בלאט 91 פון 110
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 8:54 pm
דורך [NAMELESS]
[justify]ברוך דיין האמת. הגה"ח רבי ראובן שמעלצער אביו של ר' זושא, ר' ליפא, ר' פיני און ר' וועלוול הלך לעולמו.
יא, ער איז געווען דער ריכטיגער 'פשוט'ער איד' במלוא המובן! אלץ געלעבט אין א דאווענען, אין א לערנען מיט א תמימות און חיות. געלעבט מיט'ן באשעפער אויף יעדן טריט און שריט.
איי, א תמימות'דיג אידל געווען. אן אייניקל האט מיר אמאל פארציילט אז איין טאג באקומט זיין איידעם א טעלעפאון קאל ער זאל אריבער קומען צו אים אהיים. וואס איז? ער דארף הילף מיט אנצינדן א נייע טעיפ, (אפשר איינע פון זושה'ס למד קאטשקע טעיפס...) ער קומט אריבער און זעט ווי זיין שווער מוטשעט זיך אריינצולייגן די טעיפ.. ער קוקט בעסער און אלץ קלארט זיך אויס... ער טרייט טאקע מיט אלע כוחות אריינצושטיפן די טעיפ, איין פראבלעם נאר... די טעיפ ליגט נאך פארפאקט אינעם קאווער...
די קאמפעני פראדוסט שוין נישט קיין סך פון די סארט. חבל.[/justify]
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 12:04 am
דורך מפיל קינד
ס'בילד איז פון כ"א כסליו תשע"א אין וועסטערן פלאזא. ער איז עפעס מיטגעפלויגן אויפן דאך פון הצלה טראק פון אדער צו קלויזנבורג... איינער קען די מעשה מיטן טרעין?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 10:45 am
דורך היכי דמי
זיין ערליכקייט איז נישט מעגליך צו באשרייבן. מען זעהט ווייניג אזעלכע אידן אינעם היינטיגע דור.. א פשוטע ברכה איז געווען ביי אים מיט אזא עבודה. עס האט אים גארנישט אינטערעסירט אויסער תורה. אויפגעשטעלט א שיינע דור מיט 12 קינדער און הונדרעטער אייניקלעך, בארימטע משמחים, עסקנים, בעלי חסד, בני תורה. די דור האט פארלוירן א גרויסע עבידה...
איך האב נישט קיין ספק אז ווען ער וואלט געהאט רבישע יוחס וואלט מען געשטראמט צו אים מיט קוויטלעך
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 10:55 am
דורך היכי דמי
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:[justify]ברוך דיין האמת. הגה"ח רבי ראובן שמעלצער אביו של ר' זושא, ר' ליפא, ר' פיני און ר' וועלוול הלך לעולמו.
יא, ער איז געווען דער ריכטיגער 'פשוט'ער איד' במלוא המובן! אלץ געלעבט אין א דאווענען, אין א לערנען מיט א תמימות און חיות. געלעבט מיט'ן באשעפער אויף יעדן טריט און שריט.
איי, א תמימות'דיג אידל געווען. אן אייניקל האט מיר אמאל פארציילט אז איין טאג באקומט זיין איידעם א טעלעפאון קאל ער זאל אריבער קומען צו אים אהיים. וואס איז? ער דארף הילף מיט אנצינדן א נייע טעיפ, (אפשר איינע פון זושה'ס למד קאטשקע טעיפס...) ער קומט אריבער און זעט ווי זיין שווער מוטשעט זיך אריינצולייגן די טעיפ.. ער קוקט בעסער און אלץ קלארט זיך אויס... ער טרייט טאקע מיט אלע כוחות אריינצושטיפן די טעיפ, איין פראבלעם נאר... די טעיפ ליגט נאך פארפאקט אינעם קאווער...
