בלאט 8 פון 16

נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 8:01 pm
דורך פליקער
יא אין א שטורם גיבן זיי א דיסקאנט פאר מענער

נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 8:06 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף האט געשריבן:מענער קענען אויך נוצן די סערוויס...?

מ'גייט דעך ארויסווארפן פון ביהמ"ד. חוץ דעם ווייסטו נישט אז ר' נתן יוסף האט נאכגעזאגט בשם...אז מ'דארף באקעמפן די פירצה נוראה, וואס נשים האבן זיך גענימען שפילן "צאלעה"...מיט לע-לא'ס...דאס נעמט זיך פון די גוים, אדער פון די פארשאלטענע ציונים,...רח"ל...!

נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 8:08 pm
דורך פלאוויוס
קאך_לעפל האט געשריבן:אינטערעסאנט..... קיין איין פרוי וואס פירט זיך בדרכי הצניעות, האט נישט געפינען פאר וויכטיג צו ווערן א מיטגלידער פון דעם אימנויטיגע לעדי לעלא'ס,

מען זעהט קלאהר אז זייער זייער ציל איז נישט קיין הצלת נפשות, זייער ציל איז נאר צו צוברעכן די דרכי הצניעות פון כל כבודה בת מלך פנימה,

די גויאישע מגיפה פון פרויען רעכטן האט זיך אריין געכאפט אין אונזער לאגער, זאל דער אייבישטער העלפן אז אזוי ווי עס איז געקומען אזוי זאל עס גיין, און עס זאל בטל ומבוטל ווערן במהרה ממש.


נייגעריג: דו קענסט די פרויען וואס ארבעטן דארט? :roll:

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 1:32 am
דורך איך אויך
יין שרף האט געשריבן:מענער קענען אויך נוצן די סערוויס...?

יא, טראגעדיגע מענער.

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 11:14 am
דורך פרייוויליג
קאך_לעפל האט געשריבן:אינטערעסאנט..... קיין איין פרוי וואס פירט זיך בדרכי הצניעות, האט נישט געפינען פאר וויכטיג צו ווערן א מיטגלידער פון דעם אימנויטיגע לעדי לעלא'ס,

מען זעהט קלאהר אז זייער זייער ציל איז נישט קיין הצלת נפשות, זייער ציל איז נאר צו צוברעכן די דרכי הצניעות פון כל כבודה בת מלך פנימה,

די גויאישע מגיפה פון פרויען רעכטן האט זיך אריין געכאפט אין אונזער לאגער, זאל דער אייבישטער העלפן אז אזוי ווי עס איז געקומען אזוי זאל עס גיין, און עס זאל בטל ומבוטל ווערן במהרה ממש.

וואס דען ווילסטו אז אונזערע מענער זאל לויפן אויף די סארט רופן? איך האלט אז בכלל הייראטן מיט 'ווייבער' איז א גויאישער מנהג, די גויים פירן זיך אויך צו חתונה מיט "פרויען" רח"ל...

מר. קאך, וויש אפ די רויטע שמיצל פון דיין גלעזער וועסטו אויפהערן צו זען אזויפיל 'פנימה'ס..

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 11:16 am
דורך פרייוויליג
פלאוויוס האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:אינטערעסאנט..... קיין איין פרוי וואס פירט זיך בדרכי הצניעות, האט נישט געפינען פאר וויכטיג צו ווערן א מיטגלידער פון דעם אימנויטיגע לעדי לעלא'ס,

מען זעהט קלאהר אז זייער זייער ציל איז נישט קיין הצלת נפשות, זייער ציל איז נאר צו צוברעכן די דרכי הצניעות פון כל כבודה בת מלך פנימה,

די גויאישע מגיפה פון פרויען רעכטן האט זיך אריין געכאפט אין אונזער לאגער, זאל דער אייבישטער העלפן אז אזוי ווי עס איז געקומען אזוי זאל עס גיין, און עס זאל בטל ומבוטל ווערן במהרה ממש.


נייגעריג: דו קענסט די פרויען וואס ארבעטן דארט? :roll:

זיכער קען ער זיי, מסתם זענען זיי געקומען צו א רוף ערגעץ נעבן אים, און זיי זענען געקומען מיט אן אנטבלויזע שיייטל רח"ל..

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 8:34 am
דורך קאך_לעפל
עמיצער האט ארויף געשטעלט א בילד ווי מען זעהט אלע לעדי-לעלוס שיין אויסגעצירט.
האב איך רעאגירט אז מען זעהט נאר לעדיס מיט אפענע שייטלעך.

