בלאט 7 פון 9
Re: קורצע מעלדונגען
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2016 5:58 pm
דורך מפוזרי
ווי כ'האב שוין געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:ווי ס'ווייזט זיך אויס, איז דער מנהג צו שפרינגען ביי לכה דודי מיט גרויס עקסטאז, גאנץ אלט.
עכ״פ, אין נמו״י איז זיכער מבואר אזוי.
סאררי שמעקעדיג
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2016 11:08 pm
דורך יהושע חיים
מפוזרי האט געשריבן:שלום על ישראל,
אויב ליינסטו נישט אויפן קול איז נישט קיין פראבלעם.
נ״ב מ'ברויך נישט קוקן נייעס בעפאר ברכת התורה.
איך גלייב ער האט מקיים געווען די הלכה וואס דער רבי זי"ע האט פארגאסן וכו' וכו' און זיך צוגעגרייט צום דאוונען מיט הכנות אז דער קישקעס זאלן טאקע זיין נקי נקי
עס איז באקאנט אז צדיקים וגדולים (ביי די גדולים כצ"ל) האבן געהאט א שווערע עבודה פון נישט טראכטן תורה אדער דברים שבקדושה אונזער חבר האט אויך דער פראבלעים וויל ער זיך אן עצה געבען מיט אביסל נייעס פון קאווע שטיבל
ובדבר שמצטער אותו צדיק יכשל בו הוא בעצמו?
נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:04 am
דורך [NAMELESS]
יהושע חיים האט געשריבן:עס איז באקאנט אז (געוויסע) צדיקים וגדולים (ביי די גדולים כצ"ל) האבן געהאט א שווערע עבודה פון נישט טראכטן תורה אדער דברים שבקדושה
אין פאר דעם ליידען מיר אונז
נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2016 1:13 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:היינט (און מארגן) איז דער לעצטער טאג צו אפגרעידן צו ווינדאוס 10 אומזיסט.
נאכדעם גייט עס קאסטן געלט.
(עפליקעבל נאר פאר די וואס האבן ווינדאוס 7 אדער 8)
נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2016 3:41 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ.אההה.מ'קען שוין א ביסל אפאטעמען...ווייל די לעצטע פאר טעג און בלעטער איז דער אשכול געהיידזשעקט געווארן דורך די בעלי פלוגתא צו ס'איז א רבינו חננאל אדער א נמוקי יוסף. א קיצור. ס'האטציך געטון אויף טישן און אויף בענק. רבינו חננאל אהער און דער נימוקי יוסף אהין. נאך2 בלעטער. נמוקי יוסף, גערעכט. רבינו חננאל צוגעצייכנט. נאך 3 בלעטער . בליעה"ר וכן ירבו. ס'איז זייער שיין. אבער אלעס האט דאך א גבול. ס'איז נמנו וגמרו אז ביידע זענען געווען צדיקים און גאונים. איך מיין אפשר קאזינס אויכעט...
שוין. ב"ה ס'איז דא עפעס אנדערש אויכעט פון וואס צו רעדן...לענין. ס'איז מיר א קליינע נפק"מ צו ווינדאוס 10 איז יא אומזינסט צו נישט. וועגן 2 טעמים. איינס איך האב שוין לאנג צוריק איסטאלל'ד ווינדאוס 10. 2. ווייל לויט וואספארא גאון איך בין אין קאמפיוטערס און וויפיל איך נוץ ביידע איז מיר נישט קיין שום נפקא מינה צו ס'איז ווינדאוס 7 אדער 10...

