בלאט 96 פון 110

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 5:03 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
קרא האט געשריבן:וער נעמט איבער אין אוסטראליע


געהערט פון א אייניקל דעם שבת, אז עס איז נישטא קיין פלאן פון זוכען א ממלא מקום אויף דערווייל
ווי עס קוקט אויס וועט די קהילה אין מעלבורן ווערן צושפלטערט צווישען די קהילות - עס וועט זיין אזוי ווי מאנסי וכדומה

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 11:24 pm
דורך שבת אחים
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:איך וויל וויסן צי הגה״צ ר׳ אברהם הערש בעק זצ״ל איז איינע פון די בוקובינער פויערן? ענק שרייען דאך אייביג אז ווינזיצער זענען מארמארישע/בוקובינה פויערן, עמעראצים. ווען ער וואלט געוועהן א בעלזער צי א סאטמארער וואלט זיי פון אים געמאכט א גאנצע רשכבה״ג און א גאב״ד. דערווייל איז ער געוועהן א הייסע וויזניצער וואס האט זיך געקאכט אין די אמרי חיים און אין דעם אהבת ישראל... און אין אפילו אין ר׳ מאטעלע (געוועהן א הייסע חסיד פון אים, און זיינע קינדער זענען אלע מאנסיער חסידים) איך גיי ענק בל״נ ווייזן צוביסלעך וויפל חשובע אידן גרויסע רבנים, תלמידי חכמים, פוסקים, דיינים, חשובע אינגעלייט וואס זענען אויפגעוואקסן אין וויזניץ. וואס פויערן?
ווען פויערן? וואו פויערן? וויזניץ האט פארמאגט אלע מינים... נישט נאר פויערן...


גראדע איז ער נישט קיין מארמארישער און קיין בוקאווינער !
די סיבה וויאזוי ער איז נתקרב געווארן קיין וויזניץ איז ווי נאכן מלחמה איז ער אהינגעקומען קיין איטאליע - און געלערנט בישיבת מאור הגולה פאר די פליטי מלחמה - איז געווען א יוד ר' יצחק דוד רעזמאוויטש וואס ער האט איהם געשלעפט צום אמרי חיים צוזאמען מיט זיין ברודער ר' משה בער - ווי אויך דער באקאנטער צדיק נשגב ר' דוד לעיב שווארץ זצ"ל איז אויך געווען פון יענע קבוצה אין איטאליע

ואכמ"ל


איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז ער איז געקומען פון בוקבינה. אדער פון וויזניץ אינדערהיים. איך ווייס דערפון, ר׳ איטשע דוד רעזעמאוויטש ז״ל שרייבט דעס אין זיין ספר ימים מקדם. דאכצעך די צוויי דאוודאוויטש ברודער פון בני ברק זענען אויך פון יענע קבוצה.

1)איך האב געזאגט אז ענק שרייען אייביג אויף וויזניץ פויערן. אפילו אויף די היינטיגע וויזניצער חסידים. האב איך געפרעגט צי ער איז אויך פון די פויערן?

2) ווען ער וואלט באלאנגט צו בעלזא אדער סאטמאר וואלטן זיי געמאכט פון אים א ״ברענד נעים״ און א גאב״ד/ראב״ד.

3)איך קען דיר געבן א גאנצע ליסטע פון חשובע אידן וואס זענען געוועהן גרויסע רבנים וואס זענען יא געקומען פון בוקובינה, און זיי שטאמען יא פון וויזניץ אינדערהיים. איך וועל איין טאג אפשר עפענען א אשכול וועגן דעם.

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2018 8:51 pm
דורך בן ישי
ברוך דיין האמת.
היינט איז נפטר געווארן ר' ראובן חיים ב"ר דוד ביללער ע"ה (42) די לאנגיעריגע ראש המדריכים אין מחנה קהילת יעקב פאפא - געציילטע טעג פאר ער האט געדארפט עפענען די קעמפ, נאכן זיין פארמישט אין א שרעקליכע עקסידענט.
יהא זכרו ברוך.

נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2018 3:35 pm
דורך בן ישי
בן ישי האט געשריבן:ברוך דיין האמת.
היינט איז נפטר געווארן ר' ראובן חיים ב"ר דוד ביללער ע"ה (42) די לאנגיעריגע ראש המדריכים אין מחנה קהילת יעקב פאפא - געציילטע טעג פאר ער האט געדארפט עפענען די קעמפ, נאכן זיין פארמישט אין א שרעקליכע עקסידענט.
יהא זכרו ברוך.

די לוי' פארנט פון סלונים'ער ביהמ"ד אין בארא פארק

נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2018 7:45 pm
דורך berlbalaguleh
בו ישי: ייש"כ. נאר איין קליינע הגה"ה. דער נאמען פון די פראקציע פון דעם חסידות הייסט סלאנים. מיט אן אל"ף. להוציא, פון די אנדערע פראקציע וועלכע שרייבן זיך מיט א ווא"ו. סלונים. זיי זענען אויף אן אנדערע אדרעסס...!

שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות...!