די קאמפעני פראדוסט שוין נישט קיין סך פון די סארט. חבל.[/justify]
ר' ראובן שמעלצער.jpeg
איי, דו רעדסט פון זיין תמימות דערמאנסט מיר וואס אן אייניקל האט מיר אמאל פארציילט ווי מען זעהט ווי ער איז געווען ארויסגעטוהן פון די היינטיגע וועלט: ער האט אמאל געדארפט עפעס וויכטיג שיקן פאר איינעם אויף די פאסט, ווען אן אייניקל האט אים מסביר געווען אז מען קען עס שיקן היינט אויף אימעיל און עס קומט אן גלייך צו יענעם, האט ער זיך צוגעכאפט צו דעם, ווען די אייניקל האט געפרעגט פאר די אימעיל אדרעס האט ער געפרעגט מיט א פשטות און תמימות: "וואס? ס'איז נישט די זעלבע אדרעס פון יענעמ'ס הויז?"...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 12:45 pm
דורך סקרן
היכי דמי האט געשריבן:זיין ערליכקייט איז נישט מעגליך צו באשרייבן. מען זעהט ווייניג אזעלכע אידן אינעם היינטיגע דור.. א פשוטע ברכה איז געווען ביי אים מיט אזא עבודה. עס האט אים גארנישט אינטערעסירט אויסער תורה. אויפגעשטעלט א שיינע דור מיט 12 קינדער און הונדרעטער אייניקלעך, בארימטע משמחים, עסקנים, בעלי חסד, בני תורה. די דור האט פארלוירן א גרויסע עבידה...
איך האב נישט קיין ספק אז ווען ער וואלט געהאט רבישע יוחס וואלט מען געשטראמט צו אים מיט קוויטלעך
אבידה
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 12:55 pm
דורך diff
מציאה
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 3:02 pm
דורך מפיל קינד
היכי דמי האט געשריבן:איך האב נישט קיין ספק אז ווען ער וואלט געהאט רבישע יוחס וואלט מען געשטראמט צו אים מיט קוויטלעך
אזא מין דיסקרימינאציע האב איך אין מיין לעבן נישט געהערט.
אויב האלטסטו פון אים גיב אים א קוויטל, אויב נישט איז נישט. וואו קומט דא אריין רבישע אייניקל?
איך האב ביז יעצט געמיינט אז זיי געט מען קוויטלעך ווייל זיי זענען ערליכער, נישט געוואוסט אז נאך זאכן שטעקן דא...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 3:15 pm
דורך סקרן
א וידוא וואס דרייט זיך פון סקווירא רבי מנחם אבל {האסידיק פארוואס האסטו נאכנישט געפאוסט? אה ביזט פארנומען זיך פארענטפערן אין שטיבל אדער האסט נאכנישט קיין רשות???}
זעהט מען נאך א ברידער וואס איז אנדערש געקלייגט פון די טאטע מער ענדליך צום ברידער ליפא ווער איז דאס?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 4:26 pm
דורך סקרן
סקרן האט געשריבן: {האסידיק פארוואס האסטו נאכנישט געפאוסט? אה ביזט פארנומען זיך פארענטפערן אין שטיבל אדער האסט נאכנישט קיין רשות???}
נאך א מזל מ'האט אים דערמאנט האט ער געדענקט עס צו לייגן מ'זאל נישט זאגן אז קאווע שטיבל טוהט ניישט אויף
Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 4:32 pm
דורך יעלה ויבא
סקרן האט געשריבן:א וידוא וואס דרייט זיך פון סקווירא רבי מנחם אבל {האסידיק פארוואס האסטו נאכנישט געפאוסט? אה ביזט פארנומען זיך פארענטפערן אין שטיבל אדער האסט נאכנישט קיין רשות???}
זעהט מען נאך א ברידער וואס איז אנדערש געקלייגט פון די טאטע מער ענדליך צום ברידער ליפא ווער איז דאס?
ער וואוינט אין מאנטרעאל. כ'דענק נישט וויאזוי ער הייסט.
lead, follow, or get out of the way!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 6:27 pm
דורך דער דאס
ער הייסט ארי שמעלצער, פון די גרעסטע בעלי חסד אין מאנטרעאל.