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2016 10:19 pm
דורך [NAMELESS]
חברה, די רעביצין גייט יעצט רעדן. שא שטיל!!! [tag]שבת אחים[/tag]
נשלח: פרייטאג יולי 29, 2016 3:35 am
דורך שבת אחים
בן אדם האט געשריבן:חברה, די רעביצין גייט יעצט רעדן. שא שטיל!!! [tag]שבת אחים[/tag]
און ווי קום איך אריין דא? ס׳אינטערסירט מיך פונקט ווי די פאריעריגע שניי, ס׳איבלט מיר ווען איך הער איר רעדן, אבאמא׳ס רעדע איז געוועהן גאנץ אינטערסאנט צוהערן ער האט כאטשיג אביסלע כאריזמא אגם ער איז מיר אויך געווארן לעצטענס א הילערי ראובאט און א פאפיט, סאיז זייער פאלש און עקעלדיג, פאר מיר אויב סאיז נישט בערני אדער איינער ווי אים וואס איז נישט אינטערגעקויפט ביי קארפרעט אמעריקע אינטערסירט מיך נישט די גאנצע פאליטיקל פראסעס, און פונקט ווי איך וואלט נישט געשטיצט א קאראפטירטע פאליס דיפארטמענט ווי מ׳קען אינטערשמירן די פאליציי און די ריכטער א שטייגער ווי די דאמינקען ריפובליק, בראזיל, האיטי, און אנדערע דריטע-וועלט לענדער, די זעלבע שטיץ איך נישט א סיסטעם ווי מ׳קען געבן א ענוועלאפ פאר א פאליטישאון און אים אינטערקויפן אז ער זאל ארבעטן פאר פריוואטע אינטערעסן, לייען די מעשה אדער וואטש די מאווי פון די געוועזענע גרעסטע לאביאסט אין וואשינגטאן דזשעק אבראמוב (א פרומע איד) וואס איז געגאנגען זיצן פאר קארפאציע, וועסט אנקוקן די גאנצע אמעריקענע סיסטעם אנדערש.
איך שטיץ טאקע די אלטע באביטשקע קלינטאן אנטקעגן דעם צודרייעטען בהמה, ווייל ווי נישט ווי אפילו זי איז א גראבע אומבחנ׳טע ליגענער וואס איז אינטערגעקויפט ביי די רייכע און די אויל קאמפניס, איז זי נאכאלץ טויזענט מאל בעסער און נארמאלער ווי טראמפ וואס איז א נייע לעוועל פון craziness און זייער unpredictable וואס אזא משוגענער קען אלץ טוהן מיט די קאנטרי, משא״כ הילערי איז טאקע קאראפטירט אבער זייער פראדיקיטעביל און בעסיקלי סטאטוס קווא פון די אבאמא אדמיניסטרציע וואס איז טאקע ווייט פון וואס איך וואלט וועין געוואלט, און נישט קיין פראגרעיסיוו, אבער דאך איז זי טויזענט מאל בעסער ווי א רייכע אומוויסענדע אידיאט אן קיין שום קרעדיביליטי און אן קיין שום עקספירענס אין גאווערמענט. איז בלית ברירה בין איך סטאוק מיט די באביטשקע, סאיז נאר א גרויסע שאד אז פון איבער 300 מיליאן אמעריקאנער האט מען נישט געטראפן קיין אנדערע נארמאלע קאנדידאט נאר די צוויי טשויסעס וואס איז א קלארע catch-22 סיטאוציע, נישטא קיין נארמאלע מענשטען וואס מיינען די גיטס פון די המון-עם יעדער איז סעלפיש ליידער, און וויאזוי האט נאר די רבי געזאגט קוק אין מיין חתימה.
נשלח: פרייטאג יולי 29, 2016 10:13 am
דורך שמעקעדיג
אוי שבת'ל איז סטאק מיט א באביטשקע...
חברה, אויב דאס זענען קורצע מעלדונגען, דאן וואס זענען לאנגע?
נשלח: פרייטאג יולי 29, 2016 11:52 am
דורך געוואלדיג
דעם שבת קודש גלייכן מיר זיך צוריק אויס מיט די קריאה פון די בני ארץ ישראל, אונז זענען שוין געווען פארוקט זייט פסח.
נשלח: פרייטאג יולי 29, 2016 12:18 pm
דורך שמעקעדיג
געוואלדיג האט געשריבן:אונז זענען שוין געווען פארוקט זייט פסח.
אונז זעמיר געווען פאררוקט און מיר וועלן אזוי בלייבן, נישט משנה זיין פון די מסורה.
Re: קורצע מעלדונגען
נשלח: פרייטאג יולי 29, 2016 12:31 pm
דורך א איד
געוואלדיג האט געשריבן:דעם שבת קודש גלייכן מיר זיך צוריק אויס מיט די קריאה פון די בני ארץ ישראל, אונז זענען שוין געווען פארוקט זייט פסח.
נישט דעם שבת, קומענדיגע וואך שבת.