נשלח: מיטוואך יוני 27, 2018 12:40 pm
דורך [NAMELESS]
הרה"ח ר' משה אלי' בלוי ע''ה, געוועזענע בעל הבית פון אייכלער'ס ספרים אין בארא פארק

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: מיטוואך יוני 27, 2018 1:56 pm
דורך יעלה ויבא
בעל אכסניה פין אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א.בילד

Sent from my LGLS991 using Tapatalk

ר' משה זושא ברוין זצ"ל

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2018 6:41 pm
דורך דאכצעכמער
נפטר געווארן הגאון הגדול נחבה אל הכלים, א גאון בתורה, מתמיד עצום, און א גאון אין מידות,
עס פארלאנגט זיך באמת א באזנדער ארטיקל געווידמעט לזכרו
ר' משה זושא ברוין זצ"ל פון וויליאמסבורג
אין יונגן עלטער פון לכאורה עטליכע אין 60 יאר
א לעקטערידשן אדער פלאמבער איך האב אים נישט זוכה געווען אזוי צו קענען פון דער נאנט, יעדע איבריגע מינוט אויסגעניצט צו לערנען
הלאוי זאל איינער מרחיב הדיבור זיין

ר' משה זושא ברוין זצ"ל

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2018 6:42 pm
דורך דאכצעכמער
ווי אויך אויב האט איימיצער א בילד וואלט געווען כדאי למען ידעו דור אחרון

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2018 11:55 pm
דורך שמעון וואלף
דאכצעכמער האט געשריבן:נפטר געווארן הגאון הגדול נחבה אל הכלים, א גאון בתורה, מתמיד עצום, און א גאון אין מידות,
עס פארלאנגט זיך באמת א באזנדער ארטיקל געווידמעט לזכרו
ר' משה זושא ברוין זצ"ל פון וויליאמסבורג
אין יונגן עלטער פון לכאורה עטליכע אין 60 יאר
א לעקטערידשן אדער פלאמבער איך האב אים נישט זוכה געווען אזוי צו קענען פון דער נאנט, יעדע איבריגע מינוט אויסגעניצט צו לערנען
הלאוי זאל איינער מרחיב הדיבור זיין

ר' יואל פון מאנסי (דער וואס זיין קינד איז געווארן אראפגעקלאפט) איז זיין זון?

נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2018 1:27 am
דורך ליפא
I don't think so

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2018 2:49 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
זיכער נישט
ביי

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2018 2:57 am
דורך ליפא
רובאשקין

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 3:40 pm
דורך ימים ידברו
און די טעג פון אבילת אויף בית המקדש איז די מנהג צו זאגען הספד אויף נעדרים, און מאנסי איז נעבאך פארלוירען געגאנגען עטליכע אינגע מענטשען
א' הרב פאל א קינד פון הגאון רבי אליעזר דוד זצ"ל און א אינגערמאן הרב מרדכי ראזען ע"ה מיר דארפען תשובה טוען רבותי אינגע מענטשען נעבאך בלא עת, ווערן נעדר החי יתן אל לבו

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 3:55 pm
דורך גראף
אפשר קומט עס פון נישט זיין נזהר אין כבוד ת''ח. למשל דא:

viewtopic.php?p=409189#p409189

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 8:52 pm
דורך berlbalaguleh
גראף: דו ביסט 100% גערעכט. ער איז דאך אויכעט איינער פון די בריאה פארשוינען ביי וועלכע ס'עקזיסטירט נישט קיין גדולי ישראל. און אפגעבן כבוד התורה. אויסער פונ'ם אייגענעם חצר. ווען יענער איז שוין אדורך געגאנגען אלע פילטערס. און ער האט אלע קוואליפיקאציעס...צוערשט: ער האטציך געווייקט ביים רעבי'ן זי"ע. נאכדעים. גייט ער נישט צו די בחירות הטמאות. דריטנס. ער באטייליגט זיך אין דעם גרויסן מעמד קידוש השם. ווען מ'פארברענט דעם טמא'נעם פאן פון מדינת ישראל. און מ'ברעכט אראפ מגן דויד'ס אין פרעמדע שוהלן...! ואם שלש אלה לא יעשה לה...דאמאלס טויג ער נישט. אה... פארגעסן. ער האקט אויף ר' אהרן. ער האלט אז ער איז א ציוני און א רעפארמער...!

