בלאט 10 פון 16
נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 6:19 am
דורך בן ישי
און אויב זיי קענען, איז דאס בעסער ווי רופן הצלה וואס קען דארט זיין אין דרייסיג סקונדעס?
נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 7:15 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס גארנישט. אבער ברגע ס'איז דא נגיעות, רינען ארויס די מעשיות. און דאס איז נישט קיין גוטע ערשיינונג. ווען פראבלעמען קענען ארויסקומען רואיגעהייט, קען מען עפעס טוהן דערוועגען. יעצט אז ס׳איז פון פאליטיק, וועט גארנישט ווערן.
מ'דארף אויפהערן מיט אלע הייליגע קיען, און הצלה איז נישט אנדערש
נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 7:27 am
דורך יעלה ויבא
מען דארף נעמען אין חשבון בעפאר מען ריפט ע"נ אז זיי פארן נישט מיט לייטס אין סיירינס און זיי האבן נישט קיין פערעמעדיקס.
נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 1:46 pm
דורך איסר האטלקי
לייטס האבן זיי זיכער יא, רעביצין ט. תליט"א האב איך שוין געזען פארן מיט לייטס, איך מיין אז סיירענס אויך, אבער נישט זיכער.
נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 3:43 pm
דורך בן ישי
לעצטענס איז ארום געגאנגען בילדער ווי זיי האבן געמארקט זייער קארס מיט גרויסע אותיות אין קאלירן, קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס? יעדער דארף וויסן אז איינער אין דעם הויז גייט האבן א קינד? בכלל האבן זיי דאך גע'טענה'ט ווען זיי האבן געעפענט אז ס'איז פאר צניעות דאס האבן זיי געמיינט?!
נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 3:50 pm
דורך [NAMELESS]
איסר האטלקי האט געשריבן: רעביצין ט. תליט"א
?
נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 5:24 pm
דורך בן ישי
https://twitter.com/nycphotog/status/872248768393039872Allegations of Ezras Nashim watching patient die. What happened? Always two sides to a story and then the truth. Story being worked on
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 12:32 am
דורך איסר האטלקי
בן ישי האט געשריבן:לעצטענס איז ארום געגאנגען בילדער ווי זיי האבן געמארקט זייער קארס מיט גרויסע אותיות אין קאלירן, קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס? יעדער דארף וויסן אז איינער אין דעם הויז גייט האבן א קינד? בכלל האבן זיי דאך גע'טענה'ט ווען זיי האבן געעפענט אז ס'איז פאר צניעות דאס האבן זיי געמיינט?!
ווי זאגן זיי? יעדע מעשה האט צוויי זייטן, דאס איז אויך געטון געווארן צוליב צניעות.
אזוי וועט די גאנצע גאס זיך צאמלויפן, וועט זיכער נישט זיין קיין שאלה פון יחוד!
נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2017 2:20 pm
דורך כלבאשבוע
נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2017 7:11 pm
דורך תנחום
אזוי ווי ס'אידיש'ט זיך אזוי גיואיש'ט זיך...
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2018 4:06 am
דורך בן ישי
עס קימט א פילם אין די זומער איבער מרת פרייער וועגן עזרת נשים און אלס דזשאדזש, די trailer איז יעצט ארויסגעקומען.
https://m.youtube.com/watch?v=hKS6DkQJ3Q
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2018 9:01 am
דורך אישתישבי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'איז דא ערגעץ די מעשיות אויף הצלה? וויאזוי נעמען זיי קעיר פון זייער פראבלעמען? איז עס דען מעגליך אז אין זעכציג יאר זענען נישט געווען קיין פראבלעמען?
איך טראסט קיינעם נישט דא, איינער האט אן אינטרעס אין מפרסם זיין, און דארט האט קיינער נישט קיין אינטערעס.
הצלה האט גאר אסאך פראבלעמען, אנהייבנדיג אז אונזערע מענטשען וואס גייען נעמען די טעסטס זענען געוועהנליך נישט די קליגסטע (קוק דיך אום אויף דיינע קלאס קאלעגען וואס זענען הצלה מעמבערס און דערמאן דיך זייערע מארקס אויף טעסטס ווען זיי זענען געווען צוזאמען מיט דיר אין חדר), די סיבה איז פשוט ווייל די קלוגע זוכען נישט צו זיין הצלה מעמבערס, עס איז מער דער סארט וואס זוכט א לעלו מיט א טראק און א קאר וכו', און סיי טשיטען אפ די טעסטס וואס מען ברויך נעמען.
און וואס מיינסטו זיי מאכען נישט קיין טעותים? אוודאי מאכען זיי טעותים, נאר פארוואס זאלסטו הערען?
