בלאט 93 פון 110

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 11:03 am
דורך חשן משפט
ניין נאר הרב משה (רב הצעיר) און הרב שלום (אוסטריק). האמאראד, מראה יחזקאל, גרינוויל, טשערנע, קהל חסידים זענען עפ"י הוראת הרב הצעיר געבליבען זיצען דא

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 16, 2017 11:39 pm
דורך שמעון וואלף
אין וומ"ס איז פארגאנגענעם פרייטאג נפטר געווארן הרה"ח ר' אברהם יעקב פערלשטיין מחשובי חסידי מונקאטש/סקולען/סאטמאר-מהר"יי. צוליב די קורצע צייט פון ער"ש איז נישט געווען קיין געהעריגע לוי' מ'איז בלויז דורכגעפארן סקולעני ביהמ"ד און זיך אפגעשטעלט א מינוט.

די נפטר איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער הרה"ח ר' בנימין ז"ל - א געהויבענע חסידישע איד פון אמאל. אלץ בחור, האט די נפטר משמש געווען סקולעני רבי ז"ל. שפעטער האט ער אסאך עוסק געווען אין עסקנות לטובת הציבור און אויך געדינט אויף קאמיוניטי באורד וואן.

די לעצטע פאר יאר איז ער נישט געזינט געווען און זיך נעבעך אפגעמיטשעט. ער האט איבערגעלאזט א הערליכע דור פון חסידישע קינדער און איידעמער וועלכע זענען ממשיך די פעולות טובות פון זייער פאטער

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 1:41 am
דורך ונבנתה העיר
ר' מענדל מארוזוב.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 1:28 pm
דורך סקרן
ונבנתה העיר האט געשריבן:ר' מענדל מארוזוב.

ער איז געווען 102
איך בין אמאל געווען ביי א פארברענגען מיט אים האט ער געזאגט אז ער האט א בפירושער ראי' אז די דורות טוישען זיך
ווייל ביז היינט נאר עלטערע פון אים זענען געשטארבן היינט נאר יונגערע פון אים
ער איז געווען זעקס זיבן אין ניינציג אין געטאנצן אויפ'ן טיש ווען זיין איידים האט צוגענומען די וואדקע האט ער זיך געבעהטן אז איינער זאל זיך מרחם זיין אויף אים און אהין געבן א טראפ
יהא זכרו ברוך

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:09 pm
דורך [NAMELESS]
ונבנתה העיר האט געשריבן:ר' מענדל מארוזוב.

תענוג רוחני (וגשמי) גאראנטירט:
http://heichalmenachemmonsey.org/index. ... ssan_5768/

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:14 pm
דורך ונבנתה העיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:שמעתי מהחסיד ר' מענדל מאראזאוו שיחי', ווען ער איז געווען א יונגל האט ער געדאווענט אין איין ביהמ"ד מיט'ן ראגאטשאווער, די חסידים פלעגן זאגן ברכות השחר אינדערהיים און די מתנגדים פלעגן זאגן אין שוהל.

איין טאג האט א מתנגד געזאגט די ברכות הויך און שיין, איז דער ראגאטשאווער - וועלכער איז געווען א קליינטשיגער - ארויסגעלאפן פון זיין באהעלטעניש פארענט פונעם בעל תפלה'ס שטענדער, ער איז געלאפן ביז'ן מערב וואנט וואו ר' מענדל איז געשטאנען, און אויסגעשריגן: יונגעלע! קוק א מתנגד! קוק א מתנגד!...

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2018 4:12 am
דורך נקודת-אמת
ונבנתה העיר האט געשריבן:ר' מענדל מארוזוב.

געוועהן א זון פון ר' חוניו מאראזאוו ז"ל מזכיר אצל הרבי רש"ב/ריי"צ
אן איידים ביי שגלוב / סעגאלאוו הי"ד
אויב קיין טעות ניט האבן, זיין יענצל איז אין זיין עלטער און זי איז קיין-עין-הרע געזונט און פריש לאורך-ימים-ושנים-טובות-אמן.

הרב [tag]ונבנתה העיר[/tag] אויב איהר קענט צולייגן די פרטים וועלכע פעלן דא, ווי אויך עטליכע עפיזאדן אדער מעשיות (אפשר אין אנשי שם)
וועט מען אייך בעזה"י ביישר-כח'ן און ביי'לייק'ן.

אחר שכתבתי שוב תיקנתי:
וזה החלי בעזה"י, האב איך אנגעפאנגען מיט א קליינע מעשה'לע,

ר' [tag]ונבנתה[/tag] ס'דא א געוואלד אזעלכע טשיקאווער מימרות פון איהם.