Re: יהא זכרו ברוך
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 12:14 am
דורך ביליג
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 7:11 am
דורך diff
נעבעך, וואס איז דער רבותא פון דער בילד
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 8:03 am
דורך אייז קריעם
די רבותא איז אז מען זאל לאזן יעדן קינד גיין על פי דרכו און נישט בידים אים שטיפן צו Footsteps.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 8:23 am
דורך diff
או יאמר. אז מזאל נישט זאגן ברוך שפטרנו פאר משטויסט זיי ארויס פון שטוב. גדול זיך אינדרויסען. און ליידיגיי נישט אויפן טאטןס חשבון
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 2:01 pm
דורך berlbalaguleh
מ'דארף א יעדן אננעמען אזוי ווי ער/זי איז. קיינער קען זיך נישט גרויסהאלטן לגבי א צווייטן אז ער איז מער פון יענעם. סיי ווען מ'קומט זיך צוזאם ביי שמחות אדער ח"ו ביי אנדערע געלעגנהייטן.
ביי אונז אין די משפחה איז דא מענטשן פון אלע שיכטן און קרייזן (אזוי ווי דער בלאט האט עס ליעב אראפצולייגן.). חסיד'ישע, ליטווישע. און מאדערנע. אבער אלע זענען ערליכע אידן. מיינע קינדער ווייסן אז דער פעטער וועלכער שעיווט זיך איז פונקט אזוי חשוב ווי דער פעטער וואס איז א העיליגער איד, וועלכער עסט נישט ביי א שמחה נאר וואס ס'ווערט געברענגט פון זיין שטוב. מיט'ן תירוץ אז ס'איז צוליעב געזונטהייט. ער וועט אבער זיצן ביי איין טיש מיט ישיבה יוניווערסיטי יונגעלייט און בחורים. און די זעלבע ביי די מער מאדערנע מעמבערס פון אונזער משפחה. זיי רעספעקטירן דעם חסיד'ישן לבוש. און זיי וועללן נישט לאזן פאללן א ווארט פון גרינגשעצונג אויפ'ן חסיד'ישן לבוש און לעבנסשטייגער. אפילו פאר א ווערטל...!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:59 am
דורך newkave
רבי חיים האפנער ז'ל פון לאס אנדזשעלעס אין עלטער פון 91.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 1:53 am
דורך berlbalaguleh
עפעס פרטים איבער זיין לעבן און פערזענליכקייט. אפשר א בילד אויך...! יהא זיכרו ברוך...!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 5:10 pm
דורך Chasidishmashpia
newkave האט געשריבן:רבי חיים האפנער ז'ל פון לאס אנדזשעלעס אין עלטער פון 91.
בעמח''ס זוקף כפופים כהלכתו
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 6:16 pm
דורך כלבאשבוע
Chasidishmashpia האט געשריבן:newkave האט געשריבן:רבי חיים האפנער ז'ל פון לאס אנדזשעלעס אין עלטער פון 91.
בעמח''ס זוקף כפופים כהלכתו
תיקון טעות, זיין חיבור הייסט ילד שעשעועים
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 6:33 pm
דורך diff
הוא "בעל מחבר" אבל לא רבי
He said his swinging lifestyle might have been a reaction to growing up in a repressed family where affection was rarely exhibited. His so-called stunted childhood led to a multi-million-dollar enterprise
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 8:12 pm
דורך berlbalaguleh
אה, יענער ר' חיים האפנער. המכונה היו העפפנער. מוציא לחושך מכתב עת ילד שעשועים. חוטא ומחטיא את אומות העולם תושבי אמעריקע וכל העולם כולו...!
איך בין נייגעריג וויאזוי די מלאכי חבלה וועללן איהם רופן. יעמוד ר' חיים...! קום. אונז (מלאכי חבלה) גייען שפיעללן א ביסל באלל מיט דיר. מ'וועט דיך ווארפן אינ'ם כף הקלע (פרעגטץ מיך נישט. ווייל כ'ווייס נישט וואס דאס מיינט.). אזוי ווי ס'שטייט אין די הייליגע ספרים הק'. קב הישר און ראשית חכמה...ויבוא על שכרו...!
נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 11:16 am
דורך סקרן
ר' משה ראטענבערג זצ"ל אבד"ק וואודיסלוב
לוי' געווען נעכטן נאכט ביי זיין ביהמ"ד
נאך געדאוונט כל נדרי פאר'ן עמוד נישט אויפגעשטאנען צופרי
83
תנצב"ה