איז דער גאות פין די הצלה מעמבערס נישט אריין צו לאזען פרויען זאלען טוהן געבורטס, נאכדעם וואס עס איז א דבר פשוט אז די וויכטיג מאכערס ווען עס קומט אריין א קאל פין א געבורט, מען רעדט שוין נישט פין דעם אז אלע קומען צו לויפן ווי קינדער נאך לאלי פאפס, נאר דאס אליין אז זיי פארציילן פאר דעם און יענעם, כאילו יעדער יענטא קנאקער דארף וויסען דערפין, בושה תכסה פניהם.
האבען זיי מורא געהאט אז טאמער וועלען זיי אריין לאזען פרויען הצלות וועלען זיי אויפדעקען זייערע חרפות, אז זיי זענען על פי רוב אנגעטשיטע עי עי טי'ס. וואס טוט מען? רעדט מען אפאר רבנים זאלען נישט מסכים זיין מיט אפאר נארישע הלכה'שע דוחקים אז אין מצילין על ידי אשה וכו', כאילו זיי פארגעסען אז אין הלכה שטייט קוראין לה חכמה (א פרוי א מילדת) ממקום למקום, און די פראבלעמען זענען אפגעשאפן, די גזירה בטל, מען וועט נישט חלילה מגלה זיין די חרפות פין אונזערע הצלה מענטשען.
אדרבה, טאמער ביסטו באקאנט אין סיי וועלכע מעדיצינישע זאך, פרעג א הצלה מעמבער, ער וועט נישט וויסען פודנו ומצילנו, אויב וועט אים פאסען צו ענטפערן בכלל.
איין זאך זענען זיי יא, גוטע קאר סערוויס אין האספיטעל, מיט גוטע קאנעקשענס צו געבען סערוויס אין דער בית הקברות וואס הייסט מיימאנידיס.
ווארט נאר, פראביר צו בעטען זיי זאלען דיר נעמען אין א אנדערע שפיטאל, וועט זייער העפליכקייט זיך צורינען ווי פוטער אין די זון.
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2018 10:07 am
דורך סקרן
שקר וכזב (עכ"פ אין ב"פ), כ'האב שוין אפאר געהאט הצלה קאלס דא, זיי זענען פלינק, זיי ווייסען וואס צו טוהן, די עטליכע מעמבערס איך האב געדילט מיט {מער ווי איינס און צוויי, כאפ מיך נישט אויף די נאמבער} זענען ערליכע נארמאלע מענטשן,
טייל פון זיי קען איך פון פארדעם, טייל נישט. איך האב נישט געוואלט גיין קיין מיינמאנעדיז {איך גיי נישט אריינגיין אין דעם וואס דו רופסט זיי א בית הקברות, מסתמא ווען דו ביזט געווען אין חדר איז עס אזוי געווען, רוב פון זייערע חלקים זענען זייער גוט און סאך סאך בעסער ווי אמאל, אבער צו מאכען דיין תגובה יומערע"ס איט וואז עי גרעיט מאוו} עכ"פ זיי האבען מיך גענומען קיין מאנהעטען און אויסגעווארט ביז איך בין געווען מסודר.
פארוואס זיי נעמען נישט אריין קיין פרויען ווייס איך נישט, אבער לויט די מעשיות וואס קומען צוריק אויף עזרת נשים הצלה קען איך פארשטיין פארוואס.
איך וואונטש אייך א באנטש הצלחה, און ווען על כל צרה שלא תבוא דו זאלסט דארפן הצלה רוף עזרת נשים, און אין צוואה זאלסטו לייגען דיין פעסווארד צו קאווע שטיבל אזוי די יורשים זאלען קענען שרייבן וויאזוי ס'האט זיך אויסגעלאזט.
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2018 11:01 am
דורך בן ישי
די לייגסט אזוי ארויף א נאסע ליילעך אויף גאנץ הצלה וואס איז אויסדריקלעך נישט אמת.
איך האב שוין אסאך געניצט הצלה אין אלע האבן געוויסט וואס צו טוהן אין קענסט פרעגן קשיות אין זיי וועלן דיר ענטפערן אלעס.
איך האב געהאט אפאר מאל וואס מ'האט אריינגענומען קיין מאנהעטען (איין מאל האט זיך די מעמבער אנטשולדיגט אז ער קען נישט גיין קיין מאנהעטען יעצט האט ער אריינגערופן א צווייטער מעמבער צו נעמען די טרענספארט).
אוודאי פון א גרויסע ארגעניזעשין איז זיכער דא וואס זענען נישט די בעסטע אבער ב"ה איך האב זיי נאכנישט באגעגענט.
אין פונקטליך ווי גיט די עזרת נשים מעמבערס קענען די זאכן איז דאך באקאנט....
