בלאט 90 פון 110
Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: זונטאג יולי 30, 2017 12:01 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ברוך שאמר האט געשריבן:ר'אברהם היילפערין ע"ה
וועלכע?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג יולי 30, 2017 12:50 am
דורך איש את רעהו
מאנהעטן
נשלח: זונטאג יולי 30, 2017 11:24 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פארוואס קען מען נישט שרייבען געהעריג?
ר' אברהם הלפרן, בן ר' נחום יואל, בן ר' חיים יעקב. פון די באקאנטע הלפרנ'ס פון בני ברק, וואס זענען געווען נאנט מיט'ן חזו"א און אויסגעהאלטען זיינע צדקות. רוזין/סאדיגורער חסידים.
די לעצטע פאר יאר געוואוינט אין לעיקוואד.
נשלח: זונטאג יולי 30, 2017 11:50 am
דורך diff
Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 6:22 pm
דורך HotCoffee
בד''ה
אברהם שמואל קעפעטש פון וומסב''ג, 55 יאר אלט
נשלח: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 7:35 pm
דורך berlbalaguleh
האט קאפפי" בד"ה. א באקאנטער איד געווען. פון וואס איז ער אוועק...?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:27 pm
דורך געוואלדיג
וואס הייסט פון וואס?
כמובן פון דער וועלט...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 9:07 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג: ס'איז א גוט ווערטל. דו דערמאנסט מיך פון א מעשה. אן אלטער איד איז ל"ע געשטארבן. האט מען געפרעגט פון וואס ער איז אוועק. האטציך איינער אנגערופן..."פון די אפיקומן'ס" ר'האט געגעסן א סאך אפיקומן'ס. און דאס האט איהם געשאדט...! אבער נישט דאס האביך געמיינט צו פרעגן. ווייל ער איז דאך געווען א יונגערמאן. און א יונגער מענטש געט נישט פלוצלינג אזוי א שטארב אפ. צו איז ער נישט געווען געזונט פאר א שטיק צייט...!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 12:30 am
דורך ליפא
סדערמאנט פון א מעשה וואס מדערציילט אז וויזניצע רבי האט מנחם אבל געווען הרב יאנקל מיללער און דער רבי האט אים געפרעגט וואס ס'איז מיט איר געווען האט ער געזאגט יענע מעשה האט דער רבי געפרעגט וואו האט זי עס געהאט, האט יארמער רב געענטפערט וואס הייסט וואו? דא אין מאנסי
נשלח: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:03 am
דורך שבת אחים
HotCoffee האט געשריבן:IMG-20170829-WA0009.jpg
בד''ה
אברהם שמואל קעפעטש פון וומסב''ג, 55 יאר אלט
האט ער געוואוינט אין קאלעמענטע פראדזשעקטס אדער זיין ברודער?
Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 10:14 am
דורך דער גאלדענער אדלער
שבת אחים האט געשריבן:HotCoffee האט געשריבן:IMG-20170829-WA0009.jpg
בד''ה
אברהם שמואל קעפעטש פון וומסב''ג, 55 יאר אלט
האט ער געוואוינט אין קאלעמענטע פראדזשעקטס אדער זיין ברודער?
ער האט דארט געוואוינט
נשלח: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 10:18 am
דורך ליפא
HotCoffee האט געשריבן:IMG-20170829-WA0009.jpg
בד''ה
אברהם שמואל קעפעטש פון וומסב''ג,
65 יאר אלט
Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 10:37 am
דורך דער גאלדענער אדלער
ליפא האט געשריבן:HotCoffee האט געשריבן:IMG-20170829-WA0009.jpg
בד''ה
אברהם שמואל קעפעטש פון וומסב''ג,
65 יאר אלט
שכוח פארן קארעקטן, כ'האב געוויסט אז דע 55 מאכט נישט קיין סענס,
נשלח: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 11:59 am
דורך היסטאריקער
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ליפא האט געשריבן:HotCoffee האט געשריבן:IMG-20170829-WA0009.jpg
בד''ה
אברהם שמואל קעפעטש פון וומסב''ג,
65 יאר אלט
שכוח פארן קארעקטן, כ'האב געוויסט אז דע 55 מאכט נישט קיין סענס,
Satmar Headquarters @SatmarHQ · 3h3 hours ago
BDH: R' Avrum Shmiel Kepetch (
63yr WB )Ben Hrhc"h Nachmen Levaya 12pm Bihm"d Kyt"l Clymer and 2pm Bihm"d Zekeinim in KY, to Bihc"h in KY.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 12:11 pm
דורך שבת אחים
זעהט אויס א מחלוקות הפוסקים, איין מאן דאמר האלט 65, איינער 63, און די דריטער בייעסט קאנפארמעישאן. נא גיי פארשטיי, ענטפערט די יגל יצחק אז אלו ואלו דברי אלקים חיים, בן 53 כבן 63.
