בלאט 10 פון 179
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:00 pm
דורך געפילטע פיש
וואס דען? ווילסט עם איינדעדן אז מ'מאכט די ברית אויפן גראבע פינגער פון די פיס?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:05 pm
דורך שמואל הלוי
ווי קומט אהער דא איינרעדן? ס'איז פשוט אומבא'טעמ'ט פאר א טאטע מסביר צו זיין אלע דעטאלן פון מילה, וואס ס'מיינט א ערלה, און וואס מ'שניידט, און וויאזוי מען איז מוצץ די דם וכו' וכו', ממילא האט אים דער טאטע אפגע'פטר'ט זאגענדיג אז ס'איז א שטאטישע פראגראם.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:14 pm
דורך שמעקעדיג
זעהסט נישט ווער עס שרייבט עס? יחצל! (ברוך הבא!)
אין מילתא דבדיחותא אשכול!
סאו ס'איז נאר א דזשאוק, א שאד זיך צו טענה'ן דערוועגן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:25 pm
דורך שמואל הלוי
דו ביסט דאך אן אחראי, אין ערגסטן פאל קענסטו אפטיילן די שמועס צו א טאטע זאל יא אדער נישט מסביר זיין פאר זיין זון וואס ס'מיינט מציצה בפה, צו א באזונדערע אשכול.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:35 pm
דורך שמעקעדיג
מ'האלט נאך מיילן ווייט בעפאר דעם ערגסטן פאל.
דיה לצרה בשעתה..
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:49 pm
דורך שמואל הלוי
היינט בשעת'ן ליינען די טעגליכע צעטלעך אין ביהמ"ד, איז געווען צווישן אנדערע אדווערטייזט "צו פארדינגען א ב"כ זיץ אויף ר"ה". אינמיטן קומט אן עמעצער - באקאנט אלס נישט קיין גרויסער חכם - און נעמט זיך ליינען שורה ביי שורה הויעך אויפן קול כדרכו בקודש, און אנקומענדיג צו די אויבנדערמאנטע שורה האט ער געליינט די ראשי תיבות פון ב"כ אלס "בית כסא זיץ"

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 7:25 pm
דורך טאמבל סאס
אוי וויי. אמת'דיג? איך האב געקויפט א ב"כ זיץ אויף גאנץ ימים נוראים. ד.מ. אז איך דארף מיטברענגען טאנס מיט טישוס.
וואס טוה איך מיט די ב"כ זיצן נעבן מיר וואס כ'האב געצאלט פאר מיינע קינדער?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 7:39 pm
דורך געפילטע פיש
קודם דארפסטו מסביר זיין פאר דיין קינדער וואס א בית הכסא איז... קענסט עם זאגן אז היינטיגע צייטן איז דאס שוין נישט דא...
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 7:41 pm
דורך טאמבל סאס
איך האב אים שוין געזאגט אז דאס איז א שטאטישע פראגרעם וואס מ'נעמט ארויס פונקט דאס וואס מ'אינוועסטירט. און דארט דארף מען גיין "אליין" אין ביזנעס.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 7:54 pm
דורך שמואל הלוי
פאר די וואס כאפן נישט; ארגינעל איז די באדייט פון די ר"ת אינעם אדווערטייזמענט "ברכת כהנים", און יענער האט עס געליינט אלס "בית כסא".
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 7:56 pm
דורך טאמבל סאס
איך האב געמיינט אז ס'מיינט בית כנסת אבער ס'שאדט נישט. לעסט טיים איי טשעק'ד מעגן כהנים אויך גיין אין בית כסא.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:12 pm
דורך יחצל
I believe we should all pay our tax with a smile. I tried - but they wanted cash
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:16 pm
דורך יחצל
I changed my car horn sound to gun shots. People move out of the way much faster now
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 2:10 pm
דורך שמעקעדיג
שערקויעך יחצל.
געבענטשט זאל זיין די ווינטל וועלכע האט דיר אהערגעבלאזן......
אמעריקאנע אידענטום
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 2:40 pm
דורך קאווע טרינקער
א רב אין א "קאנג." האט אמאל גאזאגט.
אלע שאלות וואס איך האב, זענען בנוגע א נפטר אדער מפטיר.