פארוואס האבן נאר די אפענע שייטלעך לעדיס דערהערט דעם הארציגן ריף פון די ארגאנאזירער פון די לעדי-לעלוס? האבן דען נישט די שפיצל-פרויען די זעלבע אהבת ישראל ווי די פרויען מיט אפענע שייטלעך? פארשטייען דען נישט די שפיצל-פרויען דאס קריטישקייט פון האבן לעדי-לעלוס? טיליוט דען נישט אין די הערצער פון די שפיצל פרויען די זעלביגע אהבת ישראל ווי אין די הערצער פון די אפענע שייטלעך? אתמה?

דערפאר האב איך געצויגן די החלטה אז די לעדי-לעלו פרויען זענן גארנישט דא צו סערווירן די פרויען גזעלפטשאפט, נאר זיי ווילן זיין אייניג ווי די מענער, דהיינו אויב א מאן קען גיין מיט א רעדן אפארט אנגעהאנגען אויף די מכנסיים, און פליען מיט בליצ-לעמפ און פייפנדע סירנעס, וויל זי אויך קענן טאן דאס זעלביגע.

און דאס איז אין קאנסטעראקט מיט די דרכי הצניעות.

בזמן הבית ווען כלל ישראל איז געווען שריון על אדמתן, און עס איז געקומען א פיינט מלחמה האלטן מיט די אידן, עס איז געווען פק''נ ממש, און יעדע איד האט געהאט א חוב ע''פ תורה זיך אנצוגרטלען מיט כלי זיין, און אפשלאגן דעם פיינט מיט אלע כוחות, האט דאך די הלכה געלויטעט אז נאר מענער גייען ארויס אין שלאכט, און די נשים בלייבן אונדערהיים, אזוי די גמרא זאגט אין יבמות דף ע''ו דרכו של איש לצאת למלחמה, ואין דרכו של אישה, משום כל כבודה בת מלך פנומה, אפי' ווען עס האנדעלט זיך מיט פק''נ. אויף דעם ארויף האבן אלע גדולי ישראל ובראשם דער הייליגער חזו''א געפסקענט אז גיוס נשים איז בירג ועל יעבר.

כ''ש דא ווי עס איז בכלל נישט קיין פק''נ שאילה, ווייל די הצלה באהאנדעלט מענער און פרויען צוגלייך, דאן פארוואס זאל מען ברעכן די דרכי הצניעות וואס איז פון די יסודי הדת? די סיבה אז א פרוי איז א טייל מאל פשוט מער באקוועם בהאנדעלט צו ווערן פון א פרוי, איז נישט גענוג סיבה צו ברעכן די דרכי הצניעות, חוץ טאמער די רבנים זאגן אז א, וואס האט נאך ביז היינט נישט געהעריג פאסירט......

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 3:48 pm
דורך שלמה המלך
איך וואלט נישט געמיינד צי זעהן א קליפ ווי זיי רייסען ארים מיט די לעלא'ס!! מיז זיין אינטערעסאנט!
אויב דער פון אויבן וויל מיך שטראפען שטיי איך ביים סטאפ סיין מאחורי אשה, און אויב איז דא צוויי קארס נשים איז מיין טאג פערטיג....

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 3:56 pm
דורך קאך_לעפל
שלמה המלך האט געשריבן:איך וואלט נישט געמיינד צי זעהן א קליפ ווי זיי רייסען ארים מיט די לעלא'ס!! מיז זיין אינטערעסאנט!
אויב דער פון אויבן וויל מיך שטראפען שטיי איך ביים סטאפ סיין מאחורי אשה, און אויב איז דא צוויי קארס נשים איז מיין טאג פערטיג....


מען זאגט נאך פון צדיקים אז מען זאגט ביים דאווענען והסר "שטן" מלפנינו ומאחרינו, די ר''ת פון שטן איז ווי פאלגענד: שחורים, טרעילערס, נשים, ודפי''ח

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 5:50 pm
דורך פלאוויוס
קאך_לעפל האט געשריבן: די סיבה אז א פרוי איז א טייל מאל פשוט מער באקוועם בהאנדעלט צו ווערן פון א פרוי, איז נישט גענוג סיבה צו ברעכן די דרכי הצניעות, חוץ טאמער די רבנים זאגן אז א, וואס האט נאך ביז היינט נישט געהעריג פאסירט......


זיי מיר מוחל, אבער די ווערטער איבלען מיך. פרויען-האס ביופיו!

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 6:04 pm
דורך פלאוויוס
[tag]קאך_לעפל[/tag], א מענערישע געזעלשאפט וואס באשליסט ווען מענער זאלן מעגן בארירן פרויען, קעגן זייער הסכמה, און באשטימט אז ס'איז נישט געפערליך איר צו מאכן "אביסל אומבאקוועם", איז מושחת אינעם יסוד פון צניעות. כ'וויל גלייבן אז דו האסט עס נישט געמיינט ערנסט, און אז דיין מיינונג שפיגלט בכל אופן נישט אפ דעם כלל.

נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 6:54 pm
דורך פלעין יודיש

נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 7:18 pm
דורך שלמה המלך
גיט! אבער דאס איז א קליפ פונעם דיספעטשער, היצטערט וואלט געוועהן אינטערעסאנטער א קליפ פונען לויפען אויף קאללס, דריווען די לעלא קארס אויף קאללס!

נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 8:45 pm
דורך berlbalaguleh
פלאוויוס האט געשריבן:[tag]קאך_לעפל[/tag], א מענערישע געזעלשאפט וואס באשליסט ווען מענער זאלן מעגן בארירן פרויען, קעגן זייער הסכמה, און באשטימט אז ס'איז נישט געפערליך איר צו מאכן "אביסל אומבאקוועם", איז מושחת אינעם יסוד פון צניעות. כ'וויל גלייבן אז דו האסט עס נישט געמיינט ערנסט, און אז דיין מיינונג שפיגלט בכל אופן נישט אפ דעם כלל.

יא, הער פלאוויוס שליט"א: אבער דער פאקט איז דאך אז מענער דאקטוירים מעגן באהאנדלען פרויען. דאס איז 100% מותר מדינא דגמרא. סאו וואס האקט מען דא א טשייניק. די אידענעס ווילן מאכן אן אייגענע ארגאניזאציע. געזונטערהייט. אז רוחי פרייער האט שוין געענדיגט מיט אלע אירע אנדערע דאגות. אדער אז ביזנעס איז א ביסל סלאו, און זי זוכט נייע אדווענטשורס. מהיכי תיתי. אבער פארוואס קומען און מאכן נייע הלכות און דינים...?!

נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 1:10 am
דורך פלאוויוס
בערל טייערער, ס'איז נישט קיין פראבלעם א מאן זאל באהאנדלען א פרוי, אבער מ'מוז נאר זיכער מאכן אז די פרוי זאל האבן דעם אויסוואל צו באשליסן צי זי איז מסכים אדער נישט. ווען ס'קומט צו א דאקטאר קען א פרוי זיך אויסקלויבן צי זי וויל א מאן אדער א פרוי. ס'איז נישט מער ווי יושר אז ווען ס'קומט צו הצלה זאל זי אויך האבן דעם אויסוואל, און אודאי איז עס נישט דער עסק פון מענער צו באשטימען פאר זיי!...

נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 3:32 am
דורך געוואלדיג
[tag]פלאוויוס[/tag] לכאורא ביסטו גערעכט כאטש וואס אזא זאך דארפן טאקע רבנים (ערליכע) פסק'ענען

נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 7:47 am
דורך איחוד פעלד
פסק'נן וואס, אויב פרויען האבען א רעכט צו פארלאנגען א פרוי?

אפשר זאלען רבנים אויך פסק'נן צו איך מעג עסען מאראנצען שבת נאכמיטאג, אדער איך מוזען עסען דוקא גרינע עפעל?

נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 12:07 pm
דורך פלאוויוס
@געוואלדיג, ס'איז איבערהויפט א פרויען-שאלה, וואס זיי דארפן זיך אליין פסק'ענען. איך זע נישט וויאזוי רבנים קומען דא אריין אינעם בילד.

נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 1:12 pm
דורך יאיר
באלד וועט נאך איינער זאגן אז רבנים קענען פסק'נען וועלכע שוך בענדל אנצוקניפן קודם.

נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 1:14 pm
דורך לית דין בר נש
נישט נאר זיי קענען נאר אזוי ווערט טאקע געפסקנ'ט די לינקע קודם

נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 1:15 pm
דורך יאיר
לית דין בר נש האט געשריבן:נישט נאר זיי קענען נאר אזוי ווערט טאקע געפסקנ'ט די לינקע קודם

ממש אזוי?! כ'גלייב נישט. האסט א מקור?

נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 1:16 pm
דורך יאיר
אגב, דער סטעיטמענט פון קאך-לעפל:
די סיבה אז א פרוי איז א טייל מאל פשוט מער באקוועם בהאנדעלט צו ווערן פון א פרוי, איז נישט גענוג סיבה צו ברעכן די דרכי הצניעות

איז עפעס אזוי איראניש אז איך ווייס נישט צו איך זאל וויינען אדער לאכן.

נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 3:57 pm
דורך איך אויך
ביינונז אין חדר איז געווען אזא מושג לאכעלע-וויינעלע ,טריי עס.