איך האלט אז הצלה וואלט געמעגט האבן פרויען וואס זאלן אויך ריספאנדען אבער דאס מיינט נישט אז די מענער ווייסן נישט וואס טוהט זיך (איך קען איינער וואס האט געהאט שוואכע מארקס אויפן טעסט אין היינט איז ער א דאקטער, נישט איינזיצן אלץ קינד מיינט נישט אז מ'קען קיינמאל נישט פעסן גארנישט).
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2018 11:39 am
דורך אישתישבי
יעדער ווייסט אז זיי נעמען נישט צו אן אנדערע שפיטאל, חוץ ביי טראמא וואס זיי נעמען צו לוטערען. אמאהל וועט זיין א אויסנאם, אבער דאס איז זייער פאליסי (כידוע, אז א פאליסי איז נאר אויסרייד אויף רשעות).
מיימאנידיס איז בעסער ווי עס איז געוועהן, אבער זיי זענען בכלל נישט אזוי געוואלדיג. און די פאליסי פין הצלה נאר צו נעמען דארט האט נישט מיט דעם אז זיי זענען גוט לדעתם, נאר ווייל זיי באקומען עפעס דערפאר.
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2018 11:57 am
דורך סקרן
איך ווייס נישט פון וועלכע פאליסי דו רעדסט, זיי האבן מיך איינמאל גענומען קיין מאנהעטען און איינמאהל קיין לוטערן ווייל מיין ווייב האט זיך איינגע'עקשנ'ט צו גיין אהין, אבער זיי האבן גערן גענומען, איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט דיינע פאליסיס.
ס'קען זיין אז זיי נעמען ענדערש אהין ווייל דארט האבן זיי בעסערע סערוויס אדער ווייל ס'איז נאנט.
נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2018 12:10 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פארוואס דארף מען די קלוגסטע? פאר ריסערטש וכדו' דארף מען א בעל כשרון. די כוחות צו קענען טראכטן אויף די פיס, טיכטיגקייט צו טוהן צו דער זאך די ערשטע מאל, איידלקייט צו רעדן מיט אימפעט און ווייכקייט און האלטן אינפארמעישען פריוואט, רואיגקייט נישט איבערגענומען צו ווערען פון א שרעקעדיגע סצענע ועוד.
מיין קשיא איז נאר אז ווילדע ליידאקעס ווילן אויך דארט זיין, און זייער 'הייליגע קוה' צושטאנד לאזט קיינעם נישט שטיין על המשמר. אלעס מוז בלייבן בסודי סודות.
נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2018 10:00 am
דורך אישתישבי
Check out @hasidic_1’s Tweet:
https://twitter.com/hasidic_1/status/97 ... twterm%5E3איך בין זיכער דער וואס רעדט האט א אייזערנע שלום בית.
נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2018 10:42 am
דורך איסר האטלקי
אז איינער האט שוין ארויפגעברענגט, הצלה פלעגט נישט אריינפירן ביי דיליוועריעס, זיי האבן אלץ געוואלט מאכן די דעליווערי אליינס, אפילו אין פעלער וואו ס'נאך געווען גענוג צייט. זיי זאלן קענען נאכדעם ארומשיקן אויף וואטס-עפפ צו אויף טוויטער אז נאך א סוקסעספול דעליווערי דורך אונזערע וואלונטירן..... פילע מאמעס האבן זיך געבעטן אריינצופירן, ס'איז נאך דא א שעה צייט, טראג שוין אריין. הצלה האב איך נאר גערופן ווייל איך דארף א בעט, גארנישט מער.
Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט
נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2018 10:47 am
דורך אונטער חכם
ווען פלעגן זיי עס טוהן? דו ווייסט פון איינעם וואס איז געלעגן א שעה אין אמבולאנס? אדער האבן זיי אפשר אינדוסט?
נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2018 10:49 am
דורך איסר האטלקי
אונטער חכם האט געשריבן:ווען פלעגן זיי עס טוהן? דו ווייסט פון איינעם וואס איז געלעגן א שעה אין אמבולאנס? אדער האבן זיי אפשר אינדוסט?
יא איך ווייס פון פעלער!!! ווילסט הערן נעמען??
עס איז נישט נאר זיי, איך ווייס אז אויף איחוד הצלה אין ירושלים האט מען דעם זעלבן טענה.
נשלח: מאנטאג יולי 23, 2018 12:10 am
דורך בן ישי
נשלח: מאנטאג יולי 23, 2018 4:00 pm
דורך יעקב מענטש
זענען זיי למעשה מצליח?
דער עולם אין ב.פ. רופט זיי אין פאל פון א עמערדזשענסי?
אן די קאאפעראציע פונעם ציבור בלייבט עס ביי בילדער און פאוסט ארטיקלען