בלאט 9 פון 12
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 9:17 am
דורך קאך_לעפל
קומט אויס אז ווער ס'וויל אז דער פעסטער ליטוואק זאל אים ארויפקוקן זאל זיך מוחל זיין שטעלן צום פארהער ביים הויכגעשעצטער ליטוואק (און ווער וועט אים פארהערן? זיך צו איבערצייגן אז ער זעלבסט קען ווירקליך זיין זיין דער גדולי התורה פארהערער?). אז נישט וועט ער אים אנמייכענען אין קאווע שטיבל.... נע איי טינק דעט איי וויל פעס....
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 9:29 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אדרבא, שטעל דו פאר א בעסערע וועג. וויאזוי קען א מענטש זיך איבערצייגן אויף איינעם אז ער איז א ת"ח?
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 10:17 am
דורך קאך_לעפל
די גמרא פארציילט אין שבת, אז א גוי א וויסטער לץ, איז אמאל געקומן צו שמאי מיט א פארלאנג אז ער וויל זיך מגייר זיין, און זיך אנשליסן אינעם אויסדערוועלטער אידישן פאלק.
דער שטרענגער שמאי כאפט באלד אפיר אן אלטן פארגעלטן אלף בינה, און ער צייגט פארן גוי דעם לץ אויפן בוכשטאב א' און זאגט אים דאס איז אן אל''ף... פרעגט דער גוי מיט איראניע ווער זאגט אז דאס איז אן אל''ף? אפשר איז דאס גאר א בי''ת? שמאי הייבט אויף זיינע שטרענגע שווארצע ברעמען, און ווארפט שטרענגער בליק אויף דעם לץ...זאגאר ער זעצט ווייטער פאר... ער צייגט אים מיטן שטעקן ווייטער אויפן בוכשטאב בי''ת, און זאגט אים דאס איז א בי''ת. דער גוי פרעגט ווידער אמאל מיט א פולשטענדיגער תמעוואטע פרצוף, ווער זאגט אז דאס איז א בי''ת? אפשר איז דאס גאר אן אל''ף? שמאי זעט באלד אז ער איז פילייכט אריינגעפאלן דא מיט א פיסטען מה יעשה'ניק, ער כאפט ספאנטאן זיין לעגענדארן אמת הבנין שטעקן, און הייבט אן צו דערלאנגען דעם לץ אויפן אינטערשטען אזש ס'איז געגאנגן א רויעך... דער גוי האט ספאנטאן געהויבן פיס און באלד אנטלאפן אויף אלע פיר פון דעם שטרענגען שמאי, עוד נשמתו בו...
נעמליך, דער גוי גיבט אבער נישט אויף, ער זעט דאך באשיינפערליך ווי ער דרוקט אויף די ריכטיגע קנעפליך, און ס'געלונגט אים סוקסעספול ארויס צו נעמען גדולי ישראל פונעם גלייכגעוויכט..
ער קומט אן אטעמלאז צום הויז פונעם נשיא הלל. א מחיה...א אפענע הויז אן קיין גבאים, שלעגער'ס, פליטיקאנטן, און אנדערע בייזע גייסטער... יעדער איד איז פולקאם וועלקאם, אפילו אזעלכע פארזעענישן וואס פרעגן דעם נשיא זיצענדיג אינעם הייסן שוויץ באד מיטן האלצענעם ריקען קראצער אין די הענד, פאר וואס די שווארצע אבאמא'ליך פארמאגן ברייטע פיס, און פארוואס דער קומאניסטישער פארפירער דער ווילדער פאנג פויגל פון קרעא קים דזשאָנג-אן פארמאגט שיפע אויגן... יעדער פארזעעניש קען צוקומען צום נשיא ווען אימער ער באגערט נאר און אים גלייכצייטיג פרעגן אלערליי קאפ-פארדרייענדע אנפראגעס....
אלענפאלס, דער גוי קומט אן צו הלל, און דער שפיל חזערט זיך איבער... ווער זאגט אז דאס איז אן א'? און ווער זאגט אז דאס איז א ב'? דער נשיא מיט זיין ג-טליכער קליגשאפט האט זיך אינגאנצן נישט פארלוירן פון דעם לאכעדיגער לץ, און ערגיבט אים מיטאמאל א כאפ ביים אויער און ער הייבסט דאס אן דרייען מיט א ביז דאס גאנצע בלוט איז זיך פארלאפן, גענוי ווי די אלטע אזיאטישע נילאשע מלמדים אין די מיטעלע כ'יארן...און דער גוי נעמט זיך שרייען מיט באנומענע קולת גיוואלד! מיין אויער! מיין אויער! דער נשיא קוקט אזוי אן מיט זיינע מילדע אויגן און פרעגט אים אזוי ציניש. דיין אויער? מאן יאמר? ווער זאגט אז דאס איז דיין אויער? אפשר איז דאס גאר דיין נאניע?