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2018 4:31 am
דורך נקודת-אמת
כעת מצאתי ערכים אלו בוויקיפעדיע ובליובאוויטשפעדיע:

ר' מענדל מאראזאוו בחב"דפדיה
ר' אלחנן דב המכונה חוניו מאראזאוו בחב"דפדיה ובוויקי

ר' יצחק אלחנן שגלוב בחב"דפדיה

(אשאד אז ס'איז נישטא אוועבזייטעל סאטמערפעדיע אדער באבאוופעדיע, קלויזענבורגפעדיע וכדו')

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2018 2:12 pm
דורך נקודת-אמת
ר' בנימין הלל בערגער ז"ל פון לאנדאן.
"זייט די בר מצוה, קיין טאג ניט פארפאסט קיין מקוה..."
א סקווירער חסיד האט זיך געדרייט אין 86.

נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2018 7:20 am
דורך יעלה ויבא
כ"ק אדמו"ר ר' נחום מאיר פאנעט מדעש זצ"ל

נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2018 10:43 am
דורך ימים ידברו
אוי מי יתן לנו ירחי קדם, או מה הי' לנו,
האי גאון וצדיק בנין של קדושים הרב נחום מאיר זצללה"ה אדמור מדעעש,
ווער געדענקט נאך די זיסע צייטען אין סיגוטער כולל, ווי הרה"צ האט עוסק געוון לילות כימים מיט יבלחט"א האדמורים לבית סאטמאר,
מי יתן לנו אבר כיונה אעופה ואשכונה, די הערליכע דרשות ציצים ופרחים, באצירט מיט טיפזיניגע רעיונת, מעשיות נעימות, וענוות חן, ממש א פה מפיק מרגליות,
די שיינע תפלות פון די הארציגע דעעשע ניסחואת שקיבל מאביו ורבותיו למעלה בקודש,
אוי' מי יתן לני תמירתו, אזוי אינג אזוי פריצייטיג... על מי נטשת הצאן, או מה הי' לנו...
די ווינד איז פריש... מיר וועלען נאך בעזה"י בלי נדר צורקיקערן...
מיט אפילע הספד תמרורים כראוי וכיאות לכבדו של תורה ובית צדיקים יהא זכרו מבורך

נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2018 1:20 pm
דורך וואלווי
און די גייסט פון מיכאל'ס ניגון, אז צאנזער רב איז נישט נתפעל געוארען פון שינעווער רב'ס מעלות ביז ער האט געהערט וועגען זיין אהבת ישראל.

דער גרויסע הספד איז ווערד נאר אז מען דערמאנט ביתו שהיתה פתוחה לרווחה לכל צ.. וכו' וכו'

נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2018 12:41 am
דורך שמעון וואלף
אוי, ווי טרעפט מען אזוינע טייערע אידן ווי די דעעשע רבי ר' נחום מאיר זצ"ל. זיך געלאזט טרעטן פון יעדעם און אלץ געווען אזוי פריינטליך און העפליך. וויפול גירושים און סתם האמלעס מענטשן האבן געהאט ביי אים אן אפענע טיר.
און בית המדרש האבן זיך געפינען דאס פלאץ אזעלכע וואס ברענגן בכלל נישט קיין כבוד און פון אנדערע בתי מדרשים וואלט מען זיי לאנג פארטריבן. ער האט אבער נישט געפירט די חשבונות. ער האט געלעבט פאר זיך און נישט פראבירט מאכן דעם אנשטעל מיט וואס אנדערע בנשק'לך זענען אנגעשטעקט. זיינע דרשות זענען געזאגט געווארן פון הארצן טיפן און אפילו ווען ער האט געקענט אמאל שרייען ס'זאל זיין שטיל ביים ליינען וכדומה, האט קיינער זיך נישט געשפירט געטראפן און יעדער האט געוויסט אז ער וויל ח"ו קיינעם נישט וויי טון.

מי יתן לנו תמורתו

נשלח: פרייטאג מערץ 02, 2018 9:12 am
דורך [NAMELESS]
קומט אריין די בשורה לא טובה די פטירה פון ר' בנימין בן ר' משה פערלשטיין ממונקאטש/דינוב ווילימסבורג.

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2018 8:34 am
דורך [NAMELESS]

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2018 11:16 am
דורך berlbalaguleh
עמעזאן: דער עולם האט שוין געזעהן און געליינט דיינע זיסע קאמענטארן אין דעם אנדער'ן אשכול.. דו קענסט צוריקגיין שלאפן. ביז עפעס נייעס קומט ווידער אונטער...!

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2018 11:29 am
דורך ליפא
berlbalaguleh האט געשריבן: קומט ווידער אונטער...!

Not nice

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2018 6:13 pm
דורך berlbalaguleh
ליפא: נאר אזא ..."לץ"... ווי דו האט געכאפט דעם..."פאן"... מיט א פ"א דגושה...!

