בלאט 8 פון 8

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 4:44 pm
דורך diff
מנוחה ושלוה האט געשריבן:
diff האט געשריבן:
מנוחה ושלוה האט געשריבן:
diff האט געשריבן:
מיינסט צו זאגען דו האסט קיין ענטפער. נו קענסט איגנארירען אזוווי גאלד

דער שורה איז טאקע אויפגעבלאזן
הרבי מסאטמאר מאה אחוז צודק!!!


לופט ענטפערט מען נישט
הער אויף בלאזן לופט.

איז שוין אלעס קלאר?

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 9:47 pm
דורך berlbalaguleh
איך אדרעסיר מיך דא צו איש את רעהו. ער בויעט אויף גאנצע פשט'לעך אויף די אזוי-גערופענע אפשאצונגען פון די סי.איי.עי. איך ווייס נישט פון קיין חכמות צו זאגן. איך קוק נאר אויף די פשוט'ע מציאות און איך לערן אראפ א קל וחומר. מה דאך די איינצלנע אראבישע רוצחים, ימח שמם וזכרם, קומען אליינס אינמיטן די נאכט און זיי שעכטן אויס גאנצע אידישע משפחות מיט דעם גרעסטן מאס רציחה און קאלטבלוטיגקייט. כל שכן וקל וחומר ווען גאנצע ארמייען פון די פארשאלטענע אראבערס קומען אויפגעריסטעט מי די מאדערנסטע געווער און זיי זאגן אפן אז זיי גייען ח"ו הרגנ'ען די אידן. פארוואס זאלל איך זיי נישט גלייבן. און זאגן אז זיי זענען שלימזלנים. און ערשטנס וויללן זיי נישט. צווייטנס קענען זיי נישט באזיגן די אידן...?! נאר עפ"י דרך הטבע האבן זיי יא געקענט. און דער אייבישטער האט רחמנות געהאט אויף די אידישע קינדער און זיי געראטעוועט. נאך זייער טון די ריכטיגע השתדלות. און די תפילות פון די טויזנטער ערליכע אידן פון איבער די גאנצע וועלט...! ס'שטייט דאך אזוי בפירוש אין פ' האזינו. פלוצלינג זענען אלע געווארן עמי הארצים און כופרים בה' אלוקי ישראל. אבי אויסצופיהרן זייערע נארישע טעאריעס און בויך סברות...! נאך אן אינטרעסאנטע און איראנישע זאך איז, אז די גרעסטע סאטמאר'ע קנאים האלטן די זעלבע ווי דער אפיקורס און תינוק שנשבה משה דיין...! ווען מ'האט איהם נאך די 6 טאגיקע מלחמה געפרעגט..."אלוקים הי' בצד שלכם"...? האט ער געענטפערט..."אנחנו היינו בצד של אלוקים"... אט דאס האלטן די סאטמאר'ע קנאים...ואיש את רעהו בתוכם/בראשם...! (עפרא לפומיה)

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:39 am
דורך איש את רעהו
@בערל
דיין רבי, מהר"א שליט"א וועט דיר ערקלערן דאס.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:43 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
berlbalaguleh האט געשריבן:איך אדרעסיר מיך דא צו איש את רעהו. ער בויעט אויף גאנצע פשט'לעך אויף די אזוי-גערופענע אפשאצונגען פון די סי.איי.עי. איך ווייס נישט פון קיין חכמות צו זאגן. איך קוק נאר אויף די פשוט'ע מציאות און איך לערן אראפ א קל וחומר. מה דאך די איינצלנע אראבישע רוצחים, ימח שמם וזכרם, קומען אליינס אינמיטן די נאכט און זיי שעכטן אויס גאנצע אידישע משפחות מיט דעם גרעסטן מאס רציחה און קאלטבלוטיגקייט. כל שכן וקל וחומר ווען גאנצע ארמייען פון די פארשאלטענע אראבערס קומען אויפגעריסטעט מי די מאדערנסטע געווער און זיי זאגן אפן אז זיי גייען ח"ו הרגנ'ען די אידן. פארוואס זאלל איך זיי נישט גלייבן. און זאגן אז זיי זענען שלימזלנים. און ערשטנס וויללן זיי נישט. צווייטנס קענען זיי נישט באזיגן די אידן...?! נאר עפ"י דרך הטבע האבן זיי יא געקענט. און דער אייבישטער האט רחמנות געהאט אויף די אידישע קינדער און זיי געראטעוועט. נאך זייער טון די ריכטיגע השתדלות. און די תפילות פון די טויזנטער ערליכע אידן פון איבער די גאנצע וועלט...! ס'שטייט דאך אזוי בפירוש אין פ' האזינו. פלוצלינג זענען אלע געווארן עמי הארצים און כופרים בה' אלוקי ישראל. אבי אויסצופיהרן זייערע נארישע טעאריעס און בויך סברות...! נאך אן אינטרעסאנטע און איראנישע זאך איז, אז די גרעסטע סאטמאר'ע קנאים האלטן די זעלבע ווי דער אפיקורס און תינוק שנשבה משה דיין...! ווען מ'האט איהם נאך די 6 טאגיקע מלחמה געפרעגט..."אלוקים הי' בצד שלכם"...? האט ער געענטפערט..."אנחנו היינו בצד של אלוקים"... אט דאס האלטן די סאטמאר'ע קנאים...ואיש את רעהו בתוכם/בראשם...! (עפרא לפומיה)