צום ענין יעדער וואס וויל בלויז וויסן ווייסט גענוי ווער ס'איז וורקליך א ת''ח און ווער ס'איז ווירקליך אן עלות השחר... קיינער האט נאך נישט געזאגט אז דער קלוזשער צדיק איז געווען אן עלות השחר, און אז ר' זלמן תמר איז ת''ח! נאר מאנכע פרעגען ווער זאגט אז דאס איז אן א? אפשר איז עס גאר א ב' ודו''ק.
פון ספרים קען מען פילייכט נישט ברענגען קיין זאכליכע באווייזן, ווארום נישט אלע גאונים שרייבן, און נישט אלע שרייבער זענען גאונים וד''ל...
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 10:47 am
דורך Avrom
וי קען מען שרייבן ספרים אן זיין תלמיד חכם אפשר מקדש ישראל לא
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 11:43 am
דורך איש את רעהו
יין שרף האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:א פלא'דיגע מעשה נארוואס ערשינען לאור עולם אינעם בוך על גאולתינו
Page 474.jpg
וואס זאגן חסידי בעלזא צו דער עובדא איז עס קראנט ?
זיי זאגן אז זיי קענען עס נישט לייענען..
זאג זיי דארט שטייט אזוי
ביים רב ז"ל איז אמאל געקומען א מזרחיסישע רב צום טיש
ביז יענע רב איז נישט ארויס האט די רב ז"ל נישט געוואלט קומען צום טיש.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 11:47 am
דורך יין שרף
ביסט מיר מכשיל מיט התחברות לרשעים?
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 1:03 pm
דורך יוסף יוזפא
איש את רעהו האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:א פלא'דיגע מעשה נארוואס ערשינען לאור עולם אינעם בוך על גאולתינו
Page 474.jpg
וואס זאגן חסידי בעלזא צו דער עובדא איז עס קראנט ?
זיי זאגן אז זיי קענען עס נישט לייענען..
זאג זיי דארט שטייט אזוי
ביים רב ז"ל איז אמאל געקומען א מזרחיסישע רב צום טיש
ביז יענע רב איז נישט ארויס האט די רב ז"ל נישט געוואלט קומען צום טיש.
איך האב אויך נישט געקענט ליינען, אויב געדענק איך גוט איז די מעשה גיווען מיט די רב הראשי הרב הרצוג וואס די רב ז"ל האט גהעאט גרויס הכרת הטוב פר איהם נאך וואס ער האט אסאך געהאלפן ביים הצלה און ביים ערלעדיגן די סערפיקאט.
די מעשה איז גיווען ביי די גזירה פון גיוס בנות וואס הרב הרצוג האט נישט אייגעזעהן וואס די פראבלעם דערפון איז, און דעמאלס האט די רב ז"ל נישט געוואלט אריינקומען ביז ווילאנג ער איז דארט.
כך זכור לי, און אויב איינער קען מדייק זיין, תבוא עליו הברכה.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 1:52 pm
דורך Avrom
בעלזא רב הלך לרב הרצוג לדבר על גיוס בנות להבטיח לו הרב הרצוג שלא יסכים לשירות לאומי ולא עמד בלחץ והסכים לשירות לאומי ומאז לא רצה הרב לדבר אתו
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 1:53 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז אין די זכור ימות עולם. אבער די שטעלונג פון הרב הרצוג איז אביסל מער קאמפליצירט.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 1:57 pm
דורך Avrom
מה כונתך
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 2:17 pm
דורך newkave
איש את רעהו האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:א פלא'דיגע מעשה נארוואס ערשינען לאור עולם אינעם בוך על גאולתינו
Page 474.jpg
וואס זאגן חסידי בעלזא צו דער עובדא איז עס קראנט ?
זיי זאגן אז זיי קענען עס נישט לייענען..
זאג זיי דארט שטייט אזוי
ביים רב ז"ל איז אמאל געקומען א מזרחיסישע רב צום טיש
ביז יענע רב איז נישט ארויס האט די רב ז"ל נישט געוואלט קומען צום טיש.
לכאורה האט דער בעלזא רב זצ''ל נישט געוואלט פירן טיש בפניו, משום כבודו הרמה פון הרב הרצוג זי''ע.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 2:29 pm
דורך Avrom
ליטואק וואס מיינסטו
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 2:43 pm
דורך יוסף יוזפא
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 3:15 pm
דורך Avrom
ליטואק ואז מיינסטו
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 5:00 pm
דורך איש חזון
newkave האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:א פלא'דיגע מעשה נארוואס ערשינען לאור עולם אינעם בוך על גאולתינו
Page 474.jpg
וואס זאגן חסידי בעלזא צו דער עובדא איז עס קראנט ?
זיי זאגן אז זיי קענען עס נישט לייענען..
זאג זיי דארט שטייט אזוי
ביים רב ז"ל איז אמאל געקומען א מזרחיסישע רב צום טיש
ביז יענע רב איז נישט ארויס האט די רב ז"ל נישט געוואלט קומען צום טיש.
לכאורה האט דער בעלזא רב זצ''ל נישט געוואלט פירן טיש בפניו, משום כבודו הרמה פון הרב הרצוג זי''ע.