וימת שמואל ויקבצו כל ישראל ויספדו לו...‎

נשלח: פרייטאג מערץ 09, 2018 11:24 am
דורך קאך_לעפל
קול נהי ויללה נשמע, ס'לאזט זיך ווירקליך נישט געלייבן אז ר' שמואל איז מער נישטא. שמואל איננו כי לקח אותו אלהים... או מה היה לנו... שמואל איז א ריכטיגע אבידה שאין לה תמורתה לעולם.

פאר די יונגערע פון אונז, וועלעכע האבן ליידער נישט געהאט די זכיה קענען צו לערנען דעם גרויסן הייליגן ליכטיקייט, וועלכע האט פארשיינט אונזער פינסטערער דור פון נאכן קריג, ביז ס'איז ליידער פארווירקליכט געווארן דעם חשכו המאורות אין יענעם שווארצן טאג פון כ''ו אב תשל''ט, האט ר' שמואל ווירקליך געדינט פאר א גייסט פון אינספיראציע.

ר' שמואל האט געאטמט מיט סאטמאר זיינע גאנצע וועזן און שטרעבן איז געווען בלויז סאטמאר, דער כבוד פון בית סאטמאר איז אלעמאל געשטאנען פאר זיינע אויגן. ער האט שטענדיג געשטרעבט צו הייבן דעם כבוד פון סאטמאר, נישט בלויז אין די איינגעצוימטע גרעניצן פון אלט-וויליאמסבורג, נאך אויך איבער די אינדרויסנדיגער פרעמדער וועלט. אבער דאס איז פילייכט נישט געווען אויפן חשבן פון פשרה-לאזע אידישקייט פאר וועלכע ר' שמואל איז זיין גאנץ לעבן געגאנגן אין פייער אריין.

ר' שמואל האט מיט דעם ווארשיינליך נאכגעפאלגט די לעגענדע פונעם אומפארגעסליכן לעגענדארן סאטמארער ראש הקהל און שריפטשטעלער הרה''ח ר' סענדר דייטש ע''ה, מיט וועם ר' שמואל איז געווען גאר נאנט באפריינדעט און באליבט, די דאזיגע צוויי האבן אין אלגעמיין פארמאגט די זעלבע וויזיע.

נעמליך, ס'איז פארהאן אזעלעכע וואס ארבייטן טאקע צו הייבן די אנזען פון סאטמאר איבער די וועלט, אבער דורך מינימוזירן דעם פייערדיגער קאמף קעגן די ציוניסטן מיט זייערע פרומע נאכשלעפער. האפנדיג א דאס וועט פארגרעסען און פארשענערן דעם אנזען פון סאטמאר איבער די וועלט. ר' שמואל האט אבער זיך אויסטערליש שארף ארויסגעשטעלט קעגן די דאזיגע. און ער האט באוויזן אראפצושטעלן א קעגנזייטיגע סטראטעגיע וועלכע האט געלויטעט צו הייבן די אנזען פון סאטמאר אין די וועלט דורך פאזעטיווע אויפטוען, א שטייגער ווי חתונה תקנות, חבורות ללימוד התורה, מעשה צדקה וחסד אד''ג. און אין די זעלבע צייט גלייכצייטיג אנצוהאלטן די פייערדיגע מלחמה קעגן אלעס וואס מדינת ישראל שטעלט מיט זיך פאר, אפגעזען פון אויסטערלישע שוועריקייטן מיט וועלכע דאס איז א טייל מאל געווען פארבינדן.

ר' שמואל האט דאס געטאן בלויז צו הייבן די כבוד און די אנזען פון בית סאטמאר. ער האט גארנישט געמיינט זיך, ער האט קיינמאל נישט געזוכט זיך אויפצובויען א נאמען אלס אן אויפטוער אד''ג, א שטייגער ווי געוויסע כלל טוער גלייכן צו טאן. דערפאר האט ער קיינמאל נישט אפיציעל גענומען קיין שום קרעדיט אויף עפעס א גוטע זאך וועלכע ער האט אויפגעטאן. און מאנכע האבן טאקע נישט געהאט די מינדעסטע אהנונג איבער זיינע גראנדיעזע אויפטוהן ביז נאך דעם וואס ער האט אויסגעהויכט זיין אויסגעלייטערטע נשמה אין יענעם ביטערן שושן פורים פארטאגס.