דיין קשיא איז פיהל שווערער. אז זיי קענען נישט באזיגען די ציונים, הייסט'ס אז די ציונים טויגען יא. איי, ס'איז דאך נמנו וגמרו אז גארנישט גוט קומט ארויס פון זיי? אלא מאי, אידען בלייבען לעבעדיג איז נישט קיין גוטע זאך? אדער ס'איז נישט פון זיי נאר פון ??????
בקיצור, מיר ברויכען א נייעם מורה נבוכים צו פארענטפערען אלע קשיא'ס.
אדער נישט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 11:04 am
דורך diff
.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:36 pm
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו האט געשריבן:@בערל
דיין רבי, מהר"א שליט"א וועט דיר ערקלערן דאס.

איש את רעהו: איך ווילל עס הערן מפי קדשך. וואס איז זיכער שכינה מדברת מתוך גרונך...!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:38 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק: אוי דארפן מיר א מורה נבוכים. ארויסצושלעפן די תועים פונ'ם זימפ. אבער ב"ה נישט א יעדער. נאר די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני... :lol:

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:42 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק: ועוד! אויב הצלת רבבות נפשות ישראל איז מכח הסיטרא אחרא. און דער מוסד הרב קוק מיט אלע זייערע ת"ח זענען אויכעט מצד הסט"א, דארפן מיר מתפלל זיין אז די סיטרא דקדושה זאלל זיך ח"ו נישט מתגבר זיין...!

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 12:08 am
דורך רביה''ק זי''ע
משל לתינוק שהיה רוכב על כתיפו של אביו, וראה חבירו של אביו. אמר לו, ראית את אבא? אמר לו אביו, אתה רוכב על כתפי ואתה שואל עלי? הריני משליכך ויבא השונא וישלוט בך! כך אמר הקדוש ברוך הוא לישראל, אני נשאתי אתכם על ענני כבוד ואתם אומרים היש ה' בקרבנו? לפיכך יבא השונא וישלוט בכם! מיד ויבא עמלק... (שמות רבה פרשה כ"ו).

איך גיי נישט אריינגיין צו ס'זענען געווען נסים ביי די זעקס טעג מלחמה צו נישט, לאמיר נישט פארגעסן אז די מעשה פון פורים רופט מען אויך אן "נס פורים". איין זאך איז קלאר ווי די טאג, די אלע וואס זענען איבערצייגט אז ס'נישט געווען קיין נסים וואלטן אין מצרים אויך נישט געזען קיין נסים. לייקענען אין נסים איז נישט קיין נייע זאך, דאס איז דאך געווען די עבודה פון אלע אפיקורסים שבכל דור ודור אנגעהויבן פון פרעה. אויף יעדע מעשה טרעפט מען זיך אן אנדערן תירוץ, אבער די תירוץ אונטער די אלע תירוצים איז איינס, "איך גלייבט נישט אין קיין נסים". פארשטייט זיך אז די היינטיגע אויפגעקלערטע חברה האבן מורא צו לייקענען בפרהסיא, מ'זאל זיי חלילה נישט פארשרייען אלץ אפיקורסים. טרעפט מען זיך אויף יעדע זאך אנדערע באבע תירוצים, וחזקה על שערי תירוצים שלא ננעלו.

נישט אז איך האב א פראבלעם מיט איינער וואס לייקנט אין נסים, אבער קום זיך נישט פארקויפן אלץ דער פרומער, און פארשרייען די אמת'ע מאמינים שלא כרעו לבעל הכפירה אז זיי זענען די כופרים גאר, עולם הפוך ראיתי.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 2:20 am
דורך קהל'ס נער
שלי שלך האט געשריבן:אלס א זייטיגע צוקוקער וואלט איך געוואלט מגיב זיין.
אנהייב שמועס האט אויסגעקוקט ווי @סמבטיון וחביריו זענען גערעכט, ארויסברענגענדיג שטארקע נקידות צו זייער זייט. איז אבער אנגעקומען @גאלד און שטארק צירוק געענטפערט, איבערנעמענדיג די אויבערהאנט. הרב גאלד טענה'ט אז ניסים מיינט משנה געווען מעשה בראשית, און דאס איז נישט געווען דא. יעצט, צו זאגן אז דא איז געווען א גרויסע ישועה? קען זיין, אבער דאס פרעגט נישט אפ סאטמארע רב'ס שיטה אז די אויבערשטער מאכט נישט 'ניסים' פאר רשעים דאס מיינט אז ער איז נישט משנה מעשה בראשית פאר זיי, רחמים וחסדים גדולים וישועות נפלאות? דאס יא, אין אויף דעם ארויף האט קיינער געענטפערט צום זאך.