(קרעדיט, משפחה לעצטע וואך)
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 10:23 pm
דורך גוטזאגער
מיין חבר האט זיך דערקלערט אלס שדכן און אלס סייד דשאב האט ער אנגענומען צו זיין א בדחן אפאר וואכען שפעטער פרעג איך אים : יענקעל וויאזוי גייט דיר די פרנסה? ענטפערט ער זייער פיין אבער פונקט פארקערט ווען כהאב אנגעטראגען פאר איינעם א שידוך האט ער זיך גענומען לאכען און ווען איך האב געזאגט פאר איינעם א דשאק האט ער געזאגט אז ער דארף עס נאך איבער טראכטען.........י
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:08 pm
דורך גוטזאגער
וויאזוי זאגט מען בראנפען אין אראמיש ? בר אנפין.....י
וויאזוי זאגט מען א שטריימל אין לשה"ק ? אפר שלש פעמים אש דריי מאל ......י
וואזוי זאגט מען א דרייווער אין לה"ק ? שלש מי ......י
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 1:22 am
דורך [NAMELESS]
[center]
GREEN HAT[/center]
The other day I needed to go to the emergency room. Not wanting to sit there for 4 hours, I put on my MAGIC GREEN HAT. When I went into the E. R., I noticed that 3/4 of the people got up and left.
I guess they decided that they weren't that sick after all. Cut at least 3 hours off my waiting time.
Here's the hat:

It also works at the DMV. It saved me 5 hours.
At the Laundromat, three minutes after entering, I had my choice of any machine, most still running.
If you live in Texas , it might cut your wait time at the grocery store.
But...don't try it at McDonald's.
The whole crew ran out the back door and l never got my french fries!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:40 pm
דורך גוטזאגער
דו דארפסט פארשטיין
אז די פארשטייסט זאג אז די פארשטייסט
אז די פארשטייסט נישט זאג אז די פארשטייסט נישט
אבער אויב דו פארשטייסט און דו זאגסט אז דו פארשטייסט נישט
אדער דו פארשטייסט נישט און דו זאגסט אז דו פארשטייסט יא
וויאזוי דארף איך פארשטיין אז דו פארשטייסט ........פארשטייסט ?י
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:50 pm
דורך גוטזאגער
איינער האט אנגערופען זיין חבר שפעט ביינאכט די חבר הייבט אויף די טעלעפאן מיט אן פארשלאפענע קול אנטשולדיגט זאגט אים זיין חבר איך האף אז איך האב דיר נישט אויפגעוועקט ? ענטפערט ער צוריק סאיז נישט קיין פראבלעם איך בין סייווי אויפגעשטאנען ווייל די טעלעפאן האט געקלינגען......ו
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:56 pm
דורך גוטזאגער
אויף א גאס איז א מענטש אראפגעפאלען פון א הויכע פארטש מענטשען זענען זיך צוזאמגעלאפען און אים געפרעגט "וואס איז געשען ?" רופט זיך ער זיך אן "איך ווייס נישט איך בין יעצט דא אנגעקומען".......ף
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 6:03 pm
דורך berlbalaguleh
גוטזאגער האט געשריבן:דו דארפסט פארשטיין
אז די פארשטייסט זאג אז די פארשטייסט
אז די פארשטייסט נישט זאג אז די פארשטייסט נישט
אבער אויב דו פארשטייסט און דו זאגסט אז דו פארשטייסט נישט
אדער דו פארשטייסט נישט און דו זאגסט אז דו פארשטייסט יא
וויאזוי דארף איך פארשטיין אז דו פארשטייסט ........פארשטייסט ?י
מעשה שהי'. א איד, ר' שלמה ע"ה ער זאל רוען אין לעכטיגן גן עדן, האט געהאט אזא שיגרא דלישנא ווען ער האט גערעדט צו מיר. "דו פארשטייסט נישט, דו פארשטייסט" האב איך איהם אמאל געפרעגט. "זאגט ר' שלמה. מה נפשך. אדער פארשטיי איך, אדער פארשטיי איך נישט. ביידע צוזאמען איז נישט מעגליך. ס'איז א תרתי דסתרי."
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 6:44 pm
דורך ידען
לכבוד ר״ה
צו ארץ ישראל פארט מען אזוי ווי צו א גוטע לויער און צו אומאן פארט צו פליען אינסעניטי...