דאס איז וואשיינליך דער אורזאך וואס האט אים ערמעגליכט בייצוקומען די אלע פיילן און קוילן וועלכע זענען נאכאנאנד געקומען צו פליען אין זיין ריכטונג פון אינערווייניג און פון דרויסן. ווארום ער האט קיינמאל נישט געמיינט זיך. נאר זיין גאנצע שטרעבן און וועזן איז געווען געווידמעט אויף בלויז צו הייבן די די כבוד פון סאטמאר איבער די וועלט. אפגעזען פון די אויסטערלישע שוועריקייטן וועלכע זענען אים נאכאנאנד געשטאנען אין וועג.

דאס האט זיך פילייכט צום מערסט ארויסגעשטעלט אין די שווערע ביטערע צייטן ווען די בייזע ווינטן פון סאטמאר החדש האבן אנגעהויבן בושעווען. ר' שמואל האט זיך דאן ארויסגעשטעלט ווי א פייערדיגע לייב, און אנגעוואנדן יענע סארט מיטל וואס ס'איז בלויז געשטאנען אין זיין דיספאזיציע, וואס מער צו מינימוזירן די שווערע שאדן.

ר' שמואל האט געפירט א פייערדיגע קריג מיט די דאזיגע מחבלי כרמים. א קריג וועלכע האט אריינגענומען אין זיך, טאט און ראט פאר די עסקנים אויף די שלאכט פעלדער. צו זאל עס זיין אין בארא פארק, בני ברק, ירושלים איבעראל זענען די עסקנים געשטאנען אין שטענדיגע-פארבינונג מיט ר' שמואל, וועלכע האט גענוי אנגעוויזן ווי אזוי זיך צו פירן, אז זאל נתקדש ווערן שם שמים.

ר' שמואל האט גלייכצייט איינגעשפאנט זיין רייכער-פעדער און רעדנערישע טאלאנטן, און ווי אויך זיין ג-ט-געבענטשטער הומאריסטישער נאטור, אפצושלאגן דעם גרויזאמער פיינט וועלכע האט זיך בייזוויליג פארמאסטן צו פארניכטען אלעס וואס רבינו הק' זי''ע האט געבויעט מיט בלוט און שווייס. אפגעזען פון דעם וואס ער איז אין רזולטאט פארוואנדלט געווארן אלס א פולשטענדיגע ציל ברעט פונעם בייזווילגען פיינט. ער זיך גאנץ קנאפע דערשראקן און איז ווייטער אנגעגאנגן מיטן אומבויגזאמער קאמף ביז צו זיין לעצטען טאג.

ר' שמואל אל תירא ואל תחת כי השם עמך, צדק לפניך יהלך... זאלן די אלע זכותים דיר ביישטיין דארט אויפן עולם האמת.

זאל דיין ליכטיגער געדעקעניש אונז אלעמאל פארבלייבן אויף די געדאנקן.

ת.נ.צ.ב.ה.

נשלח: פרייטאג מערץ 09, 2018 4:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס איז דער שוואנצאנות? מ'זאגט א הספד אויף א מענטש אז ער אטעמט דער פארטיי? כבוד בית הפארטיי? ממש א גדלות אז ער האט זיך געשלאגן מיט די אנדערע צד פון דער ריעל עסטעיט געפעכט! ממש א חשיבות אז ער האט זיך געלאזט זיין א ציל פאר די פיילן און צוריקגעשיקט פיילן אויף א צווייטע ציל!


איך האב איהם נישט געקענט, אבער דער שוואנצעריי פאסט פאר סקווער צו בעלזא. עס איז נישט קיין חשיבות צו לעבן די פארטיי, און נישט צו זארגען וועגן כבוד בית הפארטיי, יהיה מה שיהיה.

נשלח: מוצ"ש מערץ 10, 2018 10:54 pm
דורך או אינו
ליטוואק, דאס געשלעגעריי האט געברענגט פרידאם אין סאטמאר. די ראדיקאלע עלעמענטן האבן געקריגן א העפטיגער צד שכנגד און האט זיי שטארק אפגעשוואכט. ממילא פון מיין פרעספעקטיוו יהא זכרו ברוך.

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: זונטאג מערץ 11, 2018 4:58 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פיין און וואויל, אבער דאס איז נישט די חשיבות פון א מענטש. און מיטהאלטען טעגליך ווען דער רבי האט געגענעצט איז א שוואנצעריי פון פארטייען וואס האבען פארשאפען נייע מושגים פון ביטול צום פארטיי אלס א חלק פון די רעליגיע, א זאך וואס אפיציעל איז נישט קיין סאטמארע מחלה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג מערץ 11, 2018 5:15 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: אבער סאטמאר האט עס איבערגעכאפט פון די אנדערע חסידות'ן ביי וועלכע דינען עבודה זרה (ס'העיסט עכט נישט דינען עבודה זרה/פולחן נוכראה. ווייל מ'דינט דאך דעם עיגענעם רעבי'ן. נישט א פרעמדן.) איז נישט קיין פעילער...!