@קפה נמס'ס קשיא איז שלא מן הענין.


אין אנדערע ווערטער: איך האב נישט וואס צי ענטפערען, מילא פרעיגסטו נישט צים זאך.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 8:09 am
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: לאמיר דיר זאגן א כלל: נישט מיטהאלטנדיג די גאנצע שקלא וטריא. אויב איש את רעהו (דער פותח האשכול) ברענגט עפעס א רעפארט איז עס נאר צו שטיצן זיין (פארדרייטע, דעמאגאגישע) אגענדא. צווייטנס. דער סי.איי.עי. עידזשענט, העלמס איז אן אויסגעשפראכענער אנטי-איזראעל בריאה.

דער עולם דא האט א פראבלעם מיט די ישועה וואס איז געקומען פאר כלל ישראל. סיי אין ארץ ישראל און אין די גאנצע וועלט. וויאזוי איז מעגליך אז דער אייבישטער האט געמאכט (יא נסים אדער נישט נסים) אזעלכע וואונדערליכע נסים למעלה מדרך הטבע פאר אזעלכע ..."רשעים"".! מ'פארגעסט אבער אז אין ארץ ישראל וואוינען הונדערטער טויזנטער ערליכע אידן און צדיקים. וואס אין זכות פון זייער תורה ותפילה. ומצוות ומעשים טובים איז געקומען די ישועה.

לויט דעם חשבון פון די פארדרייטע, פאררוקטע ברואים וואלטן (ח"ו) די אראבישע ארמייען געדארפט אפהאלטן א שטארקן ניצחון. און ממילא אויב די פארקערטע איז געשעהן האבן זיי א פראבלעים. אבער אונז אידן מאמינים בני מאמינים ווייסן אז דער אייבישטער פארלאזט נישט זיין פאלק.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 1:07 pm
דורך קהל'ס נער
קפה נמס האט געשריבן:@איש, @עמעזאן, @גאלד,
ווען ס'וואלט ווען יעצט ארויסגעקומען קלארע דאקומענטן פון די CIA אז ס'איז געווען %98 אז די אראבער גייען געווינען א גרינגע געווינס וואלט איר מודה געווען אז ס'איז געווען ניסים ?


דעם צילאזטער קאווע'ס קשיא.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 4:52 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: איך ווייס נישט. איך בין נישט קיין צולאזטע קאווע. איך ווייס נאר איין זאך. דער עגיפטישער פרעזידענט נאסער,ימ"ש. מיט זיינע קאלעגעס אין סיריע און ירדן, און עיראק האבן אנגעשטעלט גרויסע, שטארקע און באוואפנטע ארמייען אלעס כדי צו דערשטיקן (ח"ו) כלשונם, די אידן אין ארץ ישראל. זיי האבן זיך בארימט אז די אידן וועלן טרינקען די ים וואסער...עפרא לפומייהו, היו לא תהיה...! און ווען דער אייבישטער האט געהאלפן און די אידן האבן זיי באזיגט. דארפן מיר דאנקען און לויבן דעם הייליגן באשעפער. ווייל אנישט 'עמיר (ח"ו) אויסזעהן ווי דער גענעראל משה דיין. אויף איהם האביך א שטיקל לימוד זכות. ער איז דאך געווען א תינוק שנשבה (בין העכו"ם). דער קיבוץ וואו ער איז געבוירן האטציך בארימט אז זיי זענען די ערשטע קיבוץ וואס האט מבטל געווען מצות מילה...! שוין.

איך ווילל נישט נאכזאגן די אפיקורסות וואס ער האט געזאגט...!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 5:11 pm
דורך קהל'ס נער
ר' בערל די ליינסט נישט וואס איך שרייב, איך האלט פינקט ווי דיך, שריי נישט אויף מיך, די צילאזטע קאווע'ס קשיא איז אויף די ניסים לייקענער.

ווי גייט נאר די שפריכווארט: גיי לערן א באלאגאלע, ברטנורא.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 06, 2021 9:28 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: א גוטע וואך. דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. איך שריי נישט אויף דיר. דו האסט געהערט שרייען? איבער קפה נמס ביסטו גערעכט. איך האב נישט געכאפט די ערשטע מינוט. ווייל ס'איז שוין געווען ערב שבת שפעט נאכמיטאג. און דער פחד פון שבת קודש איז שוין געליגן אין מיר...!