בלאט 10 פון 37

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 7:27 pm
דורך זר זהב
איינס איז בין אדם למקום איינס בין אדם לחבירו, ס'נישט קיין פארגלייך.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 7:30 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך זאג עס איינמאל און נאכאמאל, דעת תורה איז היפוך דעת בעל הבית, די תורה הייסט פאלגן רבנים, נישט געפילן

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 7:32 pm
דורך זר זהב
אבער די תורה זאגט נישט אז דיין רבי האט א דעת תורה

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 7:41 pm
דורך מנשה לוסטיג
ווער יא? וועלכע רב האט זיך געשטעלט אויף די זייט פון ראטנבערג ש''ט ?
בלויז אפאר פארמאסקירטע ביציקל דרייווער האבן זיך פארגעשטעלט, מיט א אפגעשוירענעם איידים מיט פיל נחת, און צוויי טאכטוירים און א בן יחיד א פלאכס..
איז דא איין! דעת תורה, איין היינטיגע לעבעדיגע רבי רב מנהיג פוסק בדין ישראל, וואס האט געזאגט דער ראטנבערג איז זכאי?
דאס אז מ'טוט נישט אזאנס, דאס ווייסן מיר אויך, דאס איז א אויסנאם פאל, ווען בלעם ניצט קול קול יעקב, ניצן מיר עשיו'ס מאטאד. ווייל דעם שפראך פארשטייט ער.
ווילאנג ס'וועט זיין, און ער וועט זיצן, אבער ראטנבערג איז א פארזיגעלטער

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 7:51 pm
דורך זר זהב
וועלכע רב האט זיך געשטעלט אויף די זייט פון דיין רבי'נס באטלער?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 8:06 pm
דורך איחוד פעלד
האלטס,
ער זאגט דאך עפעס א טענה.
פארוואס האט זיך טאקע קיינער נישט אנגענומען פאר ר"ב?
וואס איז טאקע פשט?

די תירוץ איז,
יעדער האט מורא פין נאך א צינדער!!!!
וואס פעלט אויס די צרות?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 8:21 pm
דורך NAVY SEAL
מנשה לוסטיג האט געשריבן:דיין מעגעלע קרייען הער איך א גאנצע צייט, יעצט לאמיר הערן די דעת תורה, כ'האב דאכט זיך נישט געשריבן דעת טורא און כ'מיין אז מ'ספעלט עס דעת תורה נישט טורא.
לאמיר הערן די דעת תורה



כאפסט נישט קיין וויצן? קעי כאב נישט געוואוסט, אבער יעצט ענטפער מיר מיין קשיא.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:05 pm
דורך zurich
מנשה לוסטיג האט געשריבן:וויפיל לייבי קלעצקיס וואלטן נאך פאסירט, ווען די חרון אף וואלט נישט איינגעשטילט נאך די מיאוסע ביזוי תלמידי חכמים אין גרויסן.

