ 2 און 3.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 8:50 pm
דורך פישלע העררינג
מצטמק ויפה האט געשריבן:שובה/השבינו איז מיין ארבייט, טענק יא אלל איך בין באמת אין שאק פון די שטארקע צאל שטימען וואס עס האט באקומען.
איך האב שטארק ארויסגעהויבן אפאר סטאנזען פון דיין שובה אין מיינע רעיטינגס! ברוך שאהבתי את הראוי לאהוב...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 8:57 pm
דורך [NAMELESS]
אבטולמוס האט געשריבן:פישל'ע העררינג האט געשריבן:ימי בינה איז מיינס. סארי עולם פאר'ן אנטוישען... איך האב מיך געלערנט מיין לעססען - נעקסט טיים שרייב איך גראמעלעך איבער טוילעטס והמסתעף...
סטאפ די נאנסענס. ביסט א געווינער ביי 29 מענטשן - כמעט דריי אלוקינו'ס.
אפגעזען די צאל שטימען ביזטו א געווינער!!! נישט אייביג מעסט זיך א געווינס לויט די צאל שטימען!
איך געדענק נאך די פאעזיע פארמעס אינדערהיים אנגעפירט דורך לעמען דשזוס ע''ה ווען @פשוט קאמפלאצירט האט אהער געשטעלט א גאונישן שטיקל און אנגעצויגן די ווייניגסטע אין צאל, לעומת קינות גירושין וואס די הערצער האבן זיך צוגעכאפט צו זיין לאנגע קינה אויף זיין מצב און געווען א געווינער כאטש זיין נאקעטע אינהאלט,
עניוועי איך האלט זאלסט אויסלערנען די עולם וואס פאעזיע באדייט איך מיין די עולם וועט עס עפרישיעטן
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 8:59 pm
דורך ישמעאל הכהן
און פארגעס נישט על גאור האט געווינען די מערהייט שטימען און געבליבן א לוזער. אלזא אל נא תיפול רוחך
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 9:26 pm
דורך בן תמליון
מיין שטימע איז געגאנגען פאר א גוט ווארט, ימי בינה און השיבנו.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 12:20 am
דורך כוכב
ביזדערווייל איז יום טוב מיט די לייקס. די מחברים האבן זיך אליין ד
געלייקט און אלע לייקס זענען געבליבן ביי מיר.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 12:25 am
דורך יין שרף
זיך אליין געלייקט אלס טעסט, אויב נאכן אריבערלייגען די פאעם צו מיין נאמען וועט די ״ואהבת לרעך ׳כמוך״ נאכאלס ארויסשטארצן...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 12:32 am
דורך [NAMELESS]
כוכב האט געשריבן:ביזדערווייל איז יום טוב מיט די לייקס. די מחברים האבן זיך אליין ד
געלייקט און אלע לייקס זענען געבליבן ביי מיר.
[tag]ראשעקאל[/tag]'ס
קרעדיט
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 1:48 am
דורך קינד_אן_קייט
ונבנתה העיר האט געשריבן:אני הקדוש האב געשריבן 'אמרתי'.
געווינען.
אפשר נישט?
F**k you
מיין שטימע
באקומען.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 11:08 am
דורך מצטמק ויפה
און......... מ'האט פארלוירן נאכאמאל, דאס מאל מיט א לענסלייט. אבער ברוך השם דאס גייט מיר נישט זיין קיין גרויסע "דאגה בלב" וואס אפילו ווען יא דארף איך נישט דעם חיזוק פונעם פאזיע ווייל איך קען מיך ברוך השם אויסרעדן צו מיין טייערע אשת חיל אדער גוטע פריינד.
[tag]כוכב[/tag] עס איז אלעס דיין קרעדיט טענק יא ווערי מאטש, און גלייב מיר אז ביז פינף מינוט פארן שרייבן מיין שובה פאזיע (ליל א' דחנוכה) האב איך נישט געהאט די נערווען אנטייל נעמען אין די פארמעסט, נאר וויאזוי פלעגט די רבי זאגן "וואס כוכב קען קען נישט קיין צווייטער"
יישר כח אלע גוטע פריינד
נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 10:25 am
דורך כוכב
אלע מחברים - - אויסער די ניין פיינעליסטן - - ווערן געבעטן זיך צו אידענטיפיצירן מיט זייערע פאעזיעס אז דער ציבור זאל קענען אפגעבן דעם ערליך פארדינטן אנערקענונג.
נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 10:29 am
דורך פישלע העררינג
.