קשור לחתימה שלך
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 9:57 pm
דורך חכם-לב
טייערע @אברך משי און אנדערע לאנדסלייט...
ברי ושמא ברי עדיף. וד"ל.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 11:52 pm
דורך קומזיץ
חכם-לב האט געשריבן:טייערע @אברך משי און אנדערע לאנדסלייט...
ברי ושמא ברי עדיף. וד"ל.
אנטשולדיגט אבער איך בון נישט קיין מבין אויף א זעלכע ליפטיגע רייד
מיט וואס פונקטליך ביסטו ברי דא? איר זעהט אפשר געוועהן דערביי און געטא צוזאמען מיטן בעלזא רב און געזעהן וואס איז דארטן געוועהן?
און חוץ פון דעם איז עס מוחזק דא וואס דאן העלפט נישט קיין ברי
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2018 12:05 am
דורך אברך משי
חכם-לב האט געשריבן:טייערע @אברך משי און אנדערע לאנדסלייט...
ברי ושמא ברי עדיף. וד"ל.
הוא הדבר אשר דיברתי.
ברי ושמא ברי עדיף! און היות עס איז
ברי אז ס'איז אומעגליך צו וויסען און צו קענען דן זיין למפרע אויף זאכן וואס זענען געטון געווארן אונטער יענע אומשטענדן (אין סיי וועלכע אומשטענדן ווען די רעדע איז זיבעציג יאר צוריק, על אחת כמה וכמה ווען מ'רעדט פון די וועלט מלחמה). און נאר מחמת זייער-א-העכסט-שוואכע-און-איינגערעדטע
שמא שבשמא קען מען בויען הינקעדיגע און שטינקעדיגע מסקנות. בכגון דא אמרו ברי עדיף. און מ'דארף נישט זיין איינשטיין דאס צו פארדייען.
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2018 10:02 am
דורך איש את רעהו
יוסף יוזפא האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:א פלא'דיגע מעשה נארוואס ערשינען לאור עולם אינעם בוך על גאולתינו
Page 474.jpg
וואס זאגן חסידי בעלזא צו דער עובדא איז עס קראנט ?
זיי זאגן אז זיי קענען עס נישט לייענען..
זאג זיי דארט שטייט אזוי
ביים רב ז"ל איז אמאל געקומען א מזרחיסישע רב צום טיש
ביז יענע רב איז נישט ארויס האט די רב ז"ל נישט געוואלט קומען צום טיש.
איך האב אויך נישט געקענט ליינען, אויב געדענק איך גוט איז די מעשה גיווען מיט די רב הראשי הרב הרצוג וואס די רב ז"ל האט גהעאט גרויס הכרת הטוב פר איהם נאך וואס ער האט אסאך געהאלפן ביים הצלה און ביים ערלעדיגן די סערפיקאט.
די מעשה איז גיווען ביי די גזירה פון גיוס בנות וואס הרב הרצוג האט נישט אייגעזעהן וואס די פראבלעם דערפון איז, און דעמאלס האט די רב ז"ל נישט געוואלט אריינקומען ביז ווילאנג ער איז דארט.
כך זכור לי, און אויב איינער קען מדייק זיין, תבוא עליו הברכה.
שטימט נישט די יארן
מהרי"ד זצ"ל האט נישט געלעבט ביי גיוס בנות
די עובדא ווערט דערמאנט בשנות מהרי"ד זצ"ל
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2018 10:17 am
דורך יוסף יוזפא
איך האב פארשטאנען אז מ'רעדט פון אדמו"ר מהר"א מבעלזא זצ"ל.
נו, אדרבה, אפשר איינער לייגט עס ארויף קלארער?
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2018 10:29 am
דורך איש חזון
בשנות מהר''א באר''י, כך קיבלתי.
נשלח: זונטאג יוני 17, 2018 6:48 am
דורך לבי ובשרי
די גאנצע סומאטוכע ארום דאס בערדל איז פשוטע קטנות, צוליב דעם וואס ער האט דאס בלויז געזאגט אלס רמז כאילו און נישט אלס קיין תורה שלימה, פון וואס מ'זאל לערנען לימודים און היקשים און דן זיין אויף אנדערע. די פונקט זיינע וואס ער האט געוואלט ארויסברענגען איז זייער א פארשטענדליכע און איז בדרך אגב נישט קיין אייגנ'ס אויך נישט, און עס איז נישט משנה. נקודה.
נשלח: זונטאג יוני 17, 2018 1:40 pm
דורך berlbalaguleh
לבי ובשרי: דער לב אהרן האט עס געברענגט אלס ראיה אז ער ( בעל דברי יואל) האט געהא עקסטער שמירה מן השמים. וואס אנדערע צדיקים וגדולים האבן נישט געהאט. ממילא איז ער גערעכט מיט זיין שיטה. אפילו אנדערע גדולים האלטן אנדערש. און ס'איז יא משנה (לשיטתו)...!
נאר, מ'האט שוין אדורכגעארבעט די סוגיא לאורכה ולרחבה. איך האב מער גארנישט צו זאגן איבער דעם ענין...!