מנשה מעיגסט שוין ארויסגיין פון דיין באקס

עטס האטס אזא מזל אז לייבי קלעצקי האט פאסירט ממש נאך די מעשה האש ווען נישט וואלט מען נאך אלטץ געקאכט וועיגן דעים!!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:57 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך האב איין גראבע קאשע
די גאנצע סטארי איז געשען אין מיין געבורט שטאט, אין מיין בעק גארטן, און איך בין דאך קלארזיכטיג באקאנט מיט אן א שיעור פרטים, סיי ווער שפיצער איז פערזענליך ווער ראטנבערג איז פערזענליך, ווער סקווערע רבי פערזענליך, וואס סקווער איז פערזענליך, כ'קוק ארויס פונעם באקס - ווי איר רופט עס, און כ'זע נישט וואס איז אזוי הערליך אינדרויסן, אין אנדערע הויפן צו קהילות.
קאשע נאמבער וואן, ווי זענט איר אזוי פארטין דערין, און מיט אזא זיכערקייט און קלארקייט, ווען אלעס האט איר מקבל געווען יד על יד, מפה לאוזן, און מיטן טעצל פון שנאת החסידות ומנהיגיהם.
קאשע נאמבער צוויי וואס איז באמת די זעלבע קאשע. וואס ליגט איר ביי מיר אין טאפ? און שרייעט אז איך בין גאר פארקלאמערט און פארהאנקערט ערגעץ ווי אין געפענגעניש.
די מציאות איז, אז איך קען די וועלט קלאר זיכטיג, און כ'האב געוואוינט אין די וועלט כמעט צען יאר, און כמעט נישט קיין געהאט קיין שייכות מיט סקווער, זייענדיג מעבר לים.
מיין מסקנה איז, אז דאס איז שנאה מחמת קנאה, ווייל ביקשתי ברחובות ולא מצאתי את שאהב נפשי, דער קלוגער וועלט פארזארגער דער וואס האט אויף זיינע פלייצעס יעדנס דאגות און נעמט נישט קיין פעני דערפאר.
כ'בין צוריקגעקומען פון ווי כ'קום, און כ'האב אויסגעזאגט דעם סוד, די קליקע וואס רעדט זיך איין אז אינדערויסן וואקסט גאלד, ס'ליגענט! ס'גלאנצט פון פליגען איבער צואה, מחלוקת פעטש פראסקעס פייער וואסער רדיפות, איז נישט די היסטאריע פון מיין עיר מולדת, פונקט פארקערט, פון ווי מיין רבי איז אנטלאפן און וואס ער לאזט נישט אריין ביי זיך, דאס איז די צבוע, די גלאנציגע איינרעדעניש פון 'די וועלט' די קלוגע וועלט וואס געבט גארנישט, נאר קריטיק און אין מינוטן פון נויט, קומען זיי גאר אהער דא צו מיין שטעטעלע שנארען 'אן בושות'! ווען נעכטן האט איר געשאלטן, אונזער געלט איז גוט, אונזער אייגענע ברודער קרוג איז אייער הנאה.
זיצנדיג אינעם שיסל האניג דא, קוק איך ווידער זיך אום, אפשר אינדרויסן איז שוין דא עפעס חדשות עפעס אמת, עפעס רוחניות, עפעס וואס איז נישט געפ'פאפט, כ'פראביר שמעקן ס'שטינקט! די קעפ ליגן דארט אין פאליטיק אין קינדער שלעגעריי, ביי די ליטאים ביי די מודרניים ביי די סיקריקים צוגלייך.
און שטעקן נאך אריין די קאפ ביי אונז? אויך דא ווילן זיי אנשטינקען? מיר זעמער אינעם תיבה, ס'שווימט אקעגן משיח.. מיט גדולי ישראל פוסקי הדור חסידים ואנשי מעשה אויפן דעק.
לשון הרע קעץ און הונטן קעפ, לעקטס ראץ און בייסט נעגל, ווי אר הער טא סטעי! מיר האבן א לעבעדיגע גאט א לעבעדיגע רבי א לעבעדיגע תורה א לעבעדיגע חסידות, ס'איז געלעבט!
חסידים ילכו בם, ופושעים יכשלו בם

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:38 am
דורך איחוד פעלד
טשירי בירי באם באם

ביי דער וועי עס איז דעת תורא נישט דעת טורא.
און וואס נאך?
איך פראביר צו מאכען עפעס סענס פין דעם וואס די שרייבסט און איך קען נישט.
טוה א טובה און שרייב נאר א קורצע תשובה אויף דער איינע שאלה,

איז שפיכת דמים מותר ווען מען פאלגט נישט דער רבי אדער אוז עס אסור?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:43 am
דורך הדד בן בדד
בחדרי האט געהעריג אהער געמופט, די אלע פערדישע פלוידערייען פון דעם חסיד שוטה שטייט מען און מען דעבאטירט דא. איך האב געמיינט דא דרייען זיך אידן בעלי דעת.

נא, איך קען אויך מאכן א טעות

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:50 am
דורך שמעקעדיג
נאך אביסל און דער אשכול קען זיך דערקייקלען אין פח הזבל, אין צימעס אריין.

--
הדד האקט. גוט געזאגט!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:04 am
דורך sunbar
איך האב געוואלט קלאר זיין אין וואס מנשה האלט. ער האט עס נישט קלארער געמאכט. איי געס איי וויל ליוו...

איך בין נישט דא צו האקן אויף קיינעם....

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:22 am
דורך משולם שטיינפעלד
בין איך די איינציגסטע דא וואס וויל מנשה זאל שרייבן נאך זאפטיגע שטותים?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:33 am
דורך sunbar
זאל ער עס שרייבן אין זיין ביך.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:35 am
דורך נולד מאוחר
איחוד פעלד האט געשריבן:האלטס,
ער זאגט דאך עפעס א טענה.
פארוואס האט זיך טאקע קיינער נישט אנגענומען פאר ר"ב?
וואס איז טאקע פשט?

די תירוץ איז,
יעדער האט מורא פין נאך א צינדער!!!!
וואס פעלט אויס די צרות?

דו גייסט שוין צי ווייט, זיי האבן מורא.
סאיז נישט זייער דזשאב זיי זענען דא צי אסר'ן מיוזיק סידי'ס, און פארן קיין פלארידע.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:56 am
דורך מורינו הרב
לדעתי איז פאראן פיר אפציעס, וואס עס ברענגט מנשה צו שרייבן אזעלכע שטותים:

1. ער וויל זיין ווי מער עקסטרעמער, אריינפירן דעם עולם אין פערזענליכע אטאקעס און צוברענגען דערצו אז די הנהלה זאל דאס אפשפארן, מאכן אז מען זאל מער נישט קענען רעדן פון סקווירא.

2. מנשה איז בעצם פון דער צד שכנגד און כדרכו של מנשה וויל ער חוזק מאכן פון די חסידים, און זיך מאכן פאר איינע פון זיי, ארויסברענגענדיג די לעכערליכקייט און נארישקייט ווי אזוי זיי פירן זיך אויף.