די נשמה זאל האבן א עלי׳ אלע אידישע קינדער א רפואה. ומי יעמוד בסוד קדושים.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 12:41 pm
דורך ברוך בער
נישט געקענט בכלל כ'האב אינטערגעהערט היינט איינעם אין שוהל זאגן ער האט גוט געקענט לערנען אמאל און געטיילט צדקה, ער האט זיך נעבעך אריינגעלאזט אין די זאכן. וואספארא זאכן מיינט ער? סתם נייגעריג.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 3:04 pm
דורך געוואלדיג
מן הסתם מיינט ער זיך געלאזט אריין לייגן אין ערד...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 3:17 pm
דורך [NAMELESS]
אפשר האט ער געשריבן אין ק"ש?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 1:35 am
דורך ברוך שאמר
ר' יחיא' בן ר' אהרן טויבער ר"י מכון להוראה
נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 10:34 am
דורך היכי דמי
ברוך דיין האמת. נאך געווען מאנטאג א גאנצע טאג אין כולל. זיך נעכטן נישט גוט געשפירט און מען האט אים אריינגענומען אין שפיטאל ווען אינמיטן א פראצעדור איז ער שוואך געווארן און אויסגעגאנגען.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 12:41 pm
דורך ימים ידברו
אוי מי יחמול עליך מאנסי ! נאך א פטירה פון א סימבאל אין מאנסי, הרבני החסדי רבי אלי' טאבאק ז"ל א אייניקעל פון דער ראב"ד סיגוט דער ערך ש"י אליינס א בר אוריאן ליעב געהאט לערנין תורה הק', געהאט א קשר מיט ערליכע אידען, דער סקולענער רבין זצ"ל דער ריבניצער רבי זצ"ל הרה"ק מסאטמאר זי"ע, א ידידות מיט די ברך משה ז"ל ויבלחט"א בניו שליט"א, הגאון הגדול רבי שמואל טויבענפעלד זצוק"ל זייער בידידות פילע יארן און מחשיב געווען הרב הגאון חיים פלאהר ראש הכולל זכרון מנחם, ווי אויך מיט הגאון רבי רפאל שאהר שליט"א זייענדיג לעצטערע יארן א מתפלל און תפארת גדלי',
ווען מ'רעדט פון די אלטע מאנסי קען נישט גיין אן די נאמען ר' אלי' טאבאק! ער איז געווען דער רוח חיים פון די חרדים שול, בית לואי, ער איז געווען די עשרה ראשונים און די גאנצע אידישע אויפבליה פון מאנסי, איבערגעאלזט א דור פון נגידים בני תורה בעלי צדקה ועוד, ואס שטייען אין שפיץ פון פילע גרויסע אינטערנעמונגען לטובת הכלל והפרט, לטובת סאטמאר, לעיקוואד, און דבוק צו די ארץ ישראל גדולים ווי הגרב"ד פוברסקי ועוד,
הרב אלי' ע"ה נעמט מיט זיך א שיין לעבען מיט פיל שיינע מעשים, יהא זכרו מבורך,
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 12:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך מיין אז ער איז א פלעמעניק געווען פון דער ערך ש"י, נישט קיין אייניקעל
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 5:30 pm
דורך מפיל קינד
דער טאטע פון דער בארימטער ביליאנער זשאו טאבאק הי"ו מפלעטבוש ניו יארק.
דער מאדנער בריסקער בעל צדקה וואס גיט "נאר" פאר סאטמאר און פונוביז אויפאמאל...