נשלח: פרייטאג יולי 29, 2016 4:27 pm
דורך געוואלדיג
וויניגער טעות ווי שמעקי מיט א חודש.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 8:53 am
דורך שמעון וואלף
געדענקטס צו שניידן היינט די נעגל; מארגן איז ראש חודש
Re: קורצע מעלדונגען
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 10:00 am
דורך גראף
שמעון וואלף האט געשריבן:געדענקטס צו שניידן היינט די נעגל; מארגן איז ראש חודש
און איינער וואס פירט זיך צו בייסן די נעגל?
Re: קורצע מעלדונגען
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 10:23 am
דורך ביליג
מ'טאר נישט עסן קיין פליישיגס אין די 9 טעג !
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:14 am
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן:געדענקטס צו שניידן היינט די נעגל; מארגן איז ראש חודש
און היינט איז דאנערשטאג.... סוי וועסטו מוזן ווארטן ביז די אנדערע וואך פרייטאג
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 11:54 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך זוך דער עולם דא אין קראון הייטס. האלו! האלאד? איינער איז דא?
#משיחנאו
נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2016 12:06 am
דורך [NAMELESS]
אה! איך זע דיך, איך קום יעצט...
נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2016 12:08 am
דורך [NAMELESS]
איך בין דא!
א סימן מן השמים אז מיר זאלן זיך טרעפן אין אט דעם מקום קדוש - די איינציגסטע פלאץ וואו שמחת בית השואבה טראגט נאך אן אריגינאלן צורה, און וואו מען טרעפט אן יעדע סארט איד . פונעם פלאכן ביבער הוט ביזן כיפה סרוגה.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2016 12:13 am
דורך רויטע וואנצעס
דער שש איז דא! ווער ביסטו? דער מיט'ן משיח פלעג, אדער דער וואס טיילט קאטן קענדי?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2016 2:12 am
דורך נאטירליך
ווי האלט מען דארט?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2016 3:33 am
דורך [NAMELESS]
אוי איז דאס געווען א געשמאקע נאכט צו פארברענגען [תרתי משמע].
אין קראונהייטס שפירט זיך עס ווי א געמישעכץ פון אומאן אין מירון. די מאסע איז ווי אומאן און די סארטן מענטשן ווי אין אומאן, אלע מינים און אלע סארטן. אויב איינער וויל ארויסגיין פונעם היימישן דערשטיקנדן הויף פאר א וויילע, דארף מען פשוט צופארן די האלבע שעה, און הופא - א גרוס פון א ריכטיג מקוריות'דיגע פלאץ, וואו דו דארפסט נישט אפגעבן קיין דין וחשבון פאר קיינעם, א חוץ גאט.
די היימישקייט און פריינדליכקייט איז א שם דבר וואס יעדער קען זיך זעלבסט איבערצייגן דערין מיט א קורצע באזוך, און אלע באנק קוועטשער'ס אויף קאווע שטיבל וואלטן געדארפט זיין די ערשטע אנטייל צו נעמען היינט נאכט אין זייער שמחת בית השואבה [יעדער חוץ פון [tag]ונבנתה העיר[/tag], ער האט מסתמא ערגעץ וואו א נארמאלע 'פארבריינגען' מיט משקה און א חסיד א תמיד המשפיע... און ס'דארף ער די נארישע חיצוניות?...].
אין פאקט האב איך טאקע באגעגענט ידידי היקר [tag]רויטע וואנצעס[/tag], און מיר האבן געשמאק פארברענגט אין איסטערן פארקוויי - ווי מ'רופט עס אין חב"ד. מיר האבן אינאיינעם געגעסן א סעודה, און געהאפקעט צוזאמען מיט א פרישקייט [יא, אונז זענען געווען יענע צוויי 'פאני' חסידישע יונגעלייט].
נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2016 5:39 am
דורך איך אויך
ולא זכר איש את המסכן: דער וואס האט 'ממציא' געווען די לעבדיגע שמחות בית השואבה (בתוך פארשידענע אנדערע זאכן וואס ער האט מייסד געווען) אין די תקופה וואס הרה''ק ר' אהרן ראטה האט נאך געהאט א קליינע חבורה'לה ארום זיך איז הרה''ח ר' יוסף אייכלער ע''ה דער מייסד פון 'ישיבת המתמידים'.