3. מנשה איז סתם א לץ און נאך א צוואנציג בלעטער וועט ער געבן א הילכיגן געשריי "קאלעוואר..." - עטס האט טאקע געמיינט אז איך בין אזוי משוגע? - און איר האט זיך נאך געדינגען מיט מיר.

4. מנשה איז טויט משוגע... שכל פון א קליין קינד. מאיזה סיבה האט ער גענומען א זייט און שלאגט זיך מיט יעדע נארמאלע דעה, שעלטנדיג מיט אלע זאפטיגע לשונות אויף אן אומפארשטענדליכן פארנעם, נישט ענטפערנדיג קיין נארמאלע תשובות. בקיצור... א געזונטער משוגע'נער, וואס מיר קענען זיך נישט פארשטעלן.

איך האף אז עס איז נישט נומער 4.

איין זאך פארשטיי איך נישט: ווי אזוי לאזט עס סקווירא צו? - פארוואס מאכן זיי נישט שטיל דעם משוגע'נעם? - שעמען זיי זיך נישט דערמיט?

דאס מאכט מיר טראכטן אז די אמת'ע סיבה איז 1 אדער 2.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:03 am
דורך טעפל
מורינו אפשר איז דא א זעקסטע זאך און דאס איז אז מנשה איז א גרויסע חסיד און מיינט עס ערענסט און אזוי ווי ער זאגט ער וואוינט דארט און קען די זאך פון די נאנט...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:26 pm
דורך אויס מענטש
מנשה מנשה קיפ אפ
איך האב מוראדיג הנאה פון דיין שרייבן
עס ברענגט ארויס צוויי גוטע נקודות
1) א לימוד זכות אויף שפיצער אז ער איז נעבעך אזוי בארירט און איגנארענץ געווען ווי א שטייגער זיין חבר'ל ידידנו ר' מנשה
2) מיין שטארקע טענה אויף די הנהגה אין סקווירא וואס איז מצמצם די מוחות {אויב סאיז דא} און מען מאכט זיי נעבעך אינגאנצן פארסקווירא'ט, און דערפאר טראגן זיי בלוט אויף די הענט.
אין די מעלות יארן צוריק איז געשטאנען ביי קליינע אוצרות, אז א סקווירעל {די חי'} הייסט אזוי ווייל עס האט א קליינע קאפ און א גרויסע שוואנץ...
איך רעדט נישט פון די עולה שבה, אז מען טאר עס נישט שרייבן, אין א היימישע אויסגאבע, אבער די פוינט איז ווערט געווען.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:59 pm
דורך מנשה לוסטיג
צו אזוי צו אזוי, פרייליך דארף מען זיין.
[אין סקווער זאגט זיך א ווערטל, אז א מזל מנשה איז א סקווערער, ווען נישט וואלטן זיין געמוזט האבן א צווייטע מנשה זאל אפשלאגן די פסוקים וואס ער וואלט געהאט אקעגן..]

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:30 am
דורך דבילה
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ווער יא? וועלכע רב האט זיך געשטעלט אויף די זייט פון ראטנבערג ש''ט ?
בלויז אפאר פארמאסקירטע ביציקל דרייווער האבן זיך פארגעשטעלט, מיט א אפגעשוירענעם איידים מיט פיל נחת, און צוויי טאכטוירים און א בן יחיד א פלאכס..
איז דא איין! דעת תורה, איין היינטיגע לעבעדיגע רבי רב מנהיג פוסק בדין ישראל, וואס האט געזאגט דער ראטנבערג איז זכאי?
דאס אז מ'טוט נישט אזאנס, דאס ווייסן מיר אויך, דאס איז א אויסנאם פאל, ווען בלעם ניצט קול קול יעקב, ניצן מיר עשיו'ס מאטאד. ווייל דעם שפראך פארשטייט ער.
ווילאנג ס'וועט זיין, און ער וועט זיצן, אבער ראטנבערג איז א פארזיגעלטער


ר' ז"ל פיליפ האט עמטליך מוחה געווען אויף די גאנצע סקווירא באהערדע, און אבד"ק וואדרידש איז עפעס א מאפל קינד?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:54 am
דורך מנשה לוסטיג
טעות, מנשה פיליפ האט מוחה געווען, זלמן לייב פיליפ האט נישט מוחה געווען, אדרבה אז דו ברענגסט א אודיו ווי מ'הערט זיין קול מוחה זיין, ממילא.
אבקק וואודריש איז קיין פוסק און אפילו יא איז נישט געווען קיין דרשה ברבים אויסער מנשה פיליפ

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:06 am
דורך villager
לאזט'ס מנוחה מנשה'נען, ער דארף זיך אריינגיין געזעגענען און זיך צאמפאקען, מארגן פארט מען קיין לאנדאן! דרך צלחה!