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 5:14 pm
דורך ימים ידברו
איך ווייס איר זיכט אויף מיר, נא פראבלעם! אדרבה איך האב מבזה געווען איין רב דא, וועם ? ווען איך זאג אז הרב ווייס איז נישט פאסיג פאר די דזשאב דאס איז א בזיון התורה? איך האב בעבר גרעדט אויף מהר"א טייטלבוים, אמת, גראדע ווייל איך בין איבערצייגט, אויף זיין נישט גדלות און נישט ערליכקייט, און איך שעם מיך נישט מיט דעם, אדרבה אזוי האלט איך, און אזוי איז עס לדעתי! און לדעתי איז א מצוה אליבא החפץ חיים צו רעדען בגנותו זייענדיג א אבן נגף לבית ישראל, איר האלט נישט אזוי, נו איר זענט בארעכטיגט צו האלטען וואס איר ווילט! אבער ווער איז מבזה מער ת"ח באפן כללי איך אדער בערל בעל עגלה ווער? און לדעתי נאר לדעתי וואס איך האב דעקונג פון שיינע רבנים וואס האבען אזוי געהאלטען און געזאגט, איז מהר"א טייטלבוים פון די אידען וואס זענען מרחק די גאלה! ווייטער לא כן הוא ווען עס האנדעלט זיך פון הרב משה מנחם ווייס וואס איז אפיינער איד א ערליכער רב א שיינע מורה הוראה, נאר נישט פאסיג פאר די רבנות אין מעלבארן און נישט פאר די רבנות אין ירושלים און בני ברק און לאנדאן און אנטווערפין! יר איז ראוי צו זיין פאפא דיין און אפילו מו"ץ התאחדות הרבנים ווי איז דא א בזיון התורה בערל צדיק ווי. ווען וואס?

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 8:29 pm
דורך berlbalaguleh
ימים ידברו: איך גיי נישט אויפמאכן דא וועלט'ס מלחמה מיט דיר אין דעם נישט פאסיגן אשכול. אבער איין ווארט וועל איך יא זאגן איבער דיין טיפשות. און בלינדקייט. שוין נישטג ערעדט פון דיין אומ-מענטשליכקייט. א איד וואס האט איינגעזעהן וואס די גמ' זאגט ..."והתורה מונחת בקרן זוית"...און ער האט עפעס געטון איבער דעים. אויפגעמאכט די זייטיגע, קלענערע ישיבות פאר ספעציעלע מטרות פאר שוואכערע בחורים און עלטערע בחורים. ווען ער האט געזעהן ווי מ'ווארפט זיך ארום מיט זיי. באר התורה. אן נאך אנדערע וואס ער האט אויפגעשטעלט בשתי ידיו , בעז"ה. נישט אזוי ווי דיינע רעבעס...!

נשלח: פרייטאג יולי 20, 2018 5:27 pm
דורך ימים ידברו
לאמיר ממשיך זיין אין צימעס און איך בין ווואס די טיפוש? ? ?

נשלח: זונטאג יולי 29, 2018 2:35 pm
דורך בן ישי
*ברוך דיין האמת*
הלוויתו של הרב הגאון רבי אריה וינברג זצל בן האדמור מסלונים זצל מתל אביב תתקיים בשעה 5.30 בבית החיים שומרי שבת בבני ברק

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 3:51 pm
דורך סקרן
נעכטען זעה איך א צעטיל הענגען אין שומר שבת אז ס'איז אוועק א וויענער איד ר' רזיאל יודא ברייער ע"ה
ווייסט איינער טאמער ער האט עכט געהייסן עזריאל יודא אזוי ווי וויענער רב ז"ל?
ס'סאונד פשוט זייער ענליך אפי' ווען ער געהערט נישט דארט
{אפשר האט ער געהערט אין וויען ווייל ער האט אזוי געהייסן כמימרי' דיארמע רב על הרב מדעברעצין}

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 6:03 pm
דורך וואלווי
סקרן האט געשריבן:נעכטען זעה איך א צעטיל הענגען אין שומר שבת אז ס'איז אוועק א וויענער איד ר' רזיאל יודא ברייער ע"ה
ווייסט איינער טאמער ער האט עכט געהייסן עזריאל יודא אזוי ווי וויענער רב ז"ל?
ס'סאונד פשוט זייער ענליך אפי' ווען ער געהערט נישט דארט
{אפשר האט ער געהערט אין וויען ווייל ער האט אזוי געהייסן כמימרי' דיארמע רב על הרב מדעברעצין}


זאג נאר, ביי מחולל ומוליד צדיק כביר, טוישסטו אויך אויף די ב' מיט א כ' ?

ער האט געהייסען פונקט ווי אזוי ער האט געהייסען...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 6:24 pm
דורך סקרן
וואלווי האט געשריבן:
סקרן האט געשריבן:נעכטען זעה איך א צעטיל הענגען אין שומר שבת אז ס'איז אוועק א וויענער איד ר' רזיאל יודא ברייער ע"ה
ווייסט איינער טאמער ער האט עכט געהייסן עזריאל יודא אזוי ווי וויענער רב ז"ל?
ס'סאונד פשוט זייער ענליך אפי' ווען ער געהערט נישט דארט
{אפשר האט ער געהערט אין וויען ווייל ער האט אזוי געהייסן כמימרי' דיארמע רב על הרב מדעברעצין}


זאג נאר, ביי מחולל ומוליד צדיק כביר, טוישסטו אויך אויף די ב' מיט א כ' ?

ער האט געהייסען פונקט ווי אזוי ער האט געהייסען...

איך האב גארנישט כעמיינט אנטשולדיג ס'איז מיר פשוט געווען אינטרעסאנט אז אפשר איז עס געווען